געשיכטע, פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעאָדאָר הערצל מיט זײַנע קינדער: האַנס, פּאַולינאַ און טרודאַ
טעאָדאָר הערצל מיט זײַנע קינדער: האַנס, פּאַולינאַ און טרודאַ

הײַנט, פֿרײַטיק דעם 22סטן יולי, כ’ תּמוז תּשע״א, פֿאַלט אויס דער 108טער יאָרצײַט נאָך דער פּטירה פֿון בנימין־זאבֿ (טעאָדאָר) הערצל. ער איז ניפֿטר געוואָרן כ’ תּמוז תּרס״ד, דעם 3טן יולי 1904, אין דער עסטרײַכישער שטאָט עדלאַך און איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויף דעם בית־הקבֿרות אין ווין.

די ייִדישע וועלט איז דאַן געווען דערשיטערט צוליב דעם פּלוצעמדיקן טויט פֿון דעם "מאָדערן משיח", דעם "שטערן" וואָס האָט זיך באַוויזן אין די הימלען איבער די ייִדישע, אָרעמע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע.

אין זײַן קורץ לעבן האָט ער אַרײַנגעבראַכט אַ שײַן פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסערן, ליכטיקן מאָרגן, פֿון אַ סוף צו זייערע צרות און רדיפֿות און דעם ביטערן גלות. טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון אומעטום, זענען געקומען קיין ווין אים באַגלייטן צו זײַן אייביקער רו דעם "ניט־געקרוינטן ייִדישן מלך", וועלכער האָט במשך זײַן קורץ לעבן באַוויזן אויפֿצוּוועקן די ייִדישע מאַסן צו קאָנקרעטע מעשׂים, צו פֿאַרווירקלעכן זייערע דורות־לאַנגע חלומות און שטרעבונגען צו שיבֿת־ציון.

בלויז 9 יאָר פֿון זײַן קורץ לעבן האָט הערצל אומדערמידלעך געווידמעט זײַן וויזיע צו ברענגען די גאולה און פֿאַרלײַכטערן דעם שווערן מצבֿ פֿון זײַן שטאַם. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 44 יאָר!

ער איז דערשינען אויף דער ייִדישער אַרענע אין דער צײַט, ווען אין אייראָפּע האָט געהערשט אַ פֿאַרשטאַרקטע כוואַליע פֿון אַנטי־ייִדישער שׂינאה; באַזונדערס איז זי דאַן געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין פֿראַנקרײַך. אין יאָר 1894 געפֿינט זיך הערצל אין פּאַריז ווי דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ווינער טאָגצײַטונג "Neue Freie Presse" (די נײַע פֿרײַע פּרעסע). ער האָט געדאַרפֿט דעקן דעם פּראָצעס פֿון דעם ייִדישן אָפֿיציר אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי אַלפֿרעד דרײַפֿוס. די פֿראַנצויזישע פּראָקוראַטור האָט דרײַפֿוסן באַשולדיקט אין פֿאַרראַט און שפּיאָנאַזש לטובֿת דײַטשלאַנד.

הערנדיק די גיפֿטיקע אַנטי־ייִדישע באַליידיקונג קעגן דרײַפֿוסן, זעענדיק דאָס דערנידעריקן און באַליידיקן אים דורך אַראָפּרײַסן די אָפֿיציר־עפּאָלעטן פֿון זײַן מונדיר, און דאָס צעברעכן זײַן שווערד, דערבײַ באַשולדיקן ניט נאָר אים אַליין, נאָר אַלע ייִדן אין זײַן אומלאָיאַל און אומגעטרײַ צו פֿראַנקרײַך, האָט אויפֿגעוועקט אין דעם האַלב־אַסימילירטן הערצל אַ ניצוץ פֿון זײַן אָפּשטאַם. ער האָט דאַן באַשלאָסן, אַז ער קען ניט בלײַבן גלײַכגילטיק צו דעם אַלעמען, און אַז ער דאַרף ווידמען זײַן טאַלאַנט און כּוח צו העלפֿן זײַן פֿאָלק, וואָס איז אויסגעשטעלט צו די געפֿאַרן פֿון פּאָגראָמען און רדיפֿות.

הערצל שרײַבט זײַן בוך ″Altneuland″ (אַלט־נײַלאַנד), וווּ ער שלאָגט פֿאָר זײַנע פּלענער ווי אַזוי צו גרינדן די ייִדישע מדינה אין פּאַלעסטינע. ער אָרגאַניזירט אַרום זיך אַ גרופּע אַקטיוויסטן און אין יאָר 1897 רופֿט ער צונויף דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, שווייץ, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך 104 דעלעגאַטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. מיט זײַן מאַיעסטעטישער פּערזענלעכקייט און זײַן אָראַטאָרישן טאַלאַנט דערמוטיקט ער די דעלעגאַטן צו קאָנקרעטע מעשׂים אין זייערע לענדער.


הערצל באַגעגנט זיך מיט קעניגן און מיטן פּויפּסט

הערצל וואַרפֿט זיך אַרײַן מיט זײַן פֿולער ענערגיע און שוווּנג אין פּאָליטישער אַקטיוויטעט. דעם 2טן נאָוועמבער 1898 טרעפֿט ער זיך מיטן דײַטשישן קיסר ווילהעלם, בשעת זײַן באַזוך אין פּאַלעסטינע. אין יאָר 1901 פֿאָרט ער קיין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, וווּ ער באַמיט זיך צו פּועלן בײַ דעם טערקישן סולטאַן אַבדול כאַמיד, ער זאָל דערלויבן אַ מאַסן־עמיגראַציע פֿון ייִדן קיין פּאַלעסטינע. אָבער ער האָט ניט געהאַט קיין דערפֿאָלג אין די דאָזיקע באַמיִונגען.


די אויסטערלישע באַגעגעניש מיטן פּויפּסט אין וואַטיקאַן

אַזוי שילדערט ער די דאָזיקע באַגעגעניש אין זײַן טאָגבוך:

...דער פּויפּסט האָט מיך אויפֿגענומען שטייענדיקערהייט. ער האָט אויסגעשטרעקט זײַן האַנט צו מיר, וואָס איך האָב ניט געקושט... איך גלייב, אַז דאָס האָט קאַליע געמאַכט מײַנע שאַנסן מיט אים. יעדער איינער, וואָס באַקומט אַן אוידיענץ בײַ אים, קניט פֿאַר אים און קושט זײַן האַנט... איך האָב עס ניט געטאָן... דאָס קושן זײַן האַנט האָט מיך שטאַרק באַזאָרגט לאַנגע טעג פֿאַר דער דאָזיקער באַגעגעניש. איך בין שטאַרק געווען צופֿרידן נאָך דער באַגעגעניש, אַז עס איז שוין פֿאַרבײַ. איך גלייב, אַז צוליב דעם האָט ער געענטפֿערט אין אַ שטאַרק רוגזדיקן טאָן אויף מײַנע בקשות צו אים. ער האָט קאַטעגאָריש דערקלערט: 'מיר קענען ניט מסכּים זײַן מיט אײַערע פֿאָרשלאָגן, מיר קענען ניט פֿאַרמײַדן פֿון די ייִדן צו קומען קיין ירושלים, אָבער מיר וועלן עס קיין מאָל ניט שטיצן!.. די ערד פֿון ירושלים איז ניט שטענדיק געווען הייליק. אָבער זי איז פֿאַרהייליקט געוואָרן דורך דעם לעבן און טויט פֿון יעזוסן... די ייִדן האָבן ניט אָנערקענט אונדזער האַר. דערפֿאַר קענען מיר ניט אָנערקענען דאָס ייִדישע פֿאָלק און זײַן פּרעטענזיע צום הייליקן לאַנד!

די דאָזיקע ווערטער, אַרויסגעזאָגט פֿון פּויפּסט צו הערצלען אין יאָר 1901, זענען אונדז גוט באַקאַנט. זייער אָפּקלאַנג קלינגט נאָך אַלץ צווישן די ווענט פֿון וואַטיקאַן אין רוים; אויך אין דער איצטיקער צײַט.


דער טראַגישער גורל פֿון הערצלס משפּחה

ניט די ייִדישע מאַסן אין אייראָפּע, און ניט די ציוניסטישע עסקנים פֿון יענער צײַט, האָבן געוווּסט, אַז אין הערצלען קלאַפּט אַ טיף־צעווייטיקט האַרץ פֿון אַ מאַן, אַ פֿאָטער צו קינדער, וועמענס שלום־בית אין דער היים איז צערודערט און פֿאַרביטערט, פֿול מיט אינערלעכע מחלוקתן, צעריסנקייט, קאָנפֿליקטן און קראַנקייטן.

ווען הערצל איז געשטאָרבן אין יאָר 1904, זענען זײַנע קינדער געווען נאָך זייער יונג. די עלטערע טאָכטער פּאַולינאַ איז דאַן געווען 14 יאָר אַלט. דער זון האַנס איז געווען 13 יאָר אַלט און טרודאַ בלויז 11 יאָר אַלט. זײַן פֿרוי יוליאַ, וועלכע ער האָט גערופֿן דזשוליאַ, איז געווען דאַן 36 יאָר אַלט — אַ יונגע, שיינע פֿרוי, מיט אַ לאַנגער געשיכטע פֿון געזונט־פּראָבלעמען, פּסיכיש־גײַסטיקע קראַנקייטן און יאָרן פֿון ליגן אין שפּיטעלער.

דזשוליאַס משפּחה איז געווען זייער רײַך און די קינדער זענען געוואַקסן אין גרויס לוקסוס, אָבער איזאָלירט פֿון חבֿרים און פֿרײַנד. זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו די קאַפּריזן פֿון זייער פֿאָטער, וועלכער האָט זיך באַצויגן צו זיי ווי צו "פּרינצן" און אַדלקינדער, וועלכע דאַרפֿן זײַן אָפּגעשיידט און באַשיצט פֿון שעדלעכע, דרויסנדיקע אײַנפֿלוסן. נאָך זײַן טויט האָט די עשירות און לוקסוס אויסגערונען, און די קינדער זענען געבליבן אָרעמע יתומים. זייער מוטער דזשוליאַ איז געשטאָרבן דרײַ יאָר נאָך דער פּטירה פֿון זייער פֿאָטער. אין לויף פֿון די דרײַ יאָר פֿאַר איר טויט האָט זי פֿאַרבראַכט אין פּסיכיאַטרישע אַנשטאַלטן און זי האָט כּמעט ניט געהאַט קיין שום השפּעה אויף דער דערציִונג פֿון די קינדער.

הערצלס עלטערע טאָכטער פּאַולינאַ האָט געהאַט אַ האַרץ־ און געלענק־קראַנקייט. נאָך איר פֿאָטערס טויט האָט זי זיך דערצויגן אין הויז פֿון איינעם פֿון אירע פֿעטערס. איר געזונט־צושטאַנד האָט זיך פֿאַרערגערט און זי איז פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַנשטאַלטן פֿאַר גײַסטיק קראַנקע. זי איז געווען באַווירקט פֿון מאָרפֿיום און אַנדערע נאַרקאָטיקס. זי איז געשטאָרבן אין באָרדאָ, פֿראַנקרײַך, דעם 10טן סעפּטעמבער 1930.

איר ברודער האַנס, וועלכער האָט זי שטאַרק ליב געהאַט און איז געווען צוגעבונדן צו איר בלבֿ־ונפֿש, האָט זיך ניט געקענט מוחל זײַן, וואָס ער האָט פֿאַרנאַכלעסיקט זײַן שוועסטער אין די לעצטע יאָרן פֿאַר איר טויט. ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, נאָך איידער זי איז געקומען צו קבֿורה. אין זײַן צוואה האָט ער געבעטן, מען זאָל אים מקבר זײַן צוזאַמען מיט פּאַולינען אין דעם זעלבן אָרון. אין זײַן לעבן איז האַנס דורכגעגאַנגען אַ סך אומוואַנדלונגען. זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן ווען ער איז געווען 13 יאָר אַלט. ער האָט שטודירט אין קעמברידזש און געדינט אין דער בריטישער אַרמיי אין אינדיע.

די ציוניסטישע וועלט־אָרגאַניזאַציע האָט געהאָפֿט און געזען אין אים דעם נאָכפֿאָלגער פֿון הערצלס אָנפֿירערשאַפֿט. אָבער אויך ער איז געווען פּסיכיש־צעשרויפֿט און איז אַפֿילו געווען אונטער דער באַהאַנדלונג פֿון פּסיכיאַטער קאַרל יונג. ער האָט עקספּערימענטירט מיט פֿאַרשיידענע רעליגיעס. אין יאָר 1924 איז ער געוואָרן אַ באַפּטיסט, דערנאָך אַ קאַטויל, אַן אוניטאַרער, אַ קווייקער און צום סוף האָט ער זיך צוריקגעקערט צו ייִדישקייט און געוואָרן אַ ליבעראַלער ייִד...

דעם בריוו אין וועלכן ער האָט געבעטן מען זאָל אים מקבר זײַן צוזאַמען מיט זײַן שוועסטער אין דעם זעלבן אָרון, האָט ער אַדרעסירט צום פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע חיים ווייצמאַן. זײַן שוועסטער טרודאַ איז געבוירן אין פּאַריז אין 1883 אין דעם פּעריאָד, ווען הערצל האָט זיך געהאַט איבערגעבעטן מיט זײַן פֿרוי דזשוליאַ נאָך עטלעכע יאָר פֿון אָנגעשטרענגטע באַציִונגען. אין עלטער פֿון 17 יאָר האָט מען שוין בײַ איר פֿעסטגעשטעלט פּסיכישע דעפּרעסיע און אַנדערע קראַנקייטן. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ רײַכן סוחר און אים געבוירן אַ זון סטעפֿאַן — דאָס איינציקע אייניקל פֿון הערצלען.

אין יאָר 1942 האָט זי זיך געפֿונען אין אַ פּסיכיאַטרישן אַנשטאַלט, פֿון וועלכן די דײַטשן האָבן זי פֿאַרשיקט צוזאַמען מיט די אַנדערע קראַנקע קיין טערעזיענשטאַט, וווּ מען האָט זי אומגעבראַכט. דאָס דאָזיקע אייניקל סטעפֿאַן, אויף וועלכן די ציוניסטישע אָנפֿירער פֿון יענער צײַט האָבן געלייגט גרויסע האָפֿענונגען (אפֿשר וועט ער זײַן דער יורידישער נאָכפֿאָלגער פֿון זײַן באַרימטן זיידן), האָט אויך אַנטוישט.

אין יאָר 1945 האָט ער באַזוכט ישׂראל און מען האָט אים צוגעזאָגט "גאָלדענע גליקן". ער האָט זיי אַלע אָפּגעזאָגט, און אָנגענומען אַ שטעלע ווי אַ באַאַמטער אין אַן ענגלישער פֿאָרשטייערשאַפֿט אין וואַשינגטאָן. ער איז אַהין אָנגעקומען אין סעפּטעמבער 1946. צוויי חדשים שפּעטער, איז ער, אין דער טרויעריקער טראַדיציע פֿון זײַן משפּחה, באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, אַראָפּשפּרינגענדיק פֿון אַ הויכער בריק אין טײַך צו זײַן טויט.

פֿאָרשער, היסטאָריקער און זשורנאַליסטן האָבן יאָרן־לאַנג געפּרוּווט צו דערגיין די סיבות פֿון דער משפּחה־טראַגעדיע פֿון ד״ר הערצל. מען האָט אַנאַליזירט אַלע מעגלעכע אַספּעקטן פֿון די פּסיכישע קראַנקייטן און זייער אויסווירקונג אויף יעדן איינעם פֿון זיי. געוויסע טעזיסן האָבן אַפֿילו אָנגעוווּנקען אויף הערצלס שטורמישן לעבנס־גאַנג גופֿא, וואָס האָט, מעגלעך, גורם געווען אויף זײַן צעשטרייטן משפּחה־לעבן, אויף זײַן אָפֿטער אָפּוועזנקייט פֿון דער היים, וואָס האָט מעגלעך אויך דערפֿירט צו זײַן פֿריצײַטיקן טויט.

הערצלס קבֿר געפֿינט זיך אין ירושלים אויפֿן באַרג וואָס טראָגט זײַן נאָמען "הר־הרצל". לויט זײַן וווּנטש האָט מען איבערגעפֿירט זײַנע ביינער פֿון ווין דעם 17טן אויגוסט 1949. אין זײַן צוואה האָט הערצל געבעטן, אַז ווען מען וועט אַריבערפֿירן זײַן קערפּער קיין ארץ־ישׂראל, זאָל מען אויך מקרבֿ זײַן דאָרטן זײַן משפּחה.

ער האָט אויך געבעטן, אַז "צוזאַמען מיט זײַן קערפּער זאָל מען אויך אַריבערפֿירן זײַן פֿאָטערס קערפּער, זײַן שוועסטערס פּאַולינעס פֿון פּעשט, ווי אויך די אַרונות פֿון זײַנע נאָענטע קרובֿים, וועלכע וועלן שטאַרבן, ביז מען וועט אַריבערברענגען קיין ארץ־ישׂראל מײַן מוטער, מײַנע קינדער און דעם אָרון פֿון מײַן פֿרוי, אין פֿאַל ווען זי וועט עס בעטן אין איר לעצטער צוואה".

די דאָזיקע אויבן־דערמאָנטע פּרטים פֿון די טראַגישע געשעענישן אין הערצלס משפּחה האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַרויסגעבראַכט דער היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון ציוניסטישן געדאַנק, ד״ר אַריאל פֿעלדשטיין.


* * *

יעדעס יאָר, כ’ תּמוז, בײַ די יערלעכע הזכּרות אויפֿן הר־הרצל, אין וועלכע עס באַטייליקן זיך דער פּרעזידענט פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער, בראָש אַ צאָל מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון פֿאָלק, און אומעטום אין לאַנד און אין די תּפֿוצות ווערט שטענדיק אַרויסגעהויבן די ראָלע וואָס הערצל האָט אויסגעפֿירט ווי דער גרונטלייגער פֿון דער ציוניסטישער וועלט־אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט דערפֿירט צו דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, אין 1948.

עס איז אָבער אויך פּאַסיק צו דערמאָנען, און אָנערקענען מיט כּבֿוד און וווּנדער, זײַן מוטיקייט און קוראַזש, מיט וועלכער ער האָט זיך מוסר־נפֿש געווען אין אויספֿירן די שווערע ראָלע פֿון אַ "חוזה" (וויזיאָנער) און מנהיג, אין אָנבליק פֿון די טראַגישע משפּחה־אַנטוויקלונגען, וואָס ער איז אויסגעשטאַנען, און מיט וועלכע ער האָט זיך געראַנגלט גלײַכצײַטיק אין יענע יאָרן.

ערע זײַן אָנדענק!