ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת דער קאָנפֿערענץ אין קיִעוו (1994), אָרגאַניזירט דורכן "וועלט-ראַט", איז אויפֿן הויז, וווּ ס'האָט געוווינט דוד האָפֿשטיין, אַנטדעקט געוואָרן אַן אָנדענק־טאָוול. אויפֿן בילד: דער ייִדישער שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער (רעכטס) און יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון "לעצטע נײַעס", ישׂראל
בעת דער קאָנפֿערענץ אין קיִעוו (1994), אָרגאַניזירט דורכן "וועלט-ראַט", איז אויפֿן הויז, וווּ ס'האָט געוווינט דוד האָפֿשטיין, אַנטדעקט געוואָרן אַן אָנדענק־טאָוול. אויפֿן בילד: דער ייִדישער שרײַבער הערשל פּאָליאַנקער (רעכטס) און יצחק בראַט, רעדאַקטאָר פֿון "לעצטע נײַעס", ישׂראל

איצט איז אַ גוטער מאָמענט פֿאַר אומקערן זיך צו די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווײַל די אַלטע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע האָבן דערלעבט ביז אונדזערע צײַטן, קענען קלײַבן נחת פֿון זיך אַליין: זיי האָבן דאָך יאָרנלאַנג געטענהט, אַז דער אַראַביש-ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט מוז געלייזט ווערן לויטן פּרינציפּ פֿון אומקערן זיך צו די גרענעצן, וואָס זײַנען געווען פֿאַר דער זעקס-טאָגיקער מלחמה. איצט זאָגט עס שוין, דאַכט זיך, די גאַנצע (אָפֿיציעלע) וועלט, אַ חוץ דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

איך בין ניט קיין פּאָליטיקער און רוף זיך ניט אַרויס צו זאָגן מבֿינות וועגן דעם אָדער יענעם צוגאַנג, כאָטש עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז שלום איז וויכטיקער פֿון טעריטאָריעס, בפֿרט נאָך אַז פֿאַר אונדזערע אויגן בײַט זיך די גאַנצע דינאַמיק פֿון געשעענישן אין דער וועלט בכלל, און אין די אַראַבישע לענדער בפֿרט. כ׳בין אויך זיכער, אַז איך בין גאָר ניט דער איינציקער חכם אַזאַ, וואָס פֿירט דורך פּאַראַלעלן צווישן דער אַמאָליקער סאָוועטישער רעטאָריק און דער הײַנטיקער פּאָליטיק פֿון אַמעריקע און אייראָפּע. אַזוי, אַז קיין גרויסע סימפּאַטיעס וועט עס בײַ אַ סך ייִדן, בפֿרט אין ישׂראל, ניט אַרויסרופֿן.

אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע סיבות און תּירוצים פֿאַר רעטראָספּעקטיוו אין די צײַטן פֿון סוף 20סטן יאָרהונדערט.

איך קער זיך אום אין די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה, כּדי דערמאָנען וועגן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז אין יענעם קלימאַט געשאַפֿן געוואָרן. די רייד גייט וועגן דעם "וועלט-ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", וואָס איז אויפֿגעקומען אין אויגוסט 1976. דאָס איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין ירושלים. אין יענער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט אַפֿילו בונדיסטן, כאָטש פֿריִער פֿלעגן זיי זיך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון אַזעלכע, אין תּוך אַרײַן, ציוניסטישע אונטערנעמונגען. אַלעמען איז דאָך געווען קלאָר, אַז דער וועלט-ראַט איז אַן אָרגאַניזאַציע, געשאַפֿן דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג, ווײַל מע האָט אין דעם געזען אַ מעגלעכקייט צו קוועטשן, כאָטש אַ ביסל, אויפֿן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד — צו שאַפֿן, אַזוי צו זאָגן, אַ ייִדישן טראַנשיי אויף דער פֿראָנט-ליניע פֿון דער קאַלטער-מלחמה.

צו יענער צײַט, מיט 35 יאָר צוריק, האָט די ייִדיש-טעטיקייט שוין קיין שטאַרקן אידעאָלאָגישן זין ניט געהאַט, ווײַל דער גאַנצער פּראָיעקט פֿון בויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע אויפֿן יסוד פֿון ייִדיש-קולטור איז, פֿאַקטיש, דורכגעפֿאַלן. עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן "קולטורעלע ייִדן" פֿון אַמאָל, אָבער דער יונגער דור האָט, בדרך-כּלל, בײַם זוכן זייער ייִדישקייט געקוקט אָדער אויף ישׂראל, אָדער אויף רעליגיע, אָדער אויף ביידע זאַכן צוזאַמען. ייִדיש איז געווען נאָסטאַלגיש, אָבער נאָסטאַלגיע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שוואַכן בוי-מאַטעריאַל.

קיין חידוש ניט, אַז דער "וועלט-ראַט" האָט געקענט אויסזען, לכל-הפּחות, תּחילת, ווי אַ ניצלעכער דאַך פֿאַר פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, כאָטש דער ראַט האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע וועלט, און באַראַטן זיך האָט ער אויך מיט קיינעם ניט געוואָלט. בכלל, קיין סך האָט ער, דער דאָזיקער "וועלט-ראַט", ניט אויפֿגעטאָן. ער האָט פֿונקציאָנירט ווי אַ לאָקאָמאָטיוו, בײַ וועלכן כּמעט די גאַנצע ענערגיע איז אַוועק אין דעם פֿײַף. און דאָך — פֿאָרט אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט געמאַכט כּשר די פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און ישׂראל.

די טעג ווערט 20 יאָר זינט דעם שטאַרקסטן, הילכיקסטן פֿײַף, וואָס דער "וועלט-ראַט" האָט אַרויסגעלאָזט: דער קאָנגרעס פֿון ייִדיש אין מאָסקווע, אין דעם לאָקאַל פֿון דעם טעאַטער "שלום". ווידער אַ מאָל — קיין קלאָרן זין האָט די גאַנצע צונויפֿקומעניש ניט געהאַט. דאָס איז געווען אַ ריין-פּראָפּאַגאַנדיסטישע אונטערנעמונג. אָבער איך האָב זייער וואַרעמע דערמאָנונגען פֿון יענע טעג, ווען אין דעם סאַמע ברען פֿון דער שפּעט-סאָוועטישער "פּערעסטרויקע" זײַנען קיין מאָסקווע געקומען ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש פֿון אַ צאָל לענדער, אַזעלכע ווי ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, מעקסיקע, פֿראַנקרײַך, אורוגווײַ. אַלץ איז געווען כאַאָטיש, פֿרײַנדלעך און געוואַלדיק שלעכט אָרגאַניזירט.

וואָס איז אַרויס פֿון יענעם צוזאַמענפֿאָר? מיר דאַכט זיך, אַז גאָרנישט. אמת, האָט אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", זיך איבערגעבעטן מיט אייניקע אויסלענדישע טוער און זיי האָבן אים שפּעטער געהאָלפֿן אַרויסצוגעבן דעם זשורנאַל, אונטערן טיטל "די ייִדישע גאַס", וואָס האָט שוין כּמעט קיינער ניט געלייענט. בכלל, פּערזענלעכע קאָנטאַקטן האָבן זיך זיכער אײַנגעשטעלט, ווי עס מאַכט בײַ יעדן יאַריד. מע האָט דעמאָלט אויך צוגעטראַכט צו פֿײַערן דעם "טאָג פֿון ייִדיש". וויפֿל מאָל האָט מען עס געפֿײַערט? ווער פֿײַערט עס נאָך הײַנט?

איך בין אויך ניט אַרויס פֿון יענעם צוזאַמענפֿאָר מיט ליידיקע הענט. טאַקע דעמאָלט האָב איך אויסגעלערנט דאָס וואָרט "מערכה", וואָס איז צו יענער צײַט נאָך ניט אַרײַן אין מײַן וואָקאַבולאַר. מע האָט דעמאָלט צענדליקער מאָל איבערגעחזרט די פֿראַזע "די מערכה פֿון ייִדיש". און נאָך איין זאַך האָב איך אַרויסגעטראָגן פֿון יענער דערפֿאַרונג: אַן אַלערגיע צו קאָלעקטיווער פּלאַפּלערײַ.

איך ווייס ניט, צי דער "וועלט-ראַט" עקזיסטירט נאָך. הײַנטיקע צײַטן איז פֿאַראַן אַ בולטער סימן פֿון עקזיסטענץ — אַ וועבזײַטל. קיין וועבזײַטל פֿון "וועלט-ראַט" האָב איך ניט געפֿונען. אַזוי צי אַזוי, האָט ער איבערגעלאָזט אַ שפּור אין אונדזער געשיכטע. צום באַדויערן, איז דער שפּור ניט קיין טיפֿער און ניט קיין בלײַביקער — ווי אַ פֿוסדרוק אין שטויב.