אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער...
עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג.
מיר קענען פֿאַלן, וואָס אין די עלטערע יאָרן געדענקען זיך אַ סך בעסער, ווי מיר געדענקען וואָס מיר האָבן געגעסן נעכטן אָדער מיט אַ וואָך צוריק...
יעדעס יאָר מערקן מיר אָפּ די יאָרצײַטן און דאַטעס פֿון די שחיטות און אומקום, פֿון דעם חורבן פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. בײַ די דאָזיקע זכרונות דערמאָנען מיר זייער הייליקן אָנדענק און די מאַרטיראָלאָגיע פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך די דײַטשישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער אין די לענדער פֿון דער אָקופּירטער אייראָפּע.
מען ברענגט אַרויף זכרונות פֿון אַמאָל, קאַפּיטלעך פֿון דער געשיכטע פֿון די חרובֿע ייִדישע קהילות. זעלטן אָבער, אַפֿילו אין קורצן, הערט מען בײַ די דאָזיקע פֿאַרזאַמלונגען שילדערונגען פֿון פּשוטע "עמך"־מענטשן, די אומבאַקאַנטע, אייגנאַרטיקע, אויסנעמלעכע פֿאָלקסטימלעכע טיפּן, וועלכע זענען געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דעם קאָלירפֿולן פּייסאַזש פֿון דעם שטעטלדיקן פֿאָלקלאָר און לעבנסאַרט, וואָס איז אָפּגעווישט געוואָרן אויף אייביק צוזאַמען מיט די מיליאָנען מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט.
ספּעציעל און באַזונדערס קומען זיי אויף אין זכּרון, אין די ימים־נוראָים־טעג — ראָש־השנה, יום־כּיפּור און סוכּות. דאָס זענען טיפּן און געשטאַלטן פֿון מײַנע קינדער־יאָרן אין מײַן היימשטעטל זשעטל אין ווײַטן ווײַסרוסלאַנד.
איך בין זיכער, אַז אין די אַלע חרובֿע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע זענען אויך געווען אַזעלכע ענלעכע, אומפֿאַרגעסלעכע טיפּן. זיי אַלעמען ווידמע איך, מיט כּבֿוד און מיט נאָסטאַלגיע די דאָזיקע עטלעכע שילדערונגען.
איטשע דער קצבֿ — "דער וויינענדיקער בעל־תּפֿילה"
אונדזער קלײַזל, וווּ מײַן טאַטע עליו־השלום האָט געדאַוונט, האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין סטאַבילן חזן. דאָרטן האָבן געדאַוונט בעלי־תּפֿילות, וועלכע האָבן געקענט שטיינער מאַכן וויינען. ווען איטשע דער קצבֿ האָּט זיך געשטעלט צום עמוד זאָגן "כּל־נדרי" האָבן אַלע אין דעם איבערגעפּאַקטן קליינעם קלײַזל געוווּסט, אַז טרוקן וועט מען שוין פֿון דאָרטן ניט אַרויס...
זײַן ביטערער ממעמקימדיקער געוויין האָט אַרײַנגעדרונגען טיף אין די הערצער פֿון די מתפּללים און זיי געמאַכט פֿילן די מיסטעריע פֿון "היום הרת עולם..."
מיר, קינדער, זענען געשטאַנען בײַ דער זײַט פֿון אונדזערע טאַטעס און מיט אונדזערע באַגריפֿן און פֿאַנטאַזיעס נאָכגעפֿאָלגט ר׳ איטשען אין די הויכע עולמות, כּדי צו צערײַסן דעם "רוע גזר־דין..."
די גרויסע וואַקסענע ליכט אין די טעפּלעך זאַמד אויף די פֿענצטער אַרום דעם קליינעם צימער פֿון קלײַזל, האָבן געטריפֿט מיט זייער חלבֿ. דער געוויין פֿון די ווײַבער אין "עזרת־נשים" און די טרערן פֿון ר׳ איטשען און אַלע מתפּללים האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן אין איין גרויסן תּחנונימדיקן יאָמער, וואָס האָט דורכגעשניטן די פֿינצטערע נאַכט פֿון כּל־נדרי, מיט אַ הילכיקן עכאָ איבער די שטילע וואַסערן פֿון דער דערבײַיִקער "פּאָנטשיקס"־אָזיערע.
אָשר דער "פּריסאַדניק"
אויך אָשר דער "פּריסאַדניק" איז געווען באַקאַנט אין שטעטל ווי אַ גוטער און זיסער בעל־תּפֿילה. זײַן הויכע געשטאַלט, זײַן לאַנגע גרויע באָרד און זײַן שטאָלצער גאַנג האָט מער געפּאַסט פֿאַר אַן אַלטן רוסישן אַריסטאָקראַט, איידער אַ ייִד אַ "קאַראַבעלניק", וואָס האַנדלט מיט קליינע טאָג־טעגלעכע זאַכן.
געוווינט האָט ער לעבן שטעטל, אויפֿן שאָסיי וואָס פֿירט קיין סלאָמים, אין אַ קליין בײַדל בשכנות מיט שמואל "נאַקרישקער".
אין די וואָכעדיקע טעג פֿלעגט ער שטיין בײַ דעם אַרײַנפֿאָר אין שטעטל און אויפֿקויפֿן פֿון די פּויערים הינער, אייער, פֿלאַקס און געטריקנטע שוואָמען. ער איז געווען אַ ייִד אַ למדן. אין די בין־השמשותדיקע פֿאַרנאַכטן פֿלעגט ער לערנען מיט ייִדן אין בית־מדרש, אַ בלאַט גמרא, אַ פּרק משניות.
אַ גאַנץ יאָר האָט ער געדאַוונט אין דעם "מיטעלן" בית־מדרש, מיט די שטעטלדיקע האָרעפּאַשניקעס. אָבער יום־טובֿ־צײַט איז ער געווען דער שליח־ציבור פֿון די קלײַזל־ייִדן.
זײַן לירישע שטים און מתיקותדיקער אויסטײַטש פֿון תּפֿילות האָט שטענדיק באַגײַסטערט די מתפּללים און זיי פֿאַרשאַפֿט אַ סך נחת־רוח. באַזונדערס האָט מען געקענט הערן, ווי אַזוי די פֿרויען האָבן רעאַגירט אויף אָשרס דאַווענען דורך די קליינע אָפֿענע פֿענצטערלעך פֿון דער "עזרת־נשים"... מיט זײַן דאַווענען האָט ער גערירט אַלע הערצער פֿון די וואָס האָבן אים געהערט "כּל־נדרי" און די יום־כּיפּור־תּפֿילות במשך דעם לאַנגן, שווערן טאָג.
ניטאָ נאָך אַ שטאָט אין דער גאָרער וועלט, וואָס קען זיך גרויסן מיט אַזוי פֿיל פּראַכט, ווי עס זעט אויס אין די סוכּות־טעג, די שטאָט ירושלים.
אויף די באַלקאָנען פֿון די הײַזער, אין די הייף און גערטנער אַרום, שטייען די שיין אויסגעפּוצטע סוכּות פֿון וועלכע עס טראָגן זיך די פֿריילעכע קלאַנגען פֿון דעם אָנזאָג "נשׂמחתם בחגיך והייתם אַך שׂמח!"
די צוגרייטונגען צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ הייבן זיך אָן נאָך פֿאַר יום־כּיפּור, כאָטש דער אָנגענומענער מינהג איז אַז ווען מען קומט אַהיים נאָך נעילה, נאָך דעם ווי מען כאַפּט אַ לײַכטן ביס און טרונק, נעמט מען זיך גלײַך צו דער הייליקער אַרבעט, אַוועקצושטעלן די ערשטע, הוילע ווענט פֿון דער סוכּה. מען הערט דאַן פֿון אַלע עקן גאַס דאָס קלאַפּן פֿון דעם האַמער פֿון די דערבײַיִקע שכנותדיקע הײַזער.
מיט יעדעס יאָר קען מען אויך זען ווייניקער און ווייניקער סוכּות צונויפֿגעקלאַפּט פֿון ברעטלעך, ווי עס איז געווען מיט יאָרן צוריק. די פֿאַרטיקע, גרייט־פּראָדוצירטע סוכּות פֿאַרבײַטן שוין איצט אַ סך פֿון די אַלטע סוכּות, ווי עס האָט געשילדערט אונדזער באַרימטער דיכטער אַבֿרהם רייזען:
"אַ סוכּה אַ קליינע,
פֿון ברעטלעך געמיינע,
האָב איך קוים מיט צרות געמאַכט.
געדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך
און איך זיץ אין דער סוכּה בײַ נאַכט".
יענע אומפֿאַרגעסלעכע, היימישע סוכּות דערמאָנען אונדז אָן די פּרימיטיווע פּשוטע סוכּות, אין וועלכע די בני־ישׂראל זענען געזעסן נאָך דעם ווי זיי האָבן פֿאַרלאָזט מצרים. סוכּות, וועלכע מען קען לײַכט אויפֿשטעלן און לײַכט צענעמען, רופֿט מען אַפֿילו "סוכּות לנצח" — אייביקע סוכּות. מען באַפּוצט זיי מיט לײַכטנדיקע, שײַנענדיקע, קאָלירפֿולע סטענגעס, אימפּאָרטירט אַהער אַזש פֿון דעם ווײַטן מיזרח, פֿון כינע און אַנדערע ווײַטע לענדער...
אין מײַנע אויגן האָבן זיי ניט קיין טעם און ניט קיין ריח. זיי האָבן ניט דעם דופֿטיקן אַראָמאַט פֿון די אָפּגעבראָכענע גרינע צווײַגן פֿון די יאָדלע־ביימער, וואָס די דאָרפֿישע קריסטן פֿלעגן ברענגען אין שטעטל אַרײַן ערבֿ־סוכּות, דעם סכך מיט וועלכן מען האָּט פֿאַרדעקט דעם דאַך פֿון דער הילצערנער סוכּה, אַזוי אַז מען זאָל קענען זען די שטערן צווישן די גרינע צווײַגעלעך.
איך בין מודה־ומתוודה, אַז ווען איך זע הײַנט די פּרע־פֿאַבריצירטע סוכּות, בענק איך נאָך די אַמאָליקע, פּרימיטיוו־אויסגעשטעלטע סוכּות פֿון הוילע פּשוטע ברעטלעך, מיט היימיש־געמאַכטע דעקאָראַציעס, אויסגעשניטענע פֿון פּאַפּיר בלומען, און פֿאַרשיידענע אַנדערע פֿיגורן.
מען האָט אויך באַפּוצט די ווענט פֿון דער סוכּה מיט אַ בילד פֿון אונדזערע לעגענדאַרע געסט: די "אושפּיזין", וועלכע מיר לאַדן אײַן צו קומען אין אונדזער סוכּה, צו פּראַווען מיט אונדז דעם יום־טובֿ. דאָס זענען דאָך אונדזערע אָבֿות: אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, אָדער משה רבנו מיט די צוויי לוחות אין די הענט און מיט די צוויי הערנער אויף זײַן קאָפּ...
פֿאַר סוכּות האָב איך ליב צו קומען צו דעם באַרימטן "מחנה־יהודה"־מאַרק אין ירושלים, זיך אָנצושטעקן מיט דער ערבֿ־יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער, וואָס הערשט דאָרטן אין די דאָזיקע טעג; מיט דעם ריח פֿון די פֿאַרשיידענע פֿרוכטן און גרינסן, צו הערן די קולות פֿון די פֿאַרקויפֿער וואָס שרײַען אויפֿן קול, אַז בײַ זיי איז זייער סחורה "בזול" — ביליקער ווי בײַ די אַנדערע פֿאַרקויף־שטעלן און בײַ אַנדערע קאָנקורענטן.
באַזונדערס האָב איך ליב צו אָבסערווירן די ייִדן, יונג און אַלט, וועלכע קומען פֿון אַלע עקן שטאָט, און אויך פֿון אַנדערע שטעט, אײַנצוקויפֿן אַ לולבֿ, אַן אתרוג און די "אַרבע־מינים". עס איז ממש אַ פּיקאַנט און רירנדיק בילד אָנצוקוקן ווי הדרת־פּנימדיקע ייִדן פֿון מאה־שערים און גאולה און אַנדערע קוואַרטאַלן פֿון שטאָט, אויך ייִנגערע ישיבֿה־בחורים און סתּם "עמך"־ייִדן, שטייען צוזאַמען, האַלטן אין זייערע ציטערנדיקע הענט אַ לולבֿ, אָדער אַן אתרוג, און מיט גרויס כּוונה און זאָרג זענען זיי בודק צי זיי זענען כּשר צו מאַכן אויף זיי די ברכה "על נטילת לולבֿ". אייניקע ברענגען מיט אַ פֿאַרגרעסער־גלאָז און קוקן אויף דעם אתרוג, ווי אַ דימענט־הענדלער קוקט אויף אַ דימענט, צי דער אתרוג האָט ניט קיין פֿלעק אָדער וועלכן עס איז פּגם אין דעם פּיטום.
* * *
די אַלע וועלכע גייען ניט דאַווענען אין די שילן, נוצן אויס די לאַנגע טעג פֿון דעם יום־טובֿ צו פֿאַרברענגען אין שויס פֿון דער נאַטור. די וועגן און שטעגן פֿון לאַנד זענען באַלאַגערט פֿון טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן.
אַזוי ווי די בני־ישׂראל אין מידבר אַמאָל, מאַכן ייִדן אין ישׂראל "ויסעו־ויחנו", מען זוכט פּלעצער צו געניסן אַ ביסל אָפּרו און פֿאַרגעניגן אין די וועלדער, פֿעלדער, בערג און טאָלן פֿון לאַנד. העכער פֿון אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן האָבן געפֿײַערט דעם יום־טובֿ אין שויס פֿון דער נאַטור. ווי עס האָבן באַריכטעט די קרן־קימת־אָנגעשטעלטע, וועלכע האָבן דעם אויפֿזיכט אויף זייערע וועלדער און אָפּרו־פּלעצער, האָבן דאַן די "פֿאַרברענגער" איבערגעלאָזט נאָך זיך 40 טאָן מיסט, שפּײַז־אָפּפֿאַלן און אַנדערע פּראָדוקטן, וואָס זיי האָבן ליידער ניט מיטגענומען מיט זיך, ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט אַהיים. "עמך"־ישׂראל האָבן נאָך אַלץ ניט געלערנט ווי אַזוי זיך צו באַציִען און האַנדלען מיט אָפּשײַ און זאָרג פֿאַר דער ריינקייט פֿון דער פֿרײַער און שיינער נאַטור פֿון אונדזער קליין לענדעלע. אַ שאָד...
חג שׂמח! — אַ גוטן און פֿריילעכן יום־טובֿ אַלעמען.
אַ גמר חתימה טובֿה אַלע אונדזערע לייענער אין אַלע תּפֿוצות, אין דער גאָרער וועלט!