גוסטאַוו מאַהלער |
Credit: Getty Images |
לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון ייִדישן מוזיק־גאָון מאַהלער קומט פֿאָר אין פּאַריזער מוזיי "אָרס" אַ גרויסע אויסשטעלונג אים געווידמעט. מיט דער הילף פֿון מאָלערײַ און צייכענונג, סקולפּטור און פֿאָטאָ, פֿון מאַנוסקריפּטן — ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע — אַלץ באַגלייט מיט קאָנצערטן פֿון מאַהלערס שאַפֿונגען, ווערט דעם באַזוכער דערלאַנגט אַ בילד פֿון לעבן און שאַפֿן פֿון דעם דאָזיקן גרויסן מוזיק־שאַפֿער. 100 יאָר נאָך מאַהלערס טויט, ווען די מוזיק־פֿאָרשונג טוט אין אים אײַנזען אַ זעלטענעם גאָון פֿון אַ סימפֿאָניסט, האָט מען אין גאַנצן פֿאַרגעסן זײַן רײַך מוזיקאַליש לעבן: מען האָט פֿאַרגעסן, אַז מאַהלער איז געווען אַ וווּנדערלעכער דיריגענט און געשטאַנען אין שפּיץ פֿון די סאַמע באַרימטסטע אָרקעסטערס פֿון זײַן צײַט. מען האָט אויך פֿאַרגעסן, אַז פּאַראַלעל צו דער־אָ טעטיקייט האָט מאַהלער, אַ לעבן־לאַנג אָנגעפֿירט מיט אָפּעראַ־טעאַטערס און אײַנגעפֿירט דאָרט אַן איבערקערעניש בײַם שטעלן אַן אָפּעראַ־ווערק.
גוסטאַוו מאַהלער, געבוירן אין אַ דאָרף אין דער טשעכישער פּראָווינץ באָהעמיע, קערט זיך אָן דער ייִדיש־טשעכישער מינדערהייט וואָס האָט זיך אויסגעלעבט אין דער דײַטשישער שפּראַך און קולטור (טשעכיע איז נאָך דאַן אונטער דער עסטרײַך־אונגאַרישער ממשלה). מאַהלערס טאַטע, הגם אַ זון פֿון אַ דאָרפֿישן פּעדלער, ווײַט נישט קיין עושר, האָט חתונה געהאַט מיט אַ טאָכטער פֿון אַ רײַכן זייף־פֿאַבריקאַנט, און מיט דער הילף פֿון שווער געוואָרן אַ סוחר. אייניקע חדשים נאָך גוסטאַווס געבורט, האָבן זײַנע עלטערן פֿאַרלאָזט דאָס דאָרף און אַריבער לעבן אין אַ שטאָט אין טשעכיש מאָראַוויע — איגלאָוואַ, אַ טשעכישער קולטור־צענטער מיט אַן אָפּערע־טעאַטער, אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער און אַ מוזיק־געזעלשאַפֿט.
אין דער היים פֿון די מאַהלערס האָט געהערשט אַ באַציִונג צו מוזיק. אין שטוב איז געווען אַ פּיאַנע בײַ וועלכער דער קליינער גוסטאַוו האָט געלעבט. זײַנע פֿינגערלעך האָבן נישט גערוט; זיי האָבן אַ פֿעליקן טאָג געבאָמבלט אויף די קלאַווישן. געזען דעם קליינעמס צוגעבונדנקייט צו דער פּיאַנע האָבן די עלטערן באַשלאָסן, אַז מען מוז דאָס קינד לערנען שפּילן פּיאַנע.
צו פֿיר יאָר האָט גוסטאַוו שוין לײַטיש געשפּילט פּיאַנע! צו צען יאָר גיט ער זײַן ערשטן עפֿנטלעכן קאָנצערט. איצטער, אין זעלבן יאָר, נעמט ער לערנען אין אַ גימנאַזיע, צו 15 יאָר ווערט ער אויך אַ תּלמיד פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע אין ווין — דאָרט לערנט ער קאָמפּאָזיציע און נעמט אַליין שוין שאַפֿן זײַנע ערשטע יוגנט־ווערק. אין עלטער פֿון 18 יאָר פֿאַרענדיקט ער די גימנאַזיע אין איגלאָוואַ, און אויך די קאָנסערוואַטאָריע אין ווין.
צו 20 יאָר האָט גוסטאַוו מאַהלער אָנגענומען אַ באַשלוס — זײַן לעבן וועט ער ווידמען דעם חלום זײַנעם — מוזיק; און צו רעאַליזירן זײַן באַשלוס האָט ער אָנגעהויבן פֿון דיריגירן מיט אָרקעסטערס. זײַן אָנהייב איז געווען, דיריגירן איבערן זומער, אַ באַשיידענעם מוזיק־אַנסאַמבל אין אַן עסטרײַכישן קוראָרט. אַדורך מיט דערפֿאָלג דעם ערשטן פּרוּוו איז ער געוואָרן שוין אַ קאַפּעלמײַסטער פֿון בשעתּו ערנסטע אָפּערע־אָרקעסטערס אין פּראָג און בודאַפּעשט. צו 27 יאָר טוט ער דיריגירן אין לייפּציק וואַגנערס "וואַלקיריע".
הכּלל, גאַנץ שנעל ווערט קלאָר, אַז דער יונגער מאַהלער איז שוין גאָרנישט קיין מיטלמעסיקער טאַלאַנט. ער איז אַ דיריגענט מיט אַ נשמה. זײַנע אויספֿירונגען פֿון אַ גאַנץ ברייטן רעפּערטואַר פֿאַרמאָגן סטיל און אַ באַזונדערן גלאַנץ. זײַן טעמפּעראַמענט בײַם דיריגירן פֿלעגט מיטרײַסן די צוהערער. מאַהלער האָט געהאַט אַ מעלה, ער איז געווען אַ ביז גאָר אַרבעטזאַמער מוזיקער; ער פֿלעגט פֿאַרמאַטערן זײַנע מוזיקאַנטן מיט אײַנחזרן און איבערחזרן די געשפּילטע ווערק ביז ער האָט אַרויסבאַקומען די אַבסאָלוטע פּערפֿעקציע פֿון ווערק. הקיצור — זײַן רום נעמט אַרײַנדרינגען קיין אויסלאַנד, ער ווערט אײַנגעלאַדן קיין לאָנדאָן צו דיריגירן בעטהאָווענס "פֿידעליאָ" און אייניקע וואַגנער־אָפּערעס. דער עולם צוהערער איז איבערראַשט!
גוסטאַוו מאַהלער נעמט ווערן געלויבט פֿון דער קריטיק און פֿון די מעלאָמאַנען: ער באַקומט אַ שם פֿון אַ זעלטן טאַלאַנטפֿולן דיריגענט, אַן אינטערפּרעטאַטאָר מיט אַ באַזונדערן טעם — זײַנע אויספֿירונגען פֿלעגן זיך אונטערשיידן פֿון די טראַדיציאָנעלע אינטערפּרעטאַציעס. ער ווערט אַ מוסטער פֿאַר די יונגע דיריגענטן. ס’איז אָבער אינטערעסאַנט צו באַמערקן — נישט געקוקט אויף זײַן גרויסן שם, איז מאַהלער אָנגעקומען אין דער שפּיץ פֿון דער מלוכה־אָפּערע פֿון ווין גענוג שפּעט. דאָס האָבן די אַנטיסעמיטן, מיטן בירגער־מײַסטער פֿון ווין בראָש, געאַרבעט מעשׂים, אַז מאַהלער, דער ייִד, זאָל אַזוי הויך נישט גרייכן... און ווען מאַהלער איז דאָך געוואָרן באַלעבאָס פֿון דער ווינער אָפּערע, האָט ער זיך דאָ געמאַכט אַ שם ווי אַ רעזשיסאָר פֿון אָפּערע־פּיעסעס. מיט אַ שטרענגקייט, אַ דעספּאָטישע, האָט ער אַרײַנגעפֿירט אַן איבערקערעניש בײַם שטעלן אַן אָפּערע. אָפּערעס פֿלעגן בשעתּו אויסזען, ווי אַ מין קאָנצערט אין קאָסטיומען אויף דער בינע. דאָס "וואָרט" אין דעם "קאָנצערט אויף דער בינע" פֿלעגט האָבן נישט דאָס טעאַטראַלע, אלא דער זינגער — דאָס שיינע געזאַנג, דער "בעל־קאָנטאָ", די "דיוואַ" — די "געטלעכע" זינגערין. מאַהלער האָט דאָס אָפּערע־ווערק געשטעלט ווי אַ טעאַטער־פּיעסע, און די אָפּערע איז געוואָרן אַ מוזיקאַלישע דראַמע. אין דעם זין האָט ער געשטעלט אַ ציקל אָפּערעס פֿון מאָצאַרט און וואַגנער; אַזוי האָט ער אויסגעפֿירט "פֿידעליאָ" פֿון בעטהאָווען, "די הוגענאָטן" פֿון דאַן באַרימטן ייִדישן מוזיקער זשיאַקאָמאָ מייערבעער (געבוירן אין בערלין אין 1791 — געשטאָרבן אין פּאַריז, אין 1864).
מילא, הײַנט־צו־טאָג, איז גוסטאַוו מאַהלער באַטראַכט ווי אַ גאָון פֿון דער סימפֿאָנישער מוזיק. בײַם לעבן האָבן זײַנע סימפֿאָניעס נישט אויסגענומען — נישט בײַ דער קריטיק און נישט בײַ די מעלאָמאַנען. מען האָט מאַהלערן פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז זײַנע סימפֿאָניעס זענען אַ מין געמיש פֿון סטילן. מען האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַרוואָס נאָך אַ סימפֿאָניע־טייל אין זעניט פֿון קינסטלערישער דערהויבנקייט, נאָך אַ מוזיק פֿול מיט פּאַטאָס, דערלאַנגט ער פּלוצעם אַ מאַרש פֿון אַ מיליטערישן כאַראַקטער, אָדער אַ פֿאָלקסטימלעכע טעמאַטיק, טייל מאָל אַפֿילו מיט אַ ייִדישן טעם.
מאַהלער איז געווען אַ מײַסטער פֿון אָרקעסטראַציע, און אויך דאָ האָט מען צו אים געהאַט טענות; די טענה איז געווען, ווי קומט דאָס, וואָס נאָך אַ סימפֿאָניע־טייל, אינסטרומענטירט מיט אַ בליציקן קאָלאָריט, קומען פּלוצעם אַרײַן רעשיקע אַקאָרדן פֿון הוילע בלאָז־אינסטרומענטן מיט אַ געקלאַפּערײַ פֿון פּערקוסיע. די קריטיק האָט געהאַלטן, אַז דער־אָ מין אינסטרומענטירן אַ ווערק שוואַכט אָפּ די דערהויבנקייט פֿון דער שאַפֿונג.
און דאָך — מיט אַ יאָר צענדליק שפּעטער, אָנפֿאַנג 20סטן יאָרהונדערט, האָבן זיך פֿאָרשער אַרומגעקוקט, אַז מאַהלערן האָט מען פֿאַלש אָפּגעשאַצט. מחמת זײַנע סימפֿאָניעס זענען, ווי די 9טע בעטהאָווענס — מאָנומענטאַל! אין זײַן צווייטער סימפֿאָניע, למשל, פֿירט מאַהלער אַרײַן אַ כאָר מיט סאָליסטן: דאָס זעלבע טוט ער אין אַנדערע סימפֿאָניעס. דער זעניט פֿון זײַן סימפֿאָניש ווערק איז, בלי־ספֿק, די גראַנדיעזע אַכטע סימפֿאָניע — אַ ווערק מיט אַ ריזיקן אָרקעסטער, מיט אַכט סאָליסטן, דרײַ כאָרן (איינער פֿון קינדער) מיט קלאַוויר, אָרגל און 5 האַרפֿעס. די סימפֿאָניע מאַכט אַ רושם פֿון אַ ריזיקער קאַנטאַטע. מאַהלער האָט אויך געשאַפֿן לידער מיט פּיאַנע, אָדער אָרקעסטער.
טראַגיש הילכט זײַן ציקל לידער מיט אָרקעסטער — "קינדערטויט־לידער".
הײַנט צו טאָג ווערן מאַהלערס סימפֿאָניעס און זײַנע אַנדערע ווערק אויסגעפֿירט אין אַלע קאָנצערט־זאַלן פֿון דער וועלט.
מען דאַרף באַמערקן — אַ קראַנקער, אַ צעבראָכענער נאָכן טויט פֿון זײַן פֿאָטער און טעכטערל, צעריסן מיט דער לייטונג און מוזיקאַנטן פֿון דער אָפּערע אין ווין, און אויך צוליב דער העצע פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּרעסע, האָט זיך מאַהלער אין יאָר 1907 אָפּגעגעבן אין דעמיסיע.
אין די אָנהייב־יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אייניקע מוזיק־פֿאָרשער גענומען אויפֿקלערן די גרויסקייט פֿון גוסטאַוו מאַהלער. צווישן די דאָזיקע ערשטע פֿאָרשער געפֿינט מען אונדזער שרײַבער און מוזיק־קריטיקער מאַקס בראָד (געבוירן אין פּראָג, אין 1884, געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1968). ער דערקלערט, אַז "מאַהלער איז דער גרעסטער ייִדישער מוזיק־גאָון פֿון דער נײַער צײַט... אין זײַן ווערק הילכט אַ קלאַנג פֿון דעם אייביק גערודפֿטן ייִד" (מאַהלערס "ייִדישע מעלאָדיעס", 1921, געדרוקט אין די "Musikblätter des Anbruch".