קיין מער באַקאַנטער ייִד אין דער וועלט פֿון מוזיק ווי באָב דילאָן איז נישט פֿאַראַן. אַ דאַנק זײַן קאַריערע וואָס דעקט פֿופֿציק יאָר, זענען אויפֿגעוואַקסן עטלעכע דורות מיט זײַנע לידער, וועלכע זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. און, כאָטש דילאָן איז אַ ייִד, ווערט אַ שמועס וועגן זײַן ייִדישקייט זייער קאָמפּליצירט צוליב זײַן האַלב־באַהאַלטענעם, מיסטעריעזן אופֿן פֿון קאָמוניקירן מיט דער דרויסנדיקער וועלט. צי ער האָט עפּעס בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער מוזיק, איז אויך נישט קלאָר.
באָב דילאָן איז געבוירן געוואָרן מיטן ייִדישן נאָמען שבתי־זיסל צימערמאַן, אין היבינג, אַ קליין שטעטל אינעם שטאַט מינעסאָטאַ. זײַנע זיידע־באָבע פֿון דער מאַמעס צד, זענען געווען ליטווישע ייִדן און געקומען קיין אַמעריקע אין 1902. דילאָן אַליין האָט געשריבן אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אַז פֿונעם טאַטנס צד, שטאַמט ער פֿון טערקישע ייִדן. די ייִדישע קהילה פֿון היבינג איז געווען אַ גאָר קליינע. צי האָט ער געהאַט אַ בר־מיצווה, ווייסט מען נישט. ער האָט געשפּילט אין עטלעכע ראָק־און־ראָל גרופּעס, אָבער זיך אינטערעסירט מער אין פֿאָלקמוזיק, ווען ער האָט זיך אַריבערגעצויגן צו דער גרעסערער שטאָט מינעאַפּאָליס צו שטודירן אינעם אוניווערסיטעט אין 1959. צו יענער צײַט האָט ער געביטן זײַן נאָמען אויף באָב דילאָן, ווי אַן אָנערקענונג פֿון דער השפּעה אויף אים פֿונעם מאָדערנעם וועלשישן פּאָעט דילאָ טאָמאַס. זינט דעמאָלט האָט ער וועגן זײַן ייִדישן נאָמען צימערמאַן פֿאַרגעסן אויף אייביק.
וואָס באָב דילאָן האָט דערנאָך געטאָן איז געוואָרן אַ לעגענדע אין דער געשיכטע פֿון דער פּאָפּולערער מוזיק. זײַן העלד פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק, וווּדי גאָטרי (1912—1967), האָט געוווינט אין ניו־יאָרק, איז ער געקומען זיך באַקענען מיט אים. אָבער גאָטרי האָט געליטן פֿון האָנטינגסאָנס קרענק, וואָס האָט אים געמאַכט אַלץ שוואַכער און שוואַכער, ביז ער איז שוין געבליבן ליגן אין שפּיטאָל. דילאָן האָט אים רעגולער מבֿקר חולה געווען, געזונגען פֿאַר אים, און געהאָלפֿן ווי ווײַט מעגלעך. אינעם פֿילם "איך בין נישט דאָרטן" [[I'm Not There, 2007, ווײַזט מען די סצענע, ווען ער קומט צו אים אין שפּיטאָל דאָס ערשטע מאָל. (די טעג איז אַרויס אַ קינדערביכל אויף ענגליש "ווען באָב האָט זיך באַקענט מיט וווּדי", וועגן דער באַציִונג צווישן די צוויי זינגערס.) אַגבֿ, איז וווּדי גאָטריס פֿרוי מאַרדזשאָרי, געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט. מאַרדזשאָרי גאָטרי האָט געגעבן דער גרופּע "קלעזמאַטיקס" רשות איבערצוקוקן איר טאַטנס אַרכיוו, כּדי צו געפֿינען לידער־טעקסטן מיט אַ ייִדישן אינהאַלט, און די גרופּע האָט שוין צוויי רעקאָרדירונגען אַרויסגעגעבן, ניצנדיק דעם מאַטעריאַל.
וווּדי גאָטרי האָט געשריבן פּאָליטישע לידער צו שטיצן די יוניאָנס, קעגן ראַסיזם, און בכלל קעגן דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם אין אַמעריקע. דילאָן איז אים נאָכגעגאַנגען אויף דעם וועג און האָט אָנגעהויבן שאַפֿן לידער פֿאַר דער ציווילער רעכט־באַוועגונג און געוואָרן פּאָליטיש אַקטיוו. זײַן אַנטי־מלחמה ליד, ׳Blowing In The Wind׳ ("עס בלאָזט אינעם ווינט") האָט מען אין גיכן געזונגען איבער דער וועלט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
אין דער אַנטי־מלחמה־ און ציווילע־רעכט באַוועגונגען במשך פֿון די 1960ער יאָרן אין אַמעריקע האָבן די ייִדן פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט, נישט נאָר ווי אַקטיוויסטן, פּאָליטיקער און אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעמאָנסטראַציעס, נאָר אויך ווי קינסטלער. אין דעם זינען, קען מען טענהען, אַז די זינגלידער וואָס דילאָן האָט געשאַפֿן אין יענע יאָרן, געהערן אויך צו אַ מין ייִדישער מוזיק. די סבֿיבֿה פֿון פּאָליטישן אַקטיוויזם און פֿאָלקמוזיק פֿון די אָנהייב 1960ער יאָרן איז דאָך געווען אַ דורכויס ייִדישע.
ווען דילאָן האָט געלאָזט הערן אין 1964, אַז זײַנע נײַע לידער וועלן מער נישט האָבן קיין פּאָליטישן סדר־היום, און ער האָט אויך אָנגעהויבן שפּילן אויף עלעקטרישע אינסטרומענטן ראָק־און־ראָל, האָבן די "פֿאָלקיסטן", די אַלטע גוואַרדיע, פּראָטעסטירט סײַ קעגן זײַנע נײַע נישט־פֿאָלקישע אַראַנזשירונגען, סײַ צוליב זײַן פֿאַרראַטן דעם סאָציאַלן אַקטיוויזם פֿון דער צײַט. שפּעטער האָבן אַ צאָל פֿאָלקזינגערס מודה געווען, אַז דילאָן האָט ריכטיק אײַנגעזען פֿאַר די אַנדערע פֿאָלקזינגערס פֿון זײַן דור, אַז דאָס שאַפֿן לידער צוליב פּאָליטיק האָט אַ גרענעץ; די לידער זענען צוגעבונדן צו דער צײַט און אָרט, און וועלן נישט בלײַבן רעלעוואַנט אין דער צוקונפֿט.
אַלע האָבן געוווּסט, אַז באָב דילאָן איז אַ ייִד, אָבער ער האָט כּמעט גאָרנישט דערמאָנט וועגן זײַן ייִדישקייט אין זײַנע לידער; און אויב יאָ, האָט עס פֿאַרמאָגט הומאָר ווי אינעם ליד "הבֿה נגילה־בלוס", וווּ ער קאָמבינינרט די אַמעריקאַנער יאָדלען מיט העברעיִשע ווערטער. פּלוצעם, אין די סוף־1970ער יאָרן, האָט מען געהערט, אַז דילאָן איז געוואָרן אַ קריסט. ער האָט זיך טאַקע נישט געשמדט, אָבער ער האָט, זעט אויס, טאַקע געגלייבט אין יעזוס און אַרויסגעגעבן צוויי פּלאַטעס אין 1979 און 1980 אויף דער טעמע. דאָס איז געווען אַ שווער ביסן אַראָפּצושלינגען פֿאַר זײַנע ייִדישע ליבהאָבער.
ווי פֿריִער געזאָגט, האָט דילאָן נישט ליב צו אַנטפּלעקן אַלץ, און עס בלײַבט אַ קשיא ווי טיף אַרײַנגעטאָן ער איז געווען אין קריסטלעכקייט. זײַן "קריסטלעכע תּקופֿה" האָט זיך געענדיקט אין די 1980ער יאָרן, כאָטש אין 2009 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל פֿון ניטל־לידער. עס איז געוואָרן אַ וויץ צו טרעפֿן, אין וועלכער רעליגיע דילאָן גלייבט. אין דער טעלעוויזיע־קאַריקאַטור "די סימפּסאָנס" ווײַזט מען אַ סצענע ווי דילאָן ווערט אינטערוויויִרט אויף אַ נײַעס־פּראָגראַם, און מע פֿרעגט אים — "נו באָב, צו וועלכער רעליגיע געהערסטו די וואָך?" און ער ענטפֿערט אויף זײַן באַקאַנטן אופֿן פֿון רעדן אונטער דער נאָז, און מע פֿאַרשטייט נישט קיין איין וואָרט, אַחוץ דאָס לעצטע וואָרט — "שלום!".
אין זײַן בוך זכרונות, שרײַבט פּאָל שייפֿער, דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿונעם "דייוויד לעטערמאַן"־טעלעוויזיע־פּראָגראַם, אַז ווען באָב דילאָן איז אויפֿגעטראָטן דאָס ערשטע מאָל, האָט ער געטראָגן אַ גרויסן צלם אויף דעם האַלדז. ווען ער איז אויפֿגעטראָטן דאָס צווייטע מאָל, עטלעכע יאָר שפּעטער, האָט ער געדאַרפֿט אַוועקגיין אין מיטן דער רעפּעטיציע פֿרײַטיק בײַ טאָג, צוליב שבת.
ווען מע הערט, אַז באָב דילאָן איז שוין 70 יאָר אַלט געוואָרן, טראַכט מען צו זיך — "איך בין שוין אויך אַלט געוואָרן", ווײַל מיר זענען אַלע אויפֿגעוואַקסן מיט אים, מיט זײַן זשעני און זײַנע משוגעתן. ער האָט באַוויזן צו בלײַבן סײַ אַ וועלט־באַרימטער שעפֿערישער מענטש, סײַ אַ מיסטעריע, און דאָס איז אַוודאי נישט קיין לײַכטער אויפֿטו.