געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעמאָנסטראַציע פֿון עטיאָפּישע עולים אין קרית־מלאכי
דעמאָנסטראַציע פֿון עטיאָפּישע עולים אין קרית־מלאכי
Credit: Getty Images
געוויינטלעך, בין איך שטענדיק גערן צו באַריכטן אין מײַנע "בריוו פֿון ירושלים" וועגן פֿריילעכע, פּאָזיטיווע געשעענישן און עפּיזאָדן אין ירושלים בפֿרט, און אין ישׂראל — בכלל.
מדינת־ישׂראל איז אַ דינאַמיש, פּלוראַליסטיש און פֿאָרגעשריטן לאַנד, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון איר באַפֿעלקערונג שפּרודלט מיט שטענדיקער און אָנגייענדיקער וויטאַליטעט, ענערגיע און לעבנס־קראַפֿט; אָבער ליידער, אויך מיט קאָלאָסאַלע פּראָבלעמען און זאָרגן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, וואָס מיר קומט אויס צו באַשרײַבן פֿאַר אונדזערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס".
אין לויף פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2011, און שוין אויך אין דעם ערשטן חודש פֿון דעם נײַעם יאָר 2012, זענען פֿאַרלאָפֿן אַ צאָל געשעענישן, וואָס האָבן אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג אין לאַנד גופֿא, און האָבן געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע און מעדיאַ אומעטום. זיי האָבן אונדז נישט געבראַכט קיין כּבֿוד, נאָר צער און ווייטיק; זיי האָבן פֿאַרשוואַרצט אונדזער פּנים פֿאַר דער גאָרער וועלט.

* * *

דאָס וואָס עס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ וואָך צוריק אין קרית־מלאכי, אַ שטאָט אויפֿן וועג קיין באר־שבֿע, איז געווען אַן עפֿנטלעכע אָפּשפּיגלונג פֿון דער טראַגעדיע פֿון די טויזנטער און טויזנטער נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד.
זייער אַבסאָרבציע איז אַ שווערע אין אַלע הינזיכטן. דער גרעסטער פּראָצענט פֿון זיי לײַדט פֿון אַרבעטסלאָזיקייט און שווערע וווינונגס־באַדינגונגען. אַ סך שולן איבערן לאַנד דיסקרימינירן עטיאָפּישע קינדער, וועלכע ווערן נישט אינטעגרירט אין די נאָרמאַלע קלאַסן צוזאַמען מיט די אַנדערע קינדער פֿון זייער עלטער, נאָר אין סעפּאַראַטע קלאַסצימערן, ביז זיי דערגרייכן אַ געוויסן פֿאָרשריט אין זייערע לימודים. אין רעזולטאַט פֿון דעם, פֿילן די דאָזיקע קינדער ווי זיי וואָלטן געווען אין אַ געטאָ. די דאָזיקע שולן געהערן ס׳רובֿ צו דעם רעליגיעזן שולוועזן אין לאַנד.
אין אַלגעמיין זענען די מערסטע עולים באַוווּסט ווי שטילע, געמיטלעכע אין כאַראַקטער. זיי זענען קאָנצענטרירט אין זייערע קהילות און וואַרטן מיט אומגעדולד אויף דער הילף פֿון דער רעגירונג, וואָס אײַלט זיך נישט צו קומען...
במשך די יאָרן איז דאָך אויסגעוואַקסן אַ נײַער דור, אָפּשטאַמיקע פֿון עטיאָפּיע, וועלכע האָבן געמאַכט פֿאָרשריטן אין זייער לעבן אויף פֿאַרשיידענע געביטן. אַ געוויסע צאָל פֿון זיי האָבן געענדיקט מיטלשולן און אוניווערסיטעט־לימודים, און זענען געוואָרן אַקטיוו אין אַלגעמיינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זיי האָבן אָנגעהויבן פֿאָדערן פֿון דער רעגירונג גלײַכע רעכט מיט די אַנדערע תּושבֿים פֿון לאַנד.
די טויזנטער עטיאָפּישע עולים האָבן דעמאָנסטרירט מיט הילכיקע ווייגעשרייען און פּלאַקאַטן, קעגן דער העסלעכער דיסקרימינאַציע קעגן זיי מצד די לאָקאַלע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, און דאָס גלײַכן אין אַנדערע שטעט פֿון לאַנד, נישט צו פֿאַרדינגען, אָדער פֿאַרקויפֿן זיי אַ דירה אין שטאָט, בלויז דערפֿאַר, ווײַל זיי שטאַמען פֿון עטיאָפּיע; ווײַל זייער הויט איז שוואַרץ און זייער אָנוועזנהייט קען, חלילה, אַראָפּנידערן די ווערט פֿון די הײַזער און פֿון דער געגנט אַרום.
מיר, וועלכע זענען אין יענעם אָוונט, געזעסן געמיטלעך אין די באַקוועמע סאָפֿעס און פֿאָטעלן אין אונדזערע וואַרעמע וווינונגען, נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין קרית־מלאכי, און מיט גרויס ווייטיק זיך צוגעקוקט צו דעם גאַנג פֿון דער דעמאָנסטראַציע, זענען געווען ממש שאָקירט צו זען און הערן די באַליידיקנדיקע, אומפֿאַרשעמטע אויסדרוקן פֿון אייניקע פֿון די דאָרטיקע תּושבֿים. עס האָט אונדז פֿאַרשאַפֿט אַ בושה און חרפּה פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן אָפֿן דערקלערט, אַז זיי ווילן נישט האָבן אַרום זיך די "שוואַרצהויטיקע עטיאָפּישע אײַנוווינער, פֿון וועלכע עס טראָגן זיך אומהיימלעכע ריחות..."
מיר האָבן קוים געקענט גלייבן, אַז אין אונדזער אייגענער מדינה קען אַרויסקומען פֿון אַן ייִדיש מויל אַזעלכע מיאוסע ווערטער און קללות, ווי "אתּיופּי טובֿ זה אתּיופּי בקבֿר" — אַז אַ גוטער עטיאָפּיער איז אַן עטיאָפּיער אין אַ קבֿר. עס איז ממש אומדערהערט און סקאַנדאַליעז. אַזעלכע עלעמענטן אין אונדזער געזעלשאַפֿט דאַרפֿן באַשטראָפֿט ווערן, ווי עס געהערט צו זײַן!
אייניקע עטיאָפּישע עולים, וועלכע זענען שוין מיטגלידער אין שטאָטראַט פֿון קרית־מלאכי, האָבן דערציילט פֿאַר דער פּרעסע, אַז אין שטאָט וווינען שוין הײַנט צו טאָג אַרום 5,000 עולים פֿון עטיאָפּיע אין שווערע וווינונגס־באַדינגונגען, און זיי ווילן דינגען אָדער — מיט דער הילף פֿון דער רעגירונג — קויפֿן באַקוועמערע וווינונגען.
אין די לעצטע יאָרן האָט מען געבויט אַ סך נײַע הײַזער אין שטאָט, אָבער די באַלעבאַטים פֿון די דאָזיקע הײַזער זאָגן זיך אָפּ צו פֿאַרקויפֿן אָדער פֿאַרדינגען אַ וווינונג צו אַן עטיאָפּישער משפּחה.
די עטיאָפּישע מיטגלידער פֿון שטאָטראַט אין קרית־מלאכי האָבן געטענהט: "עס איז נישט מעגלעך, אַז אין אונדזער צײַט, זאָלן צוויי ישׂראל־בירגער, וועלכע האָבן געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי און ווילן וווינען אין קרית־מלאכי, זאָל מען איינעם פֿון זיי וועלן יאָ פֿאַרקויפֿן אַ דירה און אַ צווייטן נישט; און דאָס בלויז צוליב דעם קאָליר פֿון זײַן הויט... מיר האָבן אַ לאַנד, אָבער מיר האָבן נישט קיין הויז וווּ צו וווינען", האָבן מיט טיפֿן באַדויער אויסגעדריקט זייער מצבֿ די צוויי עטיאָפּישע מיטגלידער אין שטאָטראַט.
די דאָזיקע דיסקרימינאַטאָרישע דערשײַנונג הערשט נישט בלויז אין קרית־מלאכי, נאָר אויך אין ראשון לציון, אַשקלון, בית־שמש, פּתח־תּקוה, אַשדוד און אַנדערע שטעט אין לאַנד.
גדעון מהרי, איינער פֿון די פֿירער פֿון דער עטיאָפּישער קהילה אין קרית־מלאכי, האָט זיך אויסגעדריקט: "...מיר זענען געקומען אין לאַנד נישט נעכטן און נישט אייערנעכטן. מיר זענען שוין דאָ אַ לאַנגע צײַט, צוזאַמען מיט דער היגער באַפֿעלקערונג. פֿון וואַנען נעמט זיך בײַ ייִדן אַזאַ שׂינאה צו אַנדערע ייִדן?" — האָט ער ביטערלעך געפֿרעגט... "עס דערמאָנט אין דער שׂינאת־חינם אין אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע".
דערבײַ האָט ער צוגעגעבן: "...מיט דער דאָזיקער דעמאָנסטראַציע זאָגן מיר די אַלע וואָס דיסקרימינירן קעגן די עטיאָפּישע עולים: איר מעגט זיך שעמען פֿאַר אײַער אויפֿפֿירונג! מיר וווינען שוין דאָ צוזאַמען אַ לאַנגע צײַט אין דער שטאָט, און וועלן ווײַטער וווינען דאָ צוזאַמען, ווי לאַנג מיר וועלן לעבן!!"
דער ספֿרדישער מיטגליד פֿון שטאָטראַט יוסי חדד (כאַדאַד) האָט אויך רעאַגירט אויף זײַן אייגענעם אופֿן:
"...די עטיאָפּישע עולים אין קרית־מלאכי שטעלן מיט זיך פֿאָר 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין שטאָט. אין לויף פֿון די יאָרן זענען זיי אויפֿגענומען געוואָרן פֿרײַנדלעך און מיט כּבֿוד. ליידער, לעצטנס, האָט אַ געוויסע צאָל תּושבֿים זיך אויסגעדריקט שאַרף און גאָר נישט פֿרײַנדלעך, אַז ‘זיי זעען אויס אַנדערש פֿון די ווײַסהויטיקע תּושבֿים אַרום’... מיר וועלן אַבסאָרבירן אין שטאָט די עולים פֿון עטיאָפּיע, אויף צולהכעיס די אַלע, וואָס זענען קעגן זיי. צווישן דער עטיאָפּישער באַפֿעלקערונג זענען שוין דאָ אָפֿיצירן אין דער ישׂראל־אַרמיי און סטודענטן אין טכניון און אַנדערע אוניווערסיטעטן אין לאַנד.
"איך פֿאַרדאַם די אַלע העצערס און אומפֿרײַנדלעכע עלעמענטן און קרײַזן וועלכע זענען קעגן די נײַע עולים, פֿון וועלכע לענדער זיי זאָלן נישט געווען קומען צו אונדז. זיי זענען בײַ אונדז אַ מינדערהייט. מיר דאַרפֿן און מוזן לעבן צוזאַמען מיט זיי אין אונדזער שטאָט", האָט דערקלערט יוסי חדד, מיטגליד פֿון שטאָטראַט אין קרית־מלאכי.
עס איז שוין צײַט אַז די רעגירונג פֿון נתניהו זאָל אָננעמען דראַסטישע שריט צו פֿאַרמײַדן אַזעלכע פּײַנלעכע פֿאַלן איבערן לאַנד.