|
(פֿון לינקס אויף רעכטס): דער דיכטער הרצל חקק, פֿאָרזיצער פֿון פֿאַרבאַנד פֿון העברעיִשע שרײַבער אין ישׂראל; יגאל ביבי, געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט, פֿאָרזיצער פֿון ציוניסטישן ראַט פֿון ישׂראל; ניר ברקת, בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים; יצחק גנוז און די שרײַבערין שׂימחה סיאַני |
|
יצחק גנוז — "חתן־האור" תשע״ג
שוין 20 יאָר ווי "אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל" — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ "חתן־האור" — אַ "פּרײַזטרעגער פֿון ליכט", איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג.
הײַיאָר איז דער דאָזיקער פּרעסטיזשפֿולער טיטל, פּרעזענטירט געוואָרן דעם באַקאַנטן ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער און דיכטער יצחק גנוז. דאָס איז ניט דער איינציקער פּרײַז, וואָס יצחק גנוז האָט באַקומען במשך די לעצטע פֿאַרגאַנגענע יאָרן פֿאַר זײַן ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, פֿאַר זײַן בײַטראָג צו דער מאָדערנער ליטעראַטור סײַ אין ייִדיש און סײַ אין העברעיִש.
מיט עטלעכע יאָרן צוריק האָט ער באַקומען דעם ליטעראַטור־פּרײַז א״נ פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול ז״ל. דעם דאָזיקן פּרײַז האָט אים פּרעזענטירט אין נאָמען פֿון פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו די מיניסטאָרין פֿאַר קולטור און ספּאָרט לימור ליבֿנת, וועלכע האָט אויך אויסגעדריקט איר אייגענע מיינונג און אָנערקענונג פֿאַר זײַן בײַטראָג צו דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.
אין די מאָטיוון פֿון דער זשורי ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "די שאַפֿונגען פֿון יצחק גנוז שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מצבֿה אויף אַ תּקופֿה פֿון דעם ייִדנטום אין גלות, אויף דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה, אויף דעם חורבן פֿון ייִדיש־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע".
מיט צוויי יאָר צוריק האָט יצחק גנוז באַקומען דעם "רובינליכט־פּרײַז" אין לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ. אין די מאָטיוון פֿון דער זשורי פֿון דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "זײַענדיק אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער טראַדיציע, האָט יצחק גנוז געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן גלײַכגעוויכט צווישן דער ייִדישער טראַדיציע, צווישן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער ירושה און דער ארץ־ישׂראלדיקער קולטור".
מיט אַ יאָר צוריק האָט ער באַקומען אָנערקענונג און אַ פּרײַז פֿון דער מוניציפּאַליטעט פֿון רמת־גן, וווּ ער וווינט.
יצחק גנוז איז באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דער וויכטיקער אויסגאַבע "ידע־עם", וואָס איז געווידמעט ייִדיש־פֿאָלקלאָר און ייִדיש־לשון בפֿרט. אין דער דאָזיקער אויסגאַבע האָט ער במשך פֿון יאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן און עסייען, סײַ אין עבֿרית און סײַ אין ייִדיש.
ער איז דער מחבר פֿון צוויי ראָמאַנען אין עבֿרית: "במעגל הדובֿה הגדולה" (אין קרײַז פֿון דעם גרויסן בער) און "כּיסופֿים וסער" (בענקעניש און שטורעם), צוויי ביכער פּאָעזיע: "מעבֿר לגשרון־העץ" (איבער דעם הילצערנעם בריקל) און "נוכח האָרץ ומלואה" (דאָס לאַנד און זײַן אומגעגנט). די דאָזיקע צוויי ראָמאַנען האָט ער איבערגעזעצט אין ייִדיש, אַזוי ווי ער האָט עס געטאָן מיט זײַנע העברעיִשע דיכטערישע שאַפֿונגען.
* * *
יצחק גנוז איז געווען איינער פֿון די 4,500 פּאַסאַזשירן אויף דער היסטאָרישער שיף "עקסאָדוס", צוזאַמען מיט זײַן מוטער יהודית, זײַן שוועסטער חיה און זײַן ברודער ישׂראל.
גלײַכצײַטיק איז ער געווען דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער מדריך פֿון אַ גרויסער גרופּע קיבוץ־יוגנטלעכע, וועלכע ער האָט צוגעגרייט אין פּוילן פֿאַר דער רײַזע מיט דער אומלעגאַלער עליה קיין ארץ־ישׂראל.
די קאַמפֿן מיט דעם ענגלישן מיליטערישן פֿלאָט, און די דעפּאָרטאַציע פֿון די פּאַסאַזשירן אויף דער "עקסאָדוס"־שיף צוריק קיין דײַטשלאַנד, איז שפּעטער געקומען צום אויסדרוק אין זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען סײַ אין ייִדיש און סײַ אין עבֿרית.
* * *
דאָס זעלבע איז טאַקע געקומען צום אויסדרוק בײַ דער זייער אימפּאָזאַנטער פֿײַערונג, דעם לעצטן חנוכּה, כ״ח כּיסלו תשע״ג, ווען יצחק גנוז איז פּרעזענטירט געוואָרן מיטן טיטל "חתן־האור" תשע״ג, מטעם דעם "פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל", אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט דער ראָש־העיר (בירגער־מײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), דער פֿאָרזיצער פֿון דער "מועצה הציונית בישׂראל" (ציוניסטישער ראַט פֿון ישׂראל) יגאל ביבי, פּראָפֿ׳ הלל ווײַס פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, די צוויי באַוווּסטע צווילינג־דיכטער הרצל און באַלפֿור חקק, די משפּחה פֿון דעם לאַורעאַט און זײַנע צענדליקער פֿרײַנד און פֿאַרערער, וועלכע האָבן אָנגעפֿילט דעם גרויסן זאַל אין דעם קאַלטן חנוכּה־אָוונט, מיט וואַרעמע באַגריסונגען און אָנערקענונגען פֿאַר יצחק גנוז.
די קינסטלערישע, מוזיקאַלישע פּראָגראַם האָט אויסגעפֿירט, צום גרויסן פֿאַרגעניגן פֿון די פֿאַרזאַמלטע, אַן אַנסאַמבל פֿון זינגערס וואָס רופֿן זיך "מאַי נפֿקא־מינה".
דאָס באַווײַזן אויפֿן פֿילם־עקראַן פֿראַגמענטן פֿון דער רײַזע און געשעענישן אויף דער שיף "עקסאָדוס", באַגלייט מיט פֿראַגמענטן און זכרונות פֿון דעם "לעבעדיקן עדות" אַליין, יצחק גנוז, האָט געמאַכט אויף אַלעמען אַ רירנדיקן רושם.
אָנגעפֿירט מיט דער רײַכער יום־טובֿדיקער פּראָגראַם פֿון דעם אָוונט האָט די גרינדערין פֿון דעם פּרײַז, מיט 20 יאָר צוריק, די העברעיִשע שרײַבערין שׂימחה סיאַני.
צום סוף פֿון דער פּראָגראַם "פּרס־האור" תשע״ג, איז אויפֿגעטראָטן יצחק גנוז, דער לאַורעאַט אַליין, מיט האַרציקע דאַנק־ווערטער צו דער זשורי פֿון דעם פּרײַז און צו די אַלע באַגריסער צו זײַן באַקומען דעם בכּבֿודיקן טיטל, אין דער אימפּאָזאַנטער פּרעזענטאַציע אין דעם חנוכּה־אָוונט, אין ירושלים, תשע״ג, צו דעם דיכטער און שרײַבער יצחק גנוז.
ירושלים אין די קריסטלעכע חגאָות־טעג
דער דרומדיקער קוואַרטאַל פֿון ירושלים גילה ליגט האַרט בײַ דער גרענעץ צווישן מדינת־ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. ווען מען קוקט אַרויס פֿון די פֿענצטער פֿון די טויזנטער דירות אין גילה, קען מען זען בית־לחם און בית־ג׳אלה (דזשאַלאַ). אין די טעג קען מען זען די אינטענסיווע צוגרייטונגען צו די ווײַנאַכט־קריסטמעס־פֿײַערונגען, וועלכע וועלן טראַנסמיטירט ווערן דורך די טעלעוויזיע־סאַטעליטן איבער דער גאָרער וועלט.
די שוואַכע גרענעץ וואָס טיילט אָפּ דעם קריסטלעכן בית־לחם פֿון דער ייִדישער גילה, איז ניט בכּוח צו פֿאַרשטעלן און פֿאַרצוימען די ווינטן אין די ערבֿ־חגאָות־שטימונגען וואָס די קריסטן לאָזן הערן: די כּסדרדיקע גלאָקן־קלאַנגען פֿון די צענדליקער קלויסטערס אין בית־לחם צעטראָגן זיך אַריבער די בערג פֿון יהודה און דערגייען צו די אויערן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די גאַסן און געסלעך פֿון ירושלים.
אין דער אַלטער היים פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קלינגט אין קלויסטער איז חגא". אונדז קינדער האָבן די דאָזיקע קלאַנגען שטענדיק אַרומגענומען מיט פּחד און שרעק, טאָמער וועלן די גויים אַרויסקומען פֿון די קלויסטערס נאָך די תּפֿילות, און זיך לאָזן וווילגיין איבער די ייִדישע הײַזער און קראָמען. ניט ווייניק פּאָגראָמען זענען פֿאָרגעקומען אין די דאָזיקע ווײַנאַכט־טעג. זיי זענען טיף אײַנגעקריצט אין די בלעטער פֿון אונדזער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע.
דאָ, אין מדינת־ישׂראל, אין אונדזער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה, האָבן מיר ניט דעם דאָזיקן פּחד, און מיר שרעקן זיך מער ניט פֿאַר די פּאָגראָמען פֿון די אויפֿגעהעצטע אַראַבער, פֿאַרסמטע מיט אַנטי־ייִדישער שׂינאה דורך די העצערישע דרשות און גיפֿטיקער אַנטי־ייִדישער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס פֿירן צו גוואַלדטאַטן און טעראָר־אַקטן איבערן לאַנד.
דאָס פּאַסטאָראַלע בית־לחם, וווּ לויט דער טראַדיציע איז געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿון מרימס קינד, וואָס איז אויסגעוואַקסן צו זײַן לויט זייער גלויבן "דער אויסלייזער פֿון דער מענטשהייט", און אין די קריסטמעס־טעג איז זײַן נאָמען אויף די ליפּן און אין די הערצער פֿון מיליאָנען און מיליאָנען קריסטן, — איז שוין ליידער מער ניט אַ קוואַל פֿון האָפֿענונג פֿאַר די אַלע גלייביקע אין אים, אַז ער, יעזוס, וועט ברענגען שלום און רו אין דער הײַנטיקער שטורעמדיקער וועלט.
פֿון בית־לחם, שכם, יריחו, חבֿרון און אַנדערע פּלעצער, לויערן אויף אונדז אויפֿגעהעצטע, בלוט־דאָרשטיקע שׂונאים, אַראַבישע טעראָריסטן מיט זייערע מאָרד־מכשירים, "סקאַדן", ווײַט־גרייכנדיקע ראַקעטן און נוקלעאַרע וואָפֿנס פֿון כּלערליי מאָסן און גרייסן, כּדי צו מאָרדן אומשולדיקע מענער, פֿרויען און קינדער אין די דרום־ליגנדיקע שטעט און ייִשובֿים איבערן גאַנצן לאַנד.
אין די איצטיקע טעג, ווען עס דערנענטערן זיך די קריסטמעס־ און נײַיאָר־פֿײַערונגען בײַ דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג, לאָזט זיך עס אויך פֿילן אין דער ייִדישער מדינה בכלל.
טויזנטער טוריסטן־פּילגרימערס, קומען אָן קיין ישׂראל צו באַזוכן די "הייליקע פּלעצער" אין בית־לחם, נצרת און פֿאַרשטייט זיך אין ירושלים.
די גאַסן זענען פֿול מיט טוריסטן און די האָטעלן באַקלאָגן זיך אַז צוליב דער אָנגעשפּאַנטער זיכערהייט־לאַגע אין ישׂראל און אין די אַראַבישע לענדער אַרום, זענען הײַיאָר געקומען אַ סך ווייניקער טוריסטן ווי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן.
די מוניציפּאַליטעט פֿון ירושלים האָט באַפּוצט די גאַסן וואָס פֿירן קיין בית־לחם, נצרת און אַנדערע הייליקע מקומות מיט קאָלירפֿולע עלעקטרישע לעמפּעלעך.
עס וועלן שטיין אויף דער וואַך פּאָליציי און מיליטער־כּוחות אויף צו פֿאַרזיכערן אַז דער דאָזיקער יום־טובֿ זאָל אַדורכגיין בשלום.