אײַכמאַן אויפֿן מישפּט אין ירושלים |
Credit: Getty Images |
דינסטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט מען הײַיאָר אויך אָפּגעמערקט דעם היסטאָרישן אײַכמאַן־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 50 יאָר צוריק אין ירושלים.
די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים גופֿא, ווי אויך פֿון גאַנצן לאַנד, וועלכע זענען דאַן פּערזענלעך אָנוועזנד געווען אין דעם געריכט־זאַל בעת דעם מישפּט, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, כּדי צו הערן די האַרצרײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די עדות: פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, פֿון אַבא קאָוונער ז״ל, און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון טויט, צו הערן דעם באַשולדיקונגס־אַקט פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, ווען ער האָט אויסגערופֿן, אַז ער "רעדט אין נאָמען פֿון די 6,000,000 אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים; פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט".
דער דאָזיקער אויפֿטריט פֿון גדעון האַוזנער האָט אָפּגעהילכט הויך, ניט נאָר צווישן די ווענט פֿון דעם געריכט־זאַל, נאָר זײַן אָפּקלאַנג האָט אויפֿגעשיטערט און אויפֿגערודערט דעם געוויסן פֿון דער מענטשהייט איבער דער גאָרער וועלט, אין יענע נאָכמלחמה־יאָרן.
די אָנוועזנדיקע אין זאַל האָבן מיט עקל און ציטער דאַן אָנגעקוקט דעם מאָנסטער "חיה־מענטש", וואָס איז געזעסן אין דער גלעזערנער שטײַג און ניט געקענט גלייבן, וואָס זייערע אויגן האָבן דאַן געזען...
אין דעם זעלבן זאַל, וווּ מיט 50 יאָר צוריק איז פֿאָרגעקומען דער דאָזיקער פּראָצעס, זענען מיט אַ וואָך צוריק אויפֿגעטראָטן געוועזענע צײַטונגס־רעפּאָרטערס בײַם פּראָצעס. זיי האָבן געשילדערט ווי אַזוי זיי האָבן דאַן געפֿילט, און וואָס זיי האָבן באַריכט פֿונעם פּראָצעס צו זייערע צײַטונגען.
נח קליגער, געוועזענער אוישוויץ־קאַצעטלער, הײַנט פֿירנדיקער טוער פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל, האָט דאַן פֿאַרטראָטן בײַם פּראָצעס די צײַטונג "ידיעות אַחרונות". דער דיכטער חיים גורי האָט באַריכט פֿאַר דער צײַטונג "למרחבֿ", און דער יונגער געוועזענער קרײַז־ריכטער, גבֿריאל שטראַסמאַן, האָט דאַן פֿאַרטראָטן די צײַטונג "מעריבֿ". די אָנוועזנדיקע אין זאַל האָבן מיט גרויס אויפֿמערקזאַמקייט אויסגעהערט זייערע אַנטפּלעקונגען און שילדערונגען פֿון פּראָצעס, פֿון מיט 50 יאָר צוריק!
נח קליגער האָט דערציילט, אַז דער מישפּט האָט דאַן אַנטפּלעקט פֿאַר דער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל בפֿרט, און פֿאַר דער גאָרער וועלט בכלל, דעם פֿאַרנעם פֿון דעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע, דעם גרויל און שוידערלעכן אומקום פֿון די 6 מיליאָן קרבנות. אַ סך פֿון די ישׂראלים האָבן ביז דאַן בכלל ניט געגלייבט וואָס עס איז דאָרטן געשען.
אין דעם סימפּאָזיום זענען אויך אויפֿגעטראָטן מיט זייערע זכרונות פֿון דעם פּראָצעס חיים גורי און דער געוועזענער ריכטער גבֿריאל שטראַסמאַן.
"...דאָס וואָס די עדות האָבן געשילדערט פֿאַרן געריכט, האָט מיך שטאַרק דערשיטערט", האָט געזאָגט חיים גורי. דער פּראָצעס האָט געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם אויף אַלעמען. ער האָט משפּיע געווען אויף אַ גרויסן טייל פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, וואָס שייך זייער באַציִונג און קאָנטאַקטן מיט די נײַ־אָנגעקומענע עולים נאָכן חורבן.
גבֿריאל שטראַסמאַן האָט אַנטפּלעקט וואָס דער פּראָצעס האָט באַטײַט פֿאַר אים. ער האָט דערמאָנט צווישן אַנדערן, אַז די רעדאַקטאָרן פֿון "מעריבֿ" האָבן געפֿאָדערט פֿון אים ער זאָל שיקן אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿון די שילדערונגען פֿון די עדות, כּדי עס זאָל דערשײַנען אין פֿול יעדן טאָג פֿון דער וואָך. "עס איז דאַן פֿאַר מיר געווען ניט קיין לײַכטע אַרבעט", האָט ער באַמערקט.
* * *
גרויס אינטערעס בײַ די אָנוועזנדיקע האָבן אַרויסגערופֿן די שילדערונגען ווי אַזוי מען האָט געכאַפּט אַדאָלף אײַכמאַנען אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע. אַבֿרהם שלום און כּרמי גילון, וועלכע זענען דאַן געווען הויכע מיטגלידער פֿון דער שב״כּ (געהיים־דינסט אין ישׂראל) האָבן איבערגעגעבן געוויסע פּרטים וועגן די פּלענער פֿון דער מיסטעריעזער און סכּנותפֿולער אונטערנעמונג פֿון פֿאַרכאַפּן אײַכמאַנען און אַרויסשמוגלען אים פֿון אַרגענטינע קיין ישׂראל.
גבֿריאל בך (באַך), וועלכער איז געווען בײַם פּראָצעס דער פֿאַרטרעטער פֿון הויפּט־פּראָקוראָר, גדעון האַוזנער, האָט דערציילט ווי אַזוי מען האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען און ווי אַזוי מען האָט געגרייט דעם באַשולדיקונגס־אַקט קעגן אים.
"...אין דעם ערשטן טאָג פֿון פּראָצעס, ווען איך האָב געזען ווי אײַכמאַן האָט זיך געשטעלט אויף זײַנע פֿיס אין געריכט, ווען די ריכטער זענען אַרײַן אין דעם געריכט־זאַל, איז מיר קלאָר געוואָרן די פֿולע חשיבֿות פֿון דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה", האָט געזאָגט דער וויצע־פּראָקוראָר גבֿריאל בך.
* * *
בשײַכות מיטן אָפּמערקן 50 יאָר נאָכן אײַכמאַן־פּראָצעס איז אין דעם דײַטשישן זשורנאַל "Der Spiegel" דערשינען אַ לענגערער באַריכט, וווּ עס ווערט דערציילט, אַז שוין אין יאָר 1949, פֿיר יאָר נאָך דעם קריג, האָט אַן ישׂראלדיקע קאָמאַנדאָ־גרופּע פּלאַנירט צו כאַפּן אַדאָלף אײַכמאַנען אין זאַלצבורג, עסטרײַך. די ישׂראל־אַגענטן, וועלכע האָבן אים געזוכט, האָבן זיך דערוווּסט, אַז זײַן פֿרוי וווינט אין דער עסטרײַכישער שטאָט אויזעע (Ausee) און אײַכמאַן גרייט זיך זי דאָרט צו באַזוכן.
לויט די לעצטע אַנטדעקטע דאָקומענטן, האָט דער ישׂראל־קאָנסולאַט אין עסטרײַך באַצאָלט אַן עסטרײַכישן געהיים־אַגענט 50,000 שילינג, ער זאָל זיי לאָזן וויסן ווען אײַכמאַן וועט קומען באַזוכן זײַן פֿרוי. אין די דאָזיקע דאָקומענטן ווערט אויך דערציילט, אַז די ישׂראל־רעגירונג האָט פֿאָרגעשלאָגן אַזוי הויך ווי אַ מיליאָן שילינג, פֿאַר כאַפּן אײַכמאַנען. מען האָט שוין אַפֿילו געהאַט צוגעגרייט אַן עראָפּלאַן אויף דעם זאַלצבורגער לופֿטפֿעלד, כּדי צו ברענגען אים קיין ישׂראל.
דער דאָזיקער פּלאַן איז אָבער ניט צושטאַנד געקומען, ווײַל אײַכמאַן האָט זיך גאָר דאַן אויסבאַהאַלטן אין צפֿון פֿון דײַטשלאַנד.
לויט אַן אַרטיקל אין דעם דײַטשישן זשורנאַל "Bild", האָט די דײַטשישע געהיים־דינסט געוווּסט נאָך אין יאָר 1952, וווּ אײַכמאַן געפֿינט זיך. זי האָט וועגן דעם באַריכטעט צו דער צענטראַלער אַמעריקאַנער געהיים־דינסט, אַז אײַכמאַן איז אַנטלאָפֿן אין יאָר 1958 קיין אַרגענטינע. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן זיך ניט געטיילט מיט דער ידיעה מיט די ישׂראל־אינסטאַנצן.
ווי מען האָט זיך שפּעטער דערוווּסט, האָט דאָרטן אײַכמאַן געלעבט אונטער דעם פֿאַלשן נאָמען ריקאַרדאָ קלעמענט. די ישׂראל־אַגענטן האָבן אים אַנטדעקט אין יאָר 1960, און אים געבראַכט מיט אַן "אל־על"־עראָפּלאַן קיין ישׂראל.
די שפּאַנענדיקע סאַגע פֿון פֿאַרכאַפּן אים און דער גאַנג פֿון דעם מישפּט אין ירושלים, האָט ברייט אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער וועלט די גרויליקע טאַטן פֿון דעם נאַצי־רעזשים בכלל, און די מערדערישע, ברוטאַלע ראָלע וואָס אַדאָלף אײַכמאַן האָט געהאַט אויסגעפֿירט לגבי די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע בפֿרט.
דער צוזאַמענקום אין ירושלים, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט דערמאָנט און אויפֿגעוועקט בײַ די אַלע אָנוועזנדיקע זכרונות פֿון דער דאָזיקער טראַגישער תּקופֿה אין אונדזער געשיכטע; 50 יאָר נאָך זײַן מישפּט און פֿאַרדינטן טויטאורטייל וואָס ער האָט דאַן באַקומען.