פּובליציסטיק

העכער צוויי וואָכן זענען שוין פֿאַרבײַ, זינט אונדזער קליין מדינהלע האָט ניט זוכה געווען צו זײַן אין דער רשימה פֿון די לענדער וואָס פֿאַרמאָגן איינע פֿון די "נײַע זיבן נאַטור־וווּנדער אין דער וועלט".

מיר האָבן געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע אָנערקענונג וועט זיך אויסווירקן עטוואָס פּאָזיטיוו אויף אונדזער איצטיקן געמיט־צושטאַנד אין לאַנד; עס וועט עטוואָס הייבן אונדזער אַלגעמיינע מאָראַל, און עס וועט פֿאַרשטאַרקן נאָך מער דעם אינטערעס בײַ די פּאָטענציעלע מיליאָנען טוריסטן אין דער צוקונפֿט צו באַזוכן ישׂראל און זען דעם ים־המלך, דעם דאָזיקן נאַטור־וווּנדער.

מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אונדזער קליינער ים־המלח, מיט אַלע זײַנע מערקווירדיקע אייגנשאַפֿטן און אייגנטימלעכקייטן, וועט זײַן אין דער רשימה פֿון די נײַע זיבן אויסדערוויילטע נאַטור־וווּנדער אין דער גרויסער וועלט.

חדשים־לאַנג האָט זיך גערודערט אַרום דעם דאָזיקן וועלט־קאָנקורס. די ישׂראל־מעדיאַ און די פּרעסע האָבן אָן אויפֿהער גערופֿן און דערמוטיקט די באַפֿעלקערונג אַרײַנצושיקן זייער שטימע "פֿאַר" דורך די עלעקטראָנישע קאַנאַלן. 9 מיליאָן שקלים האָּט אָפּגעקאָסט די דאָזיקע פּראָפּאַגאַנדע.

מיר, אין לאַנד, האָבן אַלע געוואָלט צוזען אַ ביסל נחת און פֿרייד אין די הײַנטיקע טריבנע טעג... ליידער איז עס אונדז ניט געווען באַשערט... די אַנטוישונג איז בײַ אַלעמען געווען פֿאַרדראָסיק און ווייטיקדיק.

דער מיניסטער פֿאַר טוריסטיק סטאַס מיאַסיעזשניקאָוו האָט אונדז געטרייסט ווען ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, "אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס מיר האָבן ניט זוכה געווען צו אַ פּלאַץ צווישן די זיבן אויסדערוויילטע, האָבן מיר דאָך פֿאַרדינט ווען מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט האָבן זיך דערוווּסט און זענען באַקאַנט געוואָרן מיט דעם נאַטור־וווּנדער פֿון אונדזער ים־המלח. דער פּאָזיטיווער רעזולטאַט וועט זיך באַווײַזן אין דער צוקונפֿט, ווען זיי וועלן קומען קיין ישׂראל אויף אַ באַזוך צו זען דעם ים־המלח בפֿרט, און דאָס הייליקע לאַנד בכלל", האָט דערקלערט דער ישׂראלדיקער טוריסטיק־מיניסטער.

די אַנטוישונג האָט אויך אַרויסגערופֿן די קריטיק מצד אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן און זשורנאַליסטן בעלי־שם.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער ספּעציעלער ים־המלח־קאָמיסיע אין כּנסת, ניצן האָראָוויץ פֿון דער "מר״ץ"־פּאַרטיי, האָט זיך אויסגעדריקט, אַז דווקא ווײַל מיר האָבן פֿאַרלוירן אין דעם דאָזיקן קאָנקורס, מוזן מיר פֿון איצט אָן זיך נאָך מער אָנשטרענגען, און טאָן אַלץ וואָס עס איז נאָר מעגלעך צו ראַטעווען דעם ים־המלח, ווײַל יעדעס יאָר ווערט עס קלענער און קלענער מיט אַ מעטער, און מיט דער צײַט וועט ער בכלל פֿאַרשווינדן.

יוסי שׂריד, געוועזענער דערציִונגס־מיניסטער און כּנסת־דעפּוטאַט, האָט זיך אויסגעדריקט, "אַז טיילווײַז איז עס די שולד פֿון אונדזערע רעגירונגען וואָס האָבן ביז איצט דערלויבט פֿאַרשיידענע פּריוואַטע אינדוסטריעס אויסצוניצן די נאַטור־רעסורסן פֿאַר זייערע קאָמערציעלע צוועקן.

"...אפֿשר איז גוט וואָס מיר זענען ניט אַרײַן אין דער רשימה פֿון די זיבן נאַטור־וווּנדער", האָּט ער געזאָגט, "אפֿשר וועלן מיר פֿון איצט אָן זײַן מער פֿאָרזיכטיק און מיר וועלן ניט דערלאָזן, אַז דער ׳געזאַלצענער ים׳ זאָל מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ׳ים־המוות׳, אין אַ ׳טויטן ים׳, ווי מען איז שוין לאַנג באַקאַנט מיט דעם דאָזיקן נאָמען".

* * *

דער ים־המלח ליגט אין צענטער פֿון אונדזער געשיכטע. ניטאָ נאָך אַן אַנדער פּלאַץ און אַן אַנדער ווינקל אין לאַנד, וואָס זאָל דערציילן און קענען שילדערן אַזאַ בלאַט אין אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע. עס איז אַן איבערבלײַב, אַן עדות פֿון אונדזער ווײַטער פֿאַרגאַנגעהייט.

קוים אַ קאַרגע שעה־רײַזע פֿון ירושלים, ווי דער אויטאָבוס נידערט אַראָפּ צו דעם "נידעריקסטן פּלאַץ אונטער דעם ים־פּלאַץ פֿון דער וועלט". גאַנצע 400 מעטער נידעריקער, אַ וועגשילד לאָזט עס וויסן וועגן דעם, בײַם ראַנד פֿון דעם שלענגלענדיקן שאָסיי אַראָפּ.

איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע טוריסטן שטעלן זיך אָפּ אויף אַ ווײַל, אַרויפֿצוקלעטערן אויף אַן אַראַבישן קעמל און זיך פֿאָטאָגראַפֿירן צוזאַמען מיט דעם אַראַבער, כּדי צו פֿאַראייביקן זייער באַזוך אין "הייליקן לאַנד"...

מען פֿאָרט פֿאַרבײַ די הויכע "קומראַן־בערג" מיט זייערע פֿילצאָליקע היילן. אין איינער אַזאַ הייל האָט אַן אַראַבישער פּאַסטעך צופֿעליק אַנטדעקט מיט העכער 60 יאָר צוריק היסטאָרישע, אוראַלטע פּאַרמעט־מגילות, וואָס זענען דאָרטן געלעגן באַהאַלטן אין אַ ליימענעם קרוג, פֿון דער צײַט פֿון צווייטן בית־המיקדש.

ניט ווײַט פֿון די דאָזיקע בערג קומען מיר אָן צום היסטאָרישן באַרג "מצדה" מיט זײַנע באַרימטע פֿאָרטיפֿיקאַציעס. אויף דעם דאָזיקן באַרג האָט דער קעניג הורדוס אויסגעבויט אין דער צײַט פֿון דער חשמונאָים־דינאַסטיע אַ פֿעסטונג, פֿון וועלכער די ייִדישע קעמפֿער, אַנטלאָפֿענע פֿון חורבן־ירושלים, האָבן זיך העלדיש פֿאַרטיידיקט קעגן דער שטאַרקער רוימישער אַרמיי, ביז זייער טראַגישן זעלבסטמאָרד.

ניט ווײַט פֿון "מצדה" געפֿינט זיך דער קיבוץ עין־גדי, מיט זײַנע גאַסט־צימערן, די בעדער פֿון ים־המלח און אַנדערע אײַנריכטונגען פֿאַר די טוריסטן.

אונטן, אין די געשעפֿטן בײַ דעם הויפּט־שאָסיי וואָס פֿירט קיין אילת קענען די טוריסטן אײַנקויפֿן די קרעמען, זאַלבן און כּלערליי קאָסמעטיקס, וואָס אַנטהאַלטן די היילונג־אייגנשאַפֿטן פֿון די ים־המלח־מינעראַלן.

נאָך אין דעם אַלטערטום האָבן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע גלויבנס און סעקטעס געגלייבט אין די סגולות און נסים, אַז די וואַסערן פֿון ים־המלח קענען זיי העלפֿן אין זייערע פֿאַרשיידענע קראַנקייטן.

פֿאָרשער און מעדיצינישע מומחים פֿון דער מאָדערנער וועלט האָבן טאַקע באַשטעטיקט, אַז די באַוווּסטע בעדער פֿון קאַרלסבאַד (קאַרלאָווי וואַרי, אין טשעכיע), באַדען־באַדען אין דײַטשלאַנד, פּישטשאַני אין סלאָוואַקײַ און אַנדערע קענען ניט קאָנקורירן מיט די אַלע פּאָטענציעלע סגולות, וואָס די וואַסערן פֿון ים־המלח פֿאַרמאָגן.

די אַלע וועלכע קומען זיך קורירן און זיך אָפּרוען אין די האָטעלן אַרום ים־המלח, געפֿינען דאָרטן אַ רפֿואה פֿאַר זייערע קרענק און ווייטיקן.

* * *

איז עס טאַקע צום באַדויערן, וואָס דער ים־המלח האָט ניט זוכה געווען צו ווערן אָנערקענט צו זײַן אין דער רשימה פֿון די "זיבן נאַטור־וווּנדער אין דער וועלט".

ווײַזט אויס, אַז די "מומחים" אין דער קאָמיסיע, וואָס דאַרף עס באַשטימען, זענען ניט "כולו ריין" פֿון פּאָליטישע, אָדער אַנטי־ישׂראלדיקע מאָטיוון און אויך אַנדערע סיבות...

באמת, איז טאַקע דער ים־המלח אַליין אַ חולה־מסוכּן... אַמאָל איז ער געווען לענגער, ברייטער און טיפֿער. אין די לעצטע יאָרן איז עס געוואָרן אײַנגעשרומפּן, קירצער, שמאָלער און פֿלאַכער.

שטיקער פֿון די דאָזיקע טרוקענע טיילן זענען אײַנגעזונקען געוואָרן טיף אין דער ערד. עס האָבן זיך געשאַפֿן גריבער, וואָס מען רופֿט בולעים (בולאָיִם). אין די דאָזיקע גריבער פֿליסן אַרײַן זיסע וואַסערן וואָס צעשמעטערן די אונטערשטע טיילן פֿון דעם זאַלץ און גאַנצע שטרעקעס פֿון דער ערד פֿאַלן אַרונטער.

אַזעלכע גריבער געפֿינען זיך שוין ניט ווײַט פֿון אַ צאָל האָטעלן און זיי באַדראָען די זיכערקייט פֿון די פֿונדאַמענטן אויף וועלכע די דאָזיקע האָטעלן שטיצן זיך. מען דאַרף אויך מודה זײַן, אַז די וואַסערן וואָס פֿלעגן אַרײַנפֿליסן אין דעם ים־המלח פֿון צפֿון, ווערן אַלץ מער אויסגענוצט פֿון דער וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג אַרום און די פֿילצאָליקע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, אַגריקולטור־ווירטשאַפֿטן און די קיבוצים באַנוצן זיך מיט די וואַסערן, נאָך איידער זיי דערגרייכן דעם ים־המלח.

צווישן זיי געפֿינט זיך דער גרויסער קאָמפּלעקס פֿון "מפֿעלי־ים־המלח" (אונטערנעמונגען פֿון ים־המלח), וואָס געהערט פּריוואַט צו דער רײַכער עופֿר־משפּחה. דער דאָזיקער קאָמפּלעקס אויף דער ישׂראל־זײַט און די פֿאַרשיידענע ענלעכע אונטערנעמונגען אויף דער יאָרדאַנישער זײַט פּראָדוצירן טויזנטער טאָנען פֿאָספֿאַטן, פּאָטאַזש, בראָם און אַנדערע כעמיקאַלן, פֿון די וואַסערן פֿון ים־המלח, פֿאַר עקספּאָרט און אינערלעכן באַנוץ, זענען דער הויפּט־גורם פֿון דעם איצטיקן צושטאַנד פֿון ים־המלח.

דערצו דאַרפֿן מיר אויך נעמען אין באַטראַכט, אַז דער ים־המלח לײַדט אַ גאַנץ יאָר פֿון ווייניק רעגנס און אָפֿטע טריקענישן בכלל.

יאָרן־לאַנג האָט מען צוגעגרייט רעטונגס־פּלענער פֿון פֿאַרשיידענע מאַסשטאַבן, ווי אַזוי צו ראַטעווען דעם אונטערגאַנג און אויסטריקעניש פֿון די וואַסערן פֿון ים־המלח, אָבער די מערסטע פֿון זיי זענען ליידער ניט רעאַליזירט געוואָרן, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות.

אפֿשר איצט, נאָך דעם ווי מיר האָבן ניט זוכה געווען צו ווערן אָנערקענט ווי איינע פֿון די "זיבן נאַטור־וווּנדער פֿון דער וועלט", וועט די איצטיקע רעגירונג פּרובירן צו רעאַליזירן איינע פֿון די דאָזיקע רעטונגס־פּלענער, וואָס ליגן ערגעץ וווּ אין די שופֿלאָדן פֿון אַ געוויסן מיניסטעריום, און מיר וועלן זוכה זײַן במהרה בימינו אין דער קומענדיקער רשימה פֿון די וווּנדער פֿון דער וועלט... אָמן!