|
דעם 21סטן אויגוסט אין באר־שבֿע נאָך אַ פּאַלעסטינער אַטאַק |
Credit: Getty Images |
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער זומער וועט אַריבערגיין נישט ערגער ווי פֿריִער, חוץ די געוויינטלעכע, אָפֿטע געשעענישן און אומגליקן, וואָס געשעען אין אונדזער לאַנד, צו וועלכע מיר זענען שוין, ליידער, געוווינט.
יעדעס מאָל, ווען עס טרעפֿט עפּעס בײַ אונדז, נעמען מיר עס אויף פּערזענלעך, אָדער קאָלעקטיוו מיט צער, ווייטיק און באַדויער. מיר באַמיִען זיך אַראָפּצושלינגען די ביטערע פּיל פֿון אונדזער גורל און גייען ווײַטער אָן מיט אונדזער טאָג־טעגלעכער רוטין, האָפֿנדיק, אַז דער מאָרגן וועט זײַן אַ בעסערער, אַ לויטערער פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז מיר וועלן אַריבערקומען דעם זומער בשלום און מיר וועלן באַגעגענען דעם אָנקומענדיקן חודש סעפּטעמבער, מיט אַלע זײַנע פֿאָרויסגעזעענע סכּנות און אָנשיקענישן, וואָס לויערן אויף אונדז... ליידער, איז עס געקומען פֿריִער ווי מיר האָבן געטראַכט. דאָס וואָס איז געשען אין דער פֿאַרגאַנגענער סוף־וואָך אין דרום פֿון לאַנד, האָט אונדז אַלעמען איבערראַשט און פֿאַרשאַפֿט צער און ווייטיק.
דער פֿאַרלוסט פֿון אַזוי פֿיל לעבנס און פֿאַרוווּנדעטע ציווילע בירגער און זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, האָט אונדז אַלעמען דערשיטערט. ניט געקוקט אויף די אַלע באַוואָרענישן און זיכערהייט־מיטלען, מיט וועלכע די מיליטער־כּוחות און רעגירונגס־מענטשן האָבן אונדז באַזאָרגט, האָבן מיר געליטן אין די דאָזיקע טעג אַ גרויסע צאָל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע פֿון די "קאַסאַם"־ און "גראַד"־ראַקעטן, פֿון די קוילן, פֿון דער לײַכטער און שווערער אַרטילעריע פֿון די "כאַמאַס" און "אַל־קײַדאַ"־טעראָריסטן. דער סך־הכּל פֿון די געשעענישן פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, איז אַ דערשיטערנדיקער און טרויעריקער. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן אַרויסגעשיקט פֿון עזה אַרום 100 טויטלעכע ראַקעטן אויף די שטעט און ייִשובֿים, וואָס ליגן אין דרום פֿון לאַנד.
זינט דער לעצטער מלחמה מיט די אַראַבער אין עזה, האָבן די דאָזיקע מקומות ניט געליטן אַזוי פֿיל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע:
דעם לעצטן דאָנערשטיק זענען אומגעקומען בײַ דער עגיפּטישער גרענעץ, ניט ווײַט פֿון אילת, 8 ישׂראלים, זעלנער און ציווילע בירגער. די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות האָבן געענטפֿערט מיט אַ רעוואַנש־אַטאַק און דערהרגעט 9 פּאַלעסטינער טעראָריסטן, צווישן וועלכע עס זענען געווען אַ צאָל פֿון די, וועלכע האָבן פּלאַנירט און אויסגעפֿירט דעם איבערפֿאַל אויף די ישׂראלים.
פֿרײַטיק זענען געפֿאַלן 2 ראַקעטן אין אַשדוד. די ערשטע איז געפֿאַלן אין הויף פֿון אַ ישיבֿה און 10 תּלמידים זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די צווייטע ראַקעטע האָט געטראָפֿן אין אַ בית־כּנסת. צום גליק, איז עס געשען אַ קורצע צײַט נאָך דעם שחרית־מנין און קיינער איז ניט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. אין בנין איז געבליבן אַ ניט־עקספּלאָדירטע ראַקעטע. מען האָט געמוזט צעשטערן דעם צעשעדיקט בנין פֿון בית־כּנסת, נאָך דעם, ווי מען האָט באַזײַטיקט פֿון דאָרטן די תּשמישי־קדושה, די ספֿרי־תּורה און די הייליקע ספֿרים און סידורים.
אין באר־טובֿיה איז געפֿאַלן אַ ראַקעטע אויף אַן אינדוסטריעלן בנין. עס איז אויסגעבראָכן אַ גרויסע שׂרפֿה. צום גליק, זענען דאָרטן ניט געווען קיין מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע.
מוצאי־שבת איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אַלעקס מערקין פֿון באר־טובֿיה, פֿאָרנדיק אויף זײַן מאָטאָציקל. אַ ראַקעטע איז געפֿאַלן אויף אַ געשעפֿט אין אופֿקים, 3 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן — אַ קינד, 4 חדשים אַלט און אַ ייִנגל, 9 יאָר אַלט.
אין באר־שבֿע איז געפֿאַלן אַ ראַקעטע אויף אַ הויז. אַן אויטאָמאָביל האָט עקספּלאָדירט, אַ שוואַנגערע פֿרוי איז ערנסט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
אין אַשדוד זענען געפֿאַלן 7 ראַקעטן, 9 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
אין אַ געגנט פֿון אופֿקים זענען געווען 3 פֿאַרוווּנדעטע, אַ קינד פֿון 2 וואָכן, אַ מיידל פֿון 8 יאָר און אַן עלטערע פֿרוי. עס זענען געפֿאַלן ראַקעטן אין קרית־גת, אין אַשקלון. אין באר־שבֿע, אין קיבוץ מפֿלסים, קיבוץ עלומים און אַנדערע פּלעצער איז שבת דערהרגעט געוואָרן אַ מאַנצביל און 6 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
אין אָנבליק פֿון די דאָזיקע ראַקעטן־אַטאַקן, האָבן די מיליטער־כּוחות פֿאַראָרדנט, אַז די ציווילע באַפֿעלקערונג זאָל זײַן גרייט אַרײַנצוגיין אין די שוצקעלערס, ווען עס הערן זיך די אַלאַרעם־סירענעס. ליידער, זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן ניט באַוויזן דערגיין צו די דאָזיקע שוצקעלערס, אָדער אַנדערע זיכערע פּלעצער. אין אַ סך פּלעצער זענען נאָך אַלץ ניטאָ קיין שוצקעלערס און מענטשן זענען אויסגעשטעלט צו די געפֿאַרן פֿון די אָפֿטע ראַקעטן־אַטאַקן. ערשט איצט האָט מען אָנגעהויבן אַן אינטענסיווע בוי־אַרבעט, צו פֿאַרזיכערן, אַז אין די דאָזיקע פּלעצער זאָלן זײַן גענוג שוצקעלערס.
* * *
אין די דאָזיקע אָנגעשטרענגטע טעג איז דאָס לעבן אין די אַנדערע טיילן פֿון לאַנד אָנגעגאַנגען, ווי עס איז, נאָרמאַל, אָבער אין גרויס שפּאַנונג און שרעק, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן.
אין באר־שבֿע איז באַצײַטנס אָפּגעלייגט געוואָרן דער וועכנטלעכער פֿוטבאָל־מאַטש. די פֿאַרווײַלונגס־אונטערנעמונגען איבערן לאַנד זענען פֿאָרגעקומען ווי געוויינטלעך, אָבער די מערסטע זענען געבליבן אין זייערע היימען און האָבן מיט ציטער נאָכגעפֿאָלגט אויף דער טעלעוויזיע און אַנדערע מעדיאַ די געשעענישן אין דרום פֿון לאַנד.
דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט מבֿטל געמאַכט זײַן פּלאַנירטע זומער־וואַקאַציע מיט זײַן משפּחה. די אַנדערע מיניסטאָרן האָבן באַקומען אַ פֿאָדערונג צו זײַן גרייט אין פֿאַל, אויב מע וועט זיי דאַרפֿן צונויפֿרופֿן אויף אַ דרינגענדיקער באַראַטונג.
די פּראָטעסטירער אין די געצעלטן אין תּל־אָבֿיבֿ און אין אַנדערע פּלעצער אין לאַנד, האָבן ממשיך געווען זייערע פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס מיט זייערע פֿאָדערונגען פֿון צדק־חבֿרתי — סאָציאַלער גערעכטיקייט.
5,000 דעמאָנסטראַנטן אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן מאַרשירט פֿון "הבימה"־טעאַטער צו דעם טשאַרלס קלור־גאָרטן בײַם ים, אונטער דעם לאָזונג: "אין בטחון אישי בלי בטחון חבֿרתי!" — עס איז ניטאָ קיין פּערזענלעכע זיכערקייט אָן סאָציאַלער זיכערקייט!
אין קרית־שמונה האָבן אָנטייל גענומען 1,000 מענטשן אין אַן ענלעכער דעמאָנסטראַציע.
אין די דאָזיקע דעמאָנסטראַציעס האָבן זיי זיך סאָלידאַריזירט מיט דער באַפֿעלקערונג אין די דרום־ייִשובֿים און שטעט. די רעדנער האָבן אויסגעדריקט זייער סימפּאַטיע און מיטגעפֿיל מיט די משפּחות פֿון די געפֿאַלענע און פֿאַרוווּנדעטע פֿון די ראַקעטן. די זינגער האָבן אויסגעפֿירט זייערע געזאַנגען שטיל, אָן אַ מיקראָפֿאָן.
נאָך דעם ווי די טעראָריסטן און די באַפֿעלקערונג אין עזה האָבן פֿאַרזוכט די שטראָף־אַטאַקן פֿון דעם ישׂראלדיקן לופֿטפֿלאָט, האָבן זיך דערהערט געוויסע ידיעות, אַז די פֿירער פֿון די טעראָריסטישע גרופּעס אין עזה, זענען גרייט אָפּצושטעלן זייערע שיסערײַען און ראַקעטן־אַטאַקן אויף די ייִדישע ייִשובֿים איבער דער גרענעץ, אויב ישׂראל וועט אויך אָפּשטעלן אירע רעוואַנש־אַטאַקן.
אין די לעצטע טעג, ווען איך שרײַב דעם דאָזיקן "בריוו פֿון ירושלים", האָבן זיך עטוואָס אָפּגעשוואַכט די באַשיסונגען אויף דעם דרום־פֿראָנט. מיר ווילן האָפֿן, אַז דער דאָזיקער שטילשטאַנד וועט ניט זײַן קיין קורצער, און עס וועט אפֿשר דויערן אַ לענגערע צײַט, אויף ביידע זײַטן פֿון דעם עזה־גרענעץ־פּאַס.