געזעלשאַפֿט
ייִדישע פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס נאָר דורך דער הינטערשטער טיר, אין ירושלים
ייִדישע פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס נאָר דורך דער הינטערשטער טיר, אין ירושלים
Credit: Getty Images

אין דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 28 אָקטאָבער — 3 נאָוועמבער 2011 — ווערט אויפֿן סמך פֿון דער ייִט"אַ און NBC באַריכטעט, אַז דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־דעפּאַרטאַמענט האָט געדראָט אָפּצושאַפֿן זײַן קאָנטראַקט מיט אַן אויטאָבוס־פֿירמע, וואָס צווינגט די פֿרויען צו זיצן אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס, הינטער די מענער, אין אַ דירעקטער סתּירה מיט איר אָפּמאַך מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע לויט וועלכן דער "אָפֿיציעל גוט־געהייסענער טראַנספּאָרט, טאָר ניט דיסקרימינירן קיין פּאַסאַזשירן; אַז די אויטאָבוס־פֿירמע טאָר ניט מאַכן קיין אויסנאַמען, וואָס שייך דעם ענין פֿון סעגרעגאַציע, באַגרינדעט אויף רעליגיעזע סיבות".

..."אויב אין די אויטאָבוסן וועט מען ווײַטער צעטיילן מענער פֿון פֿרויען, וועט דער דעפּאַרטאַמענט מעגלעך אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראַקט".

אין דער פּראָמינענטער וועלט־צײַטונג ״New York Times״ ווערט דערציילט, אַז "אין די אויטאָבוסן הענגען נאָטיצן, וואָס הייסן די פֿרויען־פּאַסאַזשירקעס צו באַצאָלן דעם שאָפֿער פֿון פֿאָרנט, און דערנאָך אַרײַנקומען דורך דער הינטערשטער טיר, ווען דער אויטאָבוס איז פֿול־געפּאַקט און ס׳איז שווער דורכצוגיין אינעם פֿרויען־טייל פֿון אינעווייניק..."


* * *

לייענענדיק דאָס אויבן־דערמאָנטע אין ירושלים עיר־הקודש, האָב איך פּשוט ניט געקענט גלייבן, אַז דאָס געשעט טאַקע אויך אין דעם הײַנטיקן, מאָדערנעם ניו־יאָרק, אין אַמעריקע פֿון 21סטן יאָרהונדערט.

מיר זענען שוין לאַנג געוווינט צו זאָגן, אַז "ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך". און אָט לייען איך אַז אין הײַנטיקן ניו־יאָרק, קומט פֿאָר גאָר קאַפּויער... אונדזערע ייִדעלעך פֿון ישׂראל, האָבן אימפּאָרטירט קיין ניו־יאָרק: וויליאַמסבורג, באָראַ־פּאַרק, מאָנסי און אַנדערע חרדישע געגנטן, דעם שוין כּמעט־פֿאַרגעסענעם אין אַמעריקע אַפּאַרטהײַד (Apartheid), וואָס האָט געהערשט אין די דאָרטיקע דרום־שטאַטן אין די צײַטן פֿון מאַרטין לוטער קינג און זײַנע מיטהעלפֿער, אין קאַמף קעגן דער סעגרעגאַציע צווישן דער ווײַסער און שוואַרצער באַפֿעלקערונג. בײַ אונדז אין ישׂראל הייסט עס אין עבֿרית "ההפֿרדה בין גבֿרים ונשים" — סעפּאַראַציע צווישן די מינים; צווישן מענער און פֿרויען... וואָס עקזיסטירט שוין היפּשע יאָרן אין די געגנטן פֿון "מאה־שערים" אין ירושלים, אין בני־ברק, און עס האָט זיך פֿאַרשטאַרקט, פֿאַרברייטערט און אָנגענומען ווילדע, אומגעלומפּערטע פֿאָרמאַטן בײַ דער עקסטרעם־פֿאַנאַטישער מחנה, וואָס וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר אין אונדזער לאַנד.

* * *

אָט זענען עטלעכע שילדערונגען:

ערשטנס, פֿון פּערזענלעכער דערפֿאַרונג.

מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָבן מיר, איך און מײַן פֿרוי ציונה, דורכגעמאַכט אַזאַ סעגרעגאַציע נאָך אַ חתונה פֿון אַ בן־משפּחה אין דער פֿרומער שטאָט בני־ברק, נעבן רמת־גן. מיר האָבן פֿאַרשפּעטיקט דעם רעגולערן "אגד"־אויטאָבוס, נומ׳ 400, וואָס קורסירט צווישן רמת־גן און ירושלים. בלית־ברירה זענען מיר אַרויף, שפּעט אין אָוונט, אויף דעם פֿרומען אויטאָבוס אין וועלכן די מענער מוזן זיצן אינעם פֿאָדערשטן טייל, און די פֿרויען זיצן אָפּגעשיידט פֿון זייערע מענער אין דעם הינטערשטן טייל. די דאָזיקע קאָשמאַרנע רײַזע אַהיים קיין ירושלים, נאָך יענער חתונה, וועלן מיר קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן...

פֿריִער דאַרף יעדער פּאַסאַזשיר אַרײַנשטײַגן אין אויטאָבוס און באַצאָלן פֿאַר דעם בילעט דעם שאָפֿער, וועלכער זיצט אין אויטאָבוס פֿון פֿאָרנט, בײַ דעם רודער. דערנאָך דאַרפֿן מאַן און ווײַב זיך צעשיידן. דער מאַן דאַרף פֿאַרכאַפּן אַ ליידיק זיצאָרט צווישן די מענער. זײַן פֿרוי מוז אויסשטײַגן פֿון אויטאָבוס וואָס שנעלער און לויפֿן צו דער הינטערשטער טיר, כּדי צו פֿאַרכאַפּן אַ ליידיק אָרט אין דער "עזרת־נשים" צווישן די ווײַבער...

מײַן פֿרוי האָט ניט געהאַט קיין מזל. אַלע זיץ־פּלעצער אין דער ווײַבערשער סעקציע זענען שוין געווען פֿאַרנומען. איז זי, נעבעך, געשטאַנען אויף אירע שוואַכע פֿיס אַ גאָר לאַנגע צײַט ביז דער אויטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט נעבן מבֿשׂרת־ציון, 12 מינוט פֿאַר ירושלים. אַ יונג מיידל איז אויסגעשטיגן, און ערשט דאַן האָט זי באַוויזן אַוועקצוזעצן זיך אויף דעם ליידיקן אָרט.

במשך פֿון דער לאַנגער רײַזע, צווישן בני־ברק און ירושלים, בין איך געזעסן אין דעם פֿאָדערשטן טייל, באַשטימט בלויז פֿאַר מענער, "אויף שפּילקעס". ליידער האָב איך מײַן פֿרוי ניט געקענט העלפֿן פֿון דער ווײַטנס...


* * *

סוכּות־צײַט האָט מען לענג־אויס די טראָטואַרן אין די הויפּט־גאַסן פֿון מאה־שערים־קוואַרטאַלן אָפּגעצאַמט אין צוויי טיילן, כּדי מענער און פֿרויען זאָלן ניט קומען אין אַ נאָענטן קאָנטאַקט, איינער מיט דער צווייטער.

ווי באַוווּסט, זענען געוויינטלעך די גאַסן און געסלעך פֿון מאה־שערים שטענדיק שמאָל און ענג, אָבער דאָס מאָל איז עס געווען נאָך ענגער און נאָך שמעלער, אין די הקפֿות־טעג פֿון שׂימחת־תּורה.

חול־המועד איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ קעגן־דעמאָנסטראַציע פֿון אַ גרופּע "ישׂראל חופֿשית" — פֿרײַע ישׂראל, וואָס איז געקומען צו פּראָטעסטירן קעגן דער הפֿרדה־סעגרעגאַציע צווישן מענער און פֿרויען. ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן איז אויסגעבראָכן אַ צוזאַמענשטויס צווישן די צוויי גרופּעס און די פּאָליציי האָט זיך אַרײַנגעמישט, כּדי אײַנצושטילן די געמיטער.

משה פֿרידמאַן, איינער פֿון די פֿירנדיקע חרדים, האָט מיט רוגז אויסגעשריגן און געוואָרנט די דעמאָנסטראַנטן בזה־הלשון:

"...מיר וועלן ניט דערלאָזן קיינעם פֿון דרויסן צו דיקטירן אונדז, ווי אַזוי צו דערציִען אונדזערע קינדער, אונדזער יונגן דור. דעם קומענדיקן מאָל וועלן מיר צעברעכן אײַערע ביינער! מיר זענען גרייט צו גיין אין תּפֿיסה פֿאַר אונדזערע צוועקן און צילן!" האָט ער אויסגעשריגן הויך און קלאָר פֿאַר די אָנוועזנדיקע פּרעסע־לײַט.

רחל עזריה, מיטגליד אין ירושלימער שטאָטראַט און פֿאָרשטייערין פֿון דער ליבעראַלער סעקציע, האָט פּראָטעסטירט קעגן דער הפֿרדה־סעגרעגאַציע אין מאה־שערים. בשײַכות מיט דעם האָט זי דערלאַנגט אַן אינטערפּעלאַציע צום העכסטן געריכט.

דאָס איז ניט געווען געפֿעלן דעם ראָש־העיר פֿון ירושלים ניר באַרקאַט. ער האָט צוריקגעצויגן אירע פֿולמאַכטן ווי אַ מיטגליד אין דער קאָאַליציע פֿון שטאָטראַט, "כאָטש ער איז דווקא קעגן דער סעגרעגאַציע", האָט ער דערקלערט.

ווײַזט אויס, אַז ער האָט עס געטאָן, צוליב פּאָליטישע סיבות, כּדי ניט אויפֿצורעגן זײַנע אַלע חרדישע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע.


* * *

און נאָך אַ פּיקאַנטע "שפּאָגל נײַע" דערשײַנונג:

לעצטנס, האָט זיך פֿאַרשטאַרקט אין לאַנד אַ סאָרט סעגרעגאַציע, וואָס האָט צו טאָן מיט דעם "אַלטפֿרענקישן" לאַוו־איסור פֿון דער הלכה, וואָס פֿאַרבאָט מענער צו הערן די שטימען פֿון פֿרויען־זינגערינס, ווײַל עס שטייט אין דער הלכה "קול באישה ערווה" — די שטים פֿון אַ פֿרוי קען, חס־וחלילה, פֿאַרפֿירן דעם מאַנצביל צו אויסגעלאַסנקייט און נאַקעטקייט...

מיר האָבן געלייענט באַריכטן אין דער ישׂראל־פּרעסע אין די לעצטע חדשים, אַז אַ גרופּע פֿון נײַ־מאָביליזירטע רעליגיעזע זעלנער, האָבן עפֿנטלעך פּלוצלינג פֿאַרלאָזט אַן אָפֿיציעלע מיליטערישע צערעמאָניע, ווען זיי האָבן דערזען אַרויפֿגיין אויף דער בינע אַ כאָר פֿון פֿרויען־זינגערינס.

אַזעלכע פֿאַלן זענען אויך געשען אין אַ צאָל פֿון רעליגיעזע מיטלשולעס. אין תּל־אָבֿיבֿ האָט די לייטונג פֿון אַ געוויסער רעליגיעזער יוגנט־גרופּע פֿאַרבאָטן אירע מיטגלידער זיך צו באַטייליקן אין אַן עפֿנטלעכער פּראָגראַם אין וועלכער עס איז אויפֿגעטראָטן אַ באַקאַנטע זינגערין.

אויך אַזוי זעען מיר אויס אין דער כּנסת, וווּ עס דאָמינירן אַ צאָל עקסטרעם־רעליגיעזע דעפּוטאַטן, וואָס "קערן אַ וועלט" מיט זייער פֿרומקייט און אַגרעסיווקייט...