פֿונעם אייביקן קוואַל

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר הײַיאָר כּסדר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿון די ערשטע דרײַ חומשים, אין שײַכות מיט זייערע נעמען.

ווי ס׳איז באַקאַנט, גייט אינעם חומש "בראשית" אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף, וועגן דעם אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע און וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות. אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה שטייט אָבער דער מענטש. די תּורה ווײַזט אַ וועג, ווי אַזוי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט. ס׳איז אַ ג־טלעכער וועגווײַזער, אָנגעשריבן אויף אַ מענטשלעכער שפּראַך דווקא פֿאַר מענטשן. די עיקר־טעמע פֿונעם חומש "בראשית" איז די אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער ציוויליאַזאַציע.

דער חומש "שמות" דערציילט אונדז וועגן יציאת־מצרים, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס פֿון אַ גײַסטיקן קוקווינקל. צוליב זייער מסירת־נפֿש, האָבן די ייִדן זיך באַפֿרײַט, על־פּי־נס, פֿון שקלאַפֿערײַ. שפּעטער האָבן זיי באַקומען פֿאַרשיידענע מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט יושרדיקע מענטשלעכע באַציִונגען, און געוויזן אַ מוסטער פֿון אַחדות לשם־שמים בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן.

די טעמע פֿון נעמען — ג־טלעכע און מענטשלעכע — פֿאַרנעמט טאַקע אַ וויכטיקן טייל אינעם חומש "שמות". דער אַנדערער לייטמאָטיוו איז די גרויסע ווערט פֿון יעדן יחיד. אין דער אמתן, זענען אַלע ג־טלעכע שמות אויך וועגווײַזער פֿאַר אונדז, באַזונדערע מענטשן, וועלכע העלפֿן אונדז צו אַנטפּלעקן דאָס ג־טלעכע ליכט. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם מער אַלגעמיינעם חומש "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער מענטשהייט און דעם מענטש בכלל, דערציילט דער חומש "שמות" וועגן אינדיווידועלע באַציִונגען פֿון אַ יחיד מיטן אייבערשטן, מיט דער געזעלשאַפֿט און מיט די אַנדערע יחידים.

דער נאָמען פֿונעם חומש "ויקראָ" מיינט "און ער האָט גערופֿן". דאָס דאָזיקע וואָרט ווערט פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה מיט אַ קליינעם "אַלף". די חז״ל דערקלערן, אַז משה רבינו האָט געוואָלט, בײַם אָנהייב, אַרײַנשרײַבן דאָס וואָרט "ויקר" — "און עס האָט זיך געטראָפֿן". דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן צוצוגעבן אַן "אַלף". פֿונדעסטוועגן, איז משהס פּערזענלעכע כּוונה אָפּגעהיט געוואָרן אין דער אומגעוויינטלעכער פֿאָרעם פֿונעם אות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די לעצטע פּאָר חדשים, ווערט אין די פּרשיות פֿונעם חומש "ויקראָ" טאַקע כּסדר אָפּגעשפּיגלט די טעמע פֿון באַציִונגען צווישן דעם אייגענעם ווילן פֿון אַ מענטש און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן.

בקיצור, הייבט זיך די תּורה אָן פֿון דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית, דערנאָך גייט זי אַריבער צום לעבן פֿון אַ יחיד, און אינעם דריטן טייל באַהאַנדלט זי די אינערלעכע דיאַלעקטיק פֿון ג־טלעכע און מענטשלעכע אַספּעקטן אין דער מענטשלעכער נשמה.

די וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם פֿערטן טייל פֿון דער תּורה — "במדבר".

דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די צאָל פֿון דערוואַקסענע מענער, פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט, אין יעדן ייִדישן שבֿט. כּמעט די גאַנצע סדרה באַשטייט פֿון חשבונות און איבערציילונג פֿון משפּחות. בײַם סוף גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי די לוויים זאָלן טראַנספּאָרטירן דעם מישכּן — ווי אַ מין הקדמה צו דער נײַער סעריע חשבונות, וועלכע מיר וועלן לייענען אין אַ וואָך אַרום.

צוליב דער גרויסער צאָל ציפֿערן און "טרוקענע" רשימות, ווערט דער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. פֿון דער צווייטער זײַט, ווי עס דערקלערט רש״י, האָט משה רבינו געזאַמלט אַ האַלב זילבערנעם שקל פֿון יעדן איבערגעציילטן ייִד, כּדי דורכצופֿירן דעם חשבון אויף אַן אומדירעקטן אופֿן.

על־פּי־הלכה, טאָר מען נישט ציילן דירעקט קיין ייִדן. יעדער מענטש איז ווערט אַ גאַנצע וועלט, דערפֿאַר זענען דירעקטע חשבונות פֿון מענטש, מסתּמא, בכלל אַן אומפּאַסיקע אידעע, אַפֿילו ווען מע רעדט וועגן אַנדערע פֿעלקער. די טרוקענע מאַטעמאַטיק רעדוצירט דעם מענטש, אַ גאַנצן אוניקאַלן אוניווערס, צו בלויז אַ ציפֿער צווישן אַנדערע ציפֿערן.

דערצו, ווי עס דערקלערט רש״י, איז דער חשבון אין דער הײַנטיקער פּרשה פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס אַ סך ייִדן זענען אומגעקומען אינעם מידבר צוליב זייערע עבֿירות. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז די צאָלן זענען קײַלעכדיקע, און נישט פּינקטלעכע, און נעמען אַרום בלויז אַ טייל פֿון דער מענערישער באַפֿעלקערונג.

עס קומט אויס, אַז די דאָזיקע חשבונות זענען, מיטאַמאָל, אַ סימן פֿון חשיבֿות און אַן אָנדענק וועגן חטאָים און סכּנות. אין ס׳רובֿ אַנדערע פּרשיות אינעם חומש "ויקראָ" ווערט דערציילט אויך וועגן נעגאַטיווע ענינים: דער חטא פֿון מרגלים, דער אויפֿשטאַנד פֿון קורחן, בלעמס פּלאַן צו פֿאַרשעלטן די ייִדן און מעשׂה־זימרי. דער נאָמען פֿונעם הײַנטיקן טייל פֿון דער תּורה מיינט "אינעם מידבר".

די פֿריִערדיקע דרײַ טיילן פֿונעם חומש פֿאָקוסירן זיך אויף דער אַלגעמיינער אַנטוויקלונג פֿונעם מענטש און די באַציִונגען צווישן אַ יחיד און אַנדערע מענטשן און צווישן אַ מענטש און דעם דעם רבונו־של־עולם. אינעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש גייט אָבער אַ רייד וועגן אַ פֿאַרבלאָנדזשעטן מענטש, אינעם פֿיזישן אָדער גײַסטיקן זין. אַזוי ווי אין די פֿריִערדיקע חומשים, שטימט דער נאָמען "במדבר" גאַנץ גוט מיט אַזאַ לייטמאָטיוו.

דער ענין פֿון חשבונות איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון וואַנדערונג. אין דער רשימה פֿון ציפֿערן אין דער הײַנטיקער פּרשה שטעקן זיכער אַ סך מיסטישע סודות, וועלכע ווײַזן טאַקע אָן אויף אַ באַזונדערן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. פֿאַר אַ פּשוטן מענטש, וועלכער פֿאַרשטייט נישט די טיפֿע חכמות פֿון גימטריאות, קלינגט עס ווי אַ טרוקענע רשימה פֿון אומזיניקע צאָלן.

די גרויסע חטאָים, וואָס וועגן זיי ווערט דערציילט ווײַטער אינעם חומש "במדבר", ווי אַ צופֿעליקער אַראָפּגאַנג פֿונעם ריכטיקן וועג. לאַחר־המעשׂה, ווען די ייִדן האָבן תּשובֿה געטאָן, האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אין די דאָזיקע עבֿירות שטעקט אויך אַ גרויסער שׂכל. יעדער מענטש, וועלכער קומט אַרויס פֿון בלאָנדזשענישן און "צופֿעליקע חשבונות", קאָן אויך דערזען, אַז זײַנע וואַנדערונגען זענען נישט געווען אומזיסט און קאָנען דינען — לאַחר־המעשׂה — ווי אַ צוגרייט־שטאַפּל צו חשיבֿות און חכמה.