געזעלשאַפֿט

די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאָרשט די אַנטי־ציוניסטישע לאָזונגען אויפֿן "יד־ושם"־מוזיי אין ירושלים, דעם 11טן יוני, 2012
די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאָרשט די אַנטי־ציוניסטישע לאָזונגען אויפֿן "יד־ושם"־מוזיי אין ירושלים, דעם 11טן יוני, 2012
Credit: Getty Images
שוין לאַנג ווי מיר האָבן געהערט און געזען אויף די עקראַנען פֿון טעלעוויזיעס דעם אומפֿאַרגעסלעכן און סקאַנדאַליעזן אַקט פֿון חילול־השם און פּחיתות־הכּבֿוד, וואָס עס זענען באַגאַנגען אין "יד־ושם", מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אַחינו־בני־ישׂראל, חרדים פֿון מאה־שערים אין ירושלים.
מיר האָבן ניט געקאָנט גלייבן וואָס אונדזערע אויערן האָבן געהערט אויף דער ראַדיאָ, ווען הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, אַליין אַ געראַטעוועטער פֿון חורבן, איצט פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם"־ראַט האָט מיט אַ ציטערנדיק קול פֿאַרדאַמט דעם דאָזיקן קרימינעלן אַקט.
אונדזערע אויגן האָבן ניט געוואָלט גלייבן, ווען מיר האָבן געזען אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן, און מיט עטלעכע טעג שפּעטער — אויף דעם שער־בלאַט פֿון אונדזער "פֿאָרווערטס", פֿון יוני 15—21 — דאָס שוידערלעך בילד פֿון גראַפֿיטי־אויפֿשריפֿטן אויף דעם "מויער פֿון געדענקען" און אויף דעם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין "יד־ושם", וואָס זענען געשריבן געוואָרן מיט "פֿרומע" ייִדישע הענט: "אם היטלר לא היה, הציונים היו ממציאים אותו" — ווען ס’וואָלט ניט געווען קיין היטלער, וואָלטן די ציוניסטן אים דערפֿונדן"; ווי אויך אַ צאָל אַנדערע, שמוציקע באַשולדיקונגען קעגן מדינת־ישׂראל, אירע מנהיגים און קעגן צה״ל, דער ישׂראל־אַרמיי.
דערווײַל האָט די ישׂראל־פּאָליציי נאָך אַלץ ניט געכאַפּט און ניט אַרעסטירט די דאָזיקע פֿאַרברעכער. די זיכערהייט־אינסטאַנצן וועלן זיכער דערגיין ווער עס איז געשטאַנען הינטער דעם דאָזיקן אומפֿאַרשעמטן אַקט.


* * *

די דעמאָנסטראַציעס פֿון די חרדים קעגן חילול־שבת אין ירושלים גייען נאָך אַלץ אָן און די צוזאַמענשטויסן מיט די סעקולערע בירגער האָבן זיך ניט פֿאַרקלענערט, נאָר פֿאַרקערט — נאָך מער פֿאַרשטאַרקט.
ווי באַוווּסט, האָבן זיי זיך אָנגעהויבן אין ירושלים, ווען די שטאָט־מוניציפּאַליטעט האָט געעפֿנט די פּאַרקיר־פּלעצער אום שבת פֿאַר טוריסטן אין ירושלים, ווען זיי זענען געקומען צו באַזוכן די עיר־העתּיקה, די אַלטשטאָט, דעם כּותל־המערבֿי, און אַנדערע הייליקע פּלעצער אין ירושלים בכלל.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ שטורמישע דעמאָנסטראַציע פֿון חרדים קעגן די אײַנוווינער פֿון דער שכונה מוסררה, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם מאה־שערים־קוואַרטאַל, וועלכע געהערן צו דער באַוועגונג "ישׂראל חופֿשית", און פּאַרקירן זייערע אויטאָס אום שבת.
די סעקולערע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַלטן ווײַס־בלויע פֿענער אין זייערע הענט. די חרדים האָבן געהאַלטן אין איין שרײַען: "נאַציס", "שׂמאלנים מסריחים" (שטינקענדיקע לינקע), "שאַבעס, שאַבעס!" א״אַ קללות.
די סעקולערע דעמאָנסטראַנטן האָבן געזונגען "ירושלים של זהבֿ" און אַנדערע ציוניסטישע און נאַציאָנאַלע לידער.
די פּאָליציי איז געשטאַנען אויף דער וואַך. זי האָט צעשיידט צווישן ביידע שרײַענדיקע לאַגערן. עס זענען ניט געמאַכט געוואָרן קיין אַרעסטן.
ניט ווײַט פֿון "מגרש־הרוסים", וווּ עס געפֿינט זיך די פּאָליציי־סטאַנציע, האָבן די חרדים באַוואָרפֿן פֿאָרנדיקע אויטאָס מיט שטיינער און זעקלעך מיסט...
עס איז געקומען צו אַ פֿיזישער קאָנפֿראָנטאַציע און צוזאַמענשטויסן צווישן ביידע לאַגערן. די פּאָליציי האָט אַרעסטירט אַ צאָל קריגערישע, שרײַענדיקע חרדים. עטלעכע פֿון זיי האָט מען אַרעסטירט. נאָך עטלעכע שעהען אַרעסט האָט מען זיי באַפֿרײַט...


פֿרויען פֿאַרהאַלטן פֿאַר דאַווענען אין טלית און תּפֿילין

עס איז שוין אַן אײַנגעפֿירטער מינהג פֿון געוויסע פֿרויען, צו קומען צום כּותל־המערבֿי דאַווענען אין טלית און תּפֿילין, מיט יאַרמלקעס אויף זייערע קעפּ, אין דעם טאָג ווען עס פֿאַלט אויס ראָש־חודש.
זיי זענען רעליגיעזע פֿרויען פֿון "אַמעריקאַנער שניט" און געהערן צו פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען געשטיצט אין ישׂראל דורך אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס, ווי "הדסה", "נעמ״ת", קאָנסערוואַטיווע אָדער רעפֿאָרם־באַוועגונגען אין אַמעריקע.
זיי דאַווענען אין דעם רעכטן טייל פֿון כּותל־המערבֿי, אָפּגעשיידט מיט אַ פּרגוד (פּלויט) פֿון די מענער, וועלכע פֿאַרנעמען דעם איבעריקן גרויסן שטח פֿון כּותל־המערבֿי בכלל.
דאָס דאָזיקע עזרת־נשים, בײַם ראַנד פֿון כּותל־המערבֿי, איז ניט צום האַרצן פֿון די חרדים, וועלכע זעען אין דעם אַן איסור, אַ שטרענגן פֿאַרבאָט. רחמנא־לצלן, זאָל דער באַרעמהאַרציקער אונדז אָפּהיטן, צו דאַווענען בײַם כּותל צוזאַמען מיט פֿרויען, פּרוצות, שיקסעס, אָנגעטאָן אין טלית און תּפֿילין. "עס איז חילול־הקודש!" האָבן זיי געשריגן. זיי טוען עס אויך אויף אַנדערע פּלעצער.
אין יאָר 2001 האָט טאַקע דאָס מיניסטעריום פֿאַר רעליגיע פֿאַרבאָטן די דאָזיקע פֿרויען אָפּצוריכטן געוויסע רעליגיעזע מינהגים, ווי לייגן תּפֿילין, טראָגן אויף זיך טליתים בעתן דאַווענען, לייענען די תּורה, אָדער בלאָזן שופֿר בײַם כּותל־המערבֿי אאַז״וו.
די ישׂראל־פּאָליציי היט אָפּ דעם דאָזיקן פֿאַרבאָט און פֿון צײַט צו צײַט לייענען מיר אין דער פּרעסע, אַז זיי מאַכן אַפֿילו אַרעסטן פֿון "ווידערשפּעניקע פֿרויען־דאַוונערינס"...
אַזאַ אינצידענט איז לעצטנס געשען מיט אַ יונגער סטודענטין פֿון טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, וועלכע האָט שטודירט אין ישׂראל צו ווערן אַ קאָנסערוואַטיווע ראַבינערין אין אַמעריקע.
"...עס איז פֿאַר מיר געווען אַ שרעק", האָט שׂרית הורבֿיץ דערקלערט פֿאַר אַ צײַטונג־רעפּאָרטער. "די פּאָליציי האָט מיך און נאָך עטלעכע פֿרויען פֿאַרהאַלטן און אונדז באַשולדיקט אין אַ ‘קרימינעלן’ אַקט, ווען מיר האָבן געדאַוונט בײַם כּותל אין טלית און תּפֿילין.
"אין אַ וואָך אַרום פֿאַרלאָז איך ישׂראל כּדי איבערצונעמען די ‘רבנות’ פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער קהילה אין אַמעריקע.
"איך האָף, אַז ווען איך וועל צוריקקומען צוריק קיין ישׂראל, וועל איך זען מער טאָלעראַנץ לגבי פֿרויען, וואָס שייך זייער רעליגיעזן לעבנס־שטייגער" — האָט דערקלערט די יונגע קאָנסערוואַטיווע ראַבינערין אין אַמעריקע שׂרית הורבֿיץ.
בכלל, עס איז אונדז נאָך אַלץ שווער צו פֿאַרגעסן די פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציע פֿון די דאָזיקע עקסטרעמע חרדים ווען זיי האָבן פֿאַרשוועכט דעם הייליקן אָנדענק פֿון די קדושים, ווען אין "יום־השואה" האָבן זיך דערהערט איבער ירושלים די קלאַנגען פֿון די סירענעס און די גאַנצע באַוועגונג פֿון מענטשן און אויטאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט, אויף מינוטן פֿון שטילשווײַגן און טרויער.
די חרדים און זייערע משפּחות זענען ווײַטער געגאַנגען, ווי זיי מיינט עס ניט, ווי זיי וואָלטן ניט געווען אַ טייל פֿון פֿאָלק, וועמענס משפּחות זענען אומגעקומען אין יאָרן פֿון חורבן און מאָרד.
עס איז שווער צו פֿאַרגעסן זייער חוצפּה, אָן שאַנד און בושה, ווען מ’האָט געפֿײַערט "יום־העצמאות". ווען איבערן לאַנד האָבן מיט שטאָלץ און פֿרייד געפֿלאַטערט די ווײַס־בלויע פֿענער, האָבן די חרדים אין מעה־שערים־קוואַרטאַל אין ירושלים אַרויסגעהאָנגען שוואַרצע טרויער־פֿענער, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער ציוניסטישער ייִדישער מדינת־ישׂראל, וווּ זיי לעבן און "פּלאָדיען" זיך מיט זייערע קינדער אין פֿרײַהייט און ווויל...