דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך


איך בין, זיכער, ניט דער איינציקער, וואָס האָט געלייענט די אינטערסאַנטע פֿאָרשונג פֿון אַרטור-אַריה גאָרען Sacred and Secular: The Place of Public Funerals in the Immigrant Life of American Jews, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1994 אין דעם זשורנאַל Jewish History, אָדער זײַן בוך The Politics and Public Culture of American Jews (1999). דער פּראָפֿעסאָר גאָרען האָט באַשריבן די קולטור פֿון לוויות בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, בפֿרט די לוויה פֿון שלום-עליכמען.

דער ייִדישער שרײַבער, וואָס ווערט הײַנט ווייניק געלייענט און בלײַבט, דער עיקר, באַקאַנט צוליב דעם "פֿידלער אויפֿן דאַך", איז געווען דער סאַמע פּאָפּולערער ייִדישער שרײַבער; כאָטש אין אַמעריקע האָט ער ניט געפֿונען קיין פֿעסט אָרט אין דעם היגן ייִדישן לעבן. אַ סימן האָט איר — דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך מיט אים זייער ווייניק אינטערעסירט. פֿאַר וואָס? קיין קלאָרן ענטפֿער האָבן ליטעראַטור-היסטאָריקער, דאַכט זיך, דערווײַל ניט געגעבן. אפֿשר איז עס געווען אַ טייל פֿון דער סקעפּטישער באַציִונג, וואָס ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן בכלל געהאַט צו דעם שרײַבער. ער האָט דאָך אין ערגעץ ניט גערופֿן, ניט אויפֿגעהויבן די רויטע פֿאָן איבער די קעפּ פֿון זײַנע מנחם-מענדלס און טובֿיהס.

אָבער אַ לוויה — דאָס איז אַן אַנדער זאַך. אַ לוויה ציט צו אויך מענטשן, וועלכע האָבן קיין מאָל ניט געלייענט קיין שורה פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם שרײַבער. אַ לוויה פֿאָדערט אויך פֿון אַנדערע ליטעראַטן זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דעם עזבֿון, וואָס דער ניפֿטר האָב איבערגעלאָזט אי אין זײַנע ווערק אי אין דער געזעלשאַפֿט. אַזוי איז עס געווען אויך מיט שלום-עליכמס לוויה.

איך האָב אויסגעקליבן און געקירצט אייניקע פּובליקאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" אין די טעג נאָך שלום-עליכמס טויט דעם 13טן מײַ 1916. אין משך פֿון די קומענדיקע צוויי טעג האָבן מענטשן געקענט קומען אין דער בראָנקסער דירה פֿונעם שרײַבער, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער אָרון. די סאַמע באַקאַנטע ניו-יאָרקער ייִדישע שרײַבער זײַנען געשטאַנען בײַם אָרון ווי "ערנוועכטער".

כאַראַקטעריסטיש, אַז די משפּחה האָט פּלאַנירט שפּעטער, נאָך דער מלחמה, אַריבערטראָגן דעם געביין פֿון שלום-עליכמען קיין קיִעוו. אָבער די איבערקערעניש אין רוסלאַנד האָט די דאָזיקע פּלענער רויִנירט. דער מאָטיוו פֿון רוסלאַנד ווי דעם שרײַבערס "היימלאַנד" און אַמעריקע ווי אַן אָרט "אין דער פֿרעמד" הערט זיך אָבער זייער שטאַרק אין די "פֿאָרווערטס"-אַרטיקלען.

ג. ע.



אויף דעם קבֿר פֿון שלום-עליכם


משה אָלגין


(געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 15טן מײַ 1916)

ווען מיר וואָלטן ניט געווען אַזאַ פֿאַרשאָלטן פֿאָלק, ווען אונדזערע קינדער וואָלטן ניט אַוועקגעגאַנגען פֿון אונדז אין אַלע פֿיר זײַטן, ווען מיר וואָלטן באמת ליב געהאַט דעם ייִדן און די טרעגער פֿון זײַן גײַסט, וואָלטן מיר געדאַרפֿט צונויפֿנעמען אַלע קליינע ייִדישע קינדער און זיי דערציילן, ווער שלום-עליכם איז געווען. ער איז דאָך דער איינציקער קינדערשער שרײַבער בײַ ייִדן. ער האָט דאָך אַזוי ליב געהאַט דאָס קליינוואַרג. ער האָט דאָך מיט אַזאַ ווייכער האַנט געמאָלן די גרויסע דראַמעס פֿון זייער קליינעם לעבן. ער האָט דאָך אַרײַנגעלייגט אַזוי פֿיל וואַרעמקייט און אַזוי פֿיל מענטשלעכקייט אין די מערקווירדיקע קינדערשע מעשׂיות. בײַ לײַטן אַ שרײַבער וואָלט דאָך געווען געהויבן און געקרוינט נאָר צוליב אַזוינע מעשׂיות אַליין.

בײַ אונדז... ווייסן אונדזערע קינדער פֿון שלום-עליכמען? ווייסן זיי, אַז אַ גרויסער פֿרײַנד זייערער איז אַראָפּ אין קבֿר? וועלן קינדערשע אויגן פֿאַרגיסן טרערן אינעם טאָג פֿון זײַן קבֿורה?

ס׳אַראַ חוזק! ס׳אַראַ טײַוולשער שפּאַס!

איך וואָלט געוואָלט, אַז טויזנטער, טויזנטער ייִדישע קינדער, צאַרטע און שיינע, מיט באַוועגונגען ווי מוזיק און מיט אויגן ווי די ליכטיקע שטערן, זאָלן גיין צו זײַן קבֿר, זאָלן טראָגן בלומען, זאָלן בויגן זייערע קני פֿאַרן הייליקן שטיקל ערד, זאָלן זינגען אַ ליד פֿון טרויער און ליבע. און אויף זייער גאַנצן לעבן זאָלן זיי אַוועקטראָגן אין זייערע נשמות די דערמאָנונגען פֿון דעם גרויסן טאָג.

איך וואָלט געוואָלט, אַז אין אַלע שולן, וווּ עס לערנען זיך ייִדישע קינדער, זאָל מען אַ הספּד מאַכן איבער שלום-עליכמען. זײַן בילד מיט שוואַרצן באַקרוינען, זײַן לעבנסווערק אין גרויסע ווערטער דערציילן, זײַן נאָמען פֿאַרשרײַבן אויף די ווייכע, פֿילבאַרע קינדערשע הערצער.

וועט דאָס נאָך אַמאָל קומען? זײַנען מיר דען ניט שולדיק דעם אָנדענקען פֿון אונדזער טויטן? וווּ זײַנען אָבער אונדזערע שולן, וווּ זײַנען אונדזערע קינדער?


* * *

ס׳אַראַ קללה — שטאַרבן אויף פֿרעמדער ערד! ווי קומט ער אַהער, קיין אַמעריקע. ער, שלום-עליכם, דער ייִד פֿון כּתריאלעווקע און יעהופּעץ, דער מענטש וואָס איז מיט אַלע זײַנע וואָרצלען אַרײַנגעגראָבן אין דער ערד פֿון אונדזער אַלטער ייִדישער היים? ווי וועט ער רוען אין דער ערד פֿון אַמעריקע?

די לאַסט פֿון וואָגלען ליגט אויף אונדז אַלע. ער, וואָס ער איז געווען מער ייִד ווי טויזנט ייִדן צוזאַמען, האָט אויך אָט די ייִדישע קללה געמוזט נעמען אויף זײַנע פּלייצעס. אונדזער ביטערער מזל האָט אים פֿאַרוואָרפֿן אַהער, אין דער רוישיקער, טרוקענער וועלט.

פֿרעמד האָט ער זיך דאָ געפֿילט. פֿרעמד און פֿאַרוווּנדערט. ער האָט אַלץ געקוקט און ניט געקענט אַרײַנדרינגען אין דער טיף. ער האָט אַלץ געהערט — און ניט געקענט כאַפּן דעם טאָן. אַנדערע ייִדן, אַנדערע אינטערעסן, אַנדערע שטרעבונגען און שטרײַטן. אַ וועלט מיט אַ פֿרעמדער נשמה. אַ וועלט אפֿשר גאָר אָן אַ נשמה.

ווי האָט אים געדאַרפֿט ציִען צו זיך אַהיים, אַהין, וווּ יעדעס שטיינדל איז אים נאָענט, וווּ יעדער מענטש איז אַן אייגענער, וווּ יעדער קרעכץ איז אַ שטיק פֿון זײַן נשמה. ווי האָט אים געדאַרפֿט נאָגן זײַן האַרץ!

ס׳איז ווילד, אומגעלומפּערט, אוממעגלעך — אָט דאָס, וואָס שלום-עליכם דאַרף רוען טויזנטער מײַלן ווײַט פֿון זײַן היים, וועלכע ער האָט אויף אייביק פֿאַרקערפּערט אין זײַן שאַפֿונג. אָבער איז דען דאָס לעבן פֿון יעדן ייִדישן שרײַבער ניט ווילד, אומגעלומפּערט, אוממעגלעך? איז דען דאָס גאַנצע ייִדישע לעבן ניט ווילד, אומגעלומפּערט?



פֿאַר וואָס איז שלום-עליכם באַליבט בײַ די מאַסן?


א. ליטווין


(געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 17טן מײַ 1916)

שלום-עליכם איז געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער. און דער פּאָפּולערסטער איז ער געווען ניט דערפֿאַר, וואָס ער איז געווען אַ גרויסער טאַלאַנט. פּרץ איז געווען טיפֿער פֿון אים. אַש איז רײַכער אין פֿאַרבן. דער פּאָפּולערסטער איז ער געווען אויך ניט דערפֿאַר, וואָס ער איז געווען אַ גרויסער הומאָריסט. די ייִדישע פּרעסע און ליטעראַטור האָט די לעצטע יאָרן אַרויסגעבראַכט אייניקע הומאָריסטן, וואָס זייער הומאָר און סאַטירע זײַנען געווען אַ סך שאַרפֿער, בײַסנדיקער ווי די פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער. די גרעסטע באַרימטקייט האָט שלום-עליכם גענאָסן טאַקע דערפֿאַר, וואָס ער איז ניט געווען שאַרף, ניט בײַסנדיק. זײַן הומאָר האָט גערייצט, ניט פֿאַרוווּנדעט. און דערצו איז ער געווען עכט ייִדישער.

אַחוץ פּרץ, האָט קיינער פֿון די ייִדישע שריפֿטשטעלער ניט געשריבן אַזאַ קינסטלעריש-אינטעליגענטן ייִדיש, ווי שלום-עליכם. שלום-עליכמס ווערק זײַנען די בעסטע שולע פֿאַר די יונגע ייִדישע שרײַבער, וואָס דערווײַטערן זיך, ליידער, אין זייער שפּראַך, אין זייער סטיל, אין זייער אַרט שרײַבן פֿון דעם ייִדישן קוואַל. איר קענט יעדערן פֿון זיי לײַכט איבערזעצן וואָרט אין וואָרט אין וואָסער שפּראַך איר ווילט און ס׳וועט ניט זײַן קענטיק, פֿון וואַנען די איבערזעצונג איז געמאַכט. זייער ייִדיש איז קאָסמאָפּאָליטיש.

שלום-עליכמען קענט איר ניט איבערזעצן בוכשטעבלעך. אים קען מען ניט איבערזעצן גוט, ווען מען איז ניט גרינטלעך באַקאַנט מיט דער נשמה פֿון ייִדיש, מיט דער נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. פּונקט ווי עס איז שווער איבערצוזעצן דעם גרויסן רוסישן הומאָריסט גאָגאָל. שלום-עליכם איז געווען אונדזער גאָגאָל. אַזוי ווי גאָגאָל, האָט ער אויך געלאַכט מיט טרערן. דערפֿאַר האָט אים דאָס פֿאָלק זייער, זייער ליב געהאַט.

שלום-עליכם איז געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט געהאַט לעזער אין אַלע קלאַסן און אַלע פֿאַכן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק. עס איז כּמעט ניט געווען קיין איין ייִד, קיין איין ייִדענע, קיין איין ווײַבל, קיין איין מיידל, וואָס האָט אים ניט געלעזן, אויב זי קען נאָר לעזן ייִדיש. דאָס איז דערפֿאַר, וואָס שלום-עליכם איז זייער פֿאָלקסשטימלעך, כאָטש ער סטאַרעט זיך ניט — זיך אַרונטערצולאָזן צום פֿאָלק. ער סטאַרעט זיך ניט צו מאַכן לײַכט זײַן שפּראַך. ער איז פֿאָלקסטימלעך, ווײַל ער רעדט די שפּראַך פֿונעם פֿאָלק. זײַנע העלדן זײַנען פֿאָלקסמענטשן, כאָטש זיי באַלאַנגען ניט צו די מאַסן.

שלום-עליכם האָט זייער זעלטן געשריבן פֿונעם לעבן פֿון דעם המון. די אונטערשטע מאַסע איז אים ניט אַזוי באַקאַנט. דערפֿאַר שילדערט ער אויסגעצייכנט דעם באַלעבאַטישן קלאַס. ניט דעם מיוחסדיקן, ניט דעם לומדישן, נאָר דעם יעניקן וואָס האָט זיך שוין דרײַפֿערטל פֿאַרמישט מיט דער מאַסע און האָט שוין לאַנג פֿאַרלוירן זײַנע אייגענע קענטיקע סימנים. אָט דער קלאַס מאַכט איצט אויס די גרויסע מערהייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער געביט איז דאָ אַ רײַכער. דער דיכטער, דער מאָלער, דער הומאָריסט קען דאָ שעפּן מיט ביידע הויפֿנס, ווען ער זאָל האָבן אַן אויג צו זען און אַן אויער צו הערן.

אָבער כאָטש רײַך איז דאָס דאָזיקע פֿעלד פֿאַר דעם באַאָבאַכטער און קינסטלער, האָט שלום-עליכם דאָך קיין סך טיפּן ניט געשאַפֿן אויף אָט דעם געביט. זײַנע גרונט-טיפּן זײַנען צוויי: טובֿיה דער מילכיקער און מנחם-מענדל. ער פֿירט זיי אָפֿט אַרויס אין פֿאַרשיידענע געשטאַלטן, פֿאַרפּוצט זיי אין פֿאַרשיידענע מלבושים. אָבער דער געניטער באַאָבאַכטער דערקענט אין זיי דעם זעלביקן מנחם-מענדל. און ניט דערפֿאַר האָט ער צו טאָן מערסטנס מיט אָט די צוויי ברואים, ווײַל ער איז ניט גענוג באַקאַנט מיט אַנדערע טיפּן פֿון דעם ייִדישן לעבן. ניין! נאָר דערפֿאַר, ווײַל פֿאַר דעם הומאָריסט און סאַטיריקער זײַנען זיי — איבערהויפּט דער לעצטער פֿון זיי, מנחם-מענדל — דער דאַנקבאַרער שטאָף. מ׳קען זאָגן, אַז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק מיט זײַנע אויסגעטריקנטע, חרובֿ-געוואָרענע פּרנסות, מיט זײַן הענגען צווישן הימל און דר׳ערד, מיט זײַן שטענדיקן זוכן אַ קערבל צו פֿאַרדינען — דאָס גאַנצע פֿאָלק, זאָג איך, איז איין מנחם-מענדל.

און דעריבער האָט דאָס פֿאָלק דעם גרויסן הומאָריסט אַזוי ליב געהאַט, ווײַל עס האָט זיך אַזוי גוט דערקענט אין מנחם-מענדלען. מנחם-מענדל איז דער שפּיגל, אין וועלכן יעדערער פֿון אונדז קען זיך לײַכט דערקענען. ווײַל אין יעדערן פֿון אונדז שטעקט אַ שטיקל מנחם-מענדל. מנחם-מענדל איז פֿול אומעטום. ער איז פֿול צווישן הויכע, דיפּלאָמירטע אינטעליגענטן-קאַריעריסטן, ער איז פֿול צווישן סוחרים, ער איז פֿול אין דער קונסט, אין דער ליטעראַטור. ער קען זײַן אַלץ, וואָס איר ווילט, "צוליב דער ביטערער פּרנסה"...

אין גרונט איז מנחם-מענדל ניט קיין פֿאַרדאָרבענער מענטש. ער מיינט חלילה קיינעם קיין שלעכטס ניט. ער איז אַ טרײַער פֿאַמיליע-מאַן. ער האָט אַ ווײַב מיט קינדער, און ווייסט אַז ער מוז זיי מפֿרנס זײַן. צוגעגרייט דערצו איז ער ניט, מוז ער זען צו כאַפּן אַ קערבל וווּ עס מאַכט זיך, מוז ער לעבן פֿון ווינט, מוז ער זיך וואַרפֿן אין אַלע זײַטן. ער לעבט פֿון צופֿאַל, דעריבער איז ער אויף דער בערזע ווי אַ פֿיש אין וואַסער. זײַן מעלה איז, וואָס ער ווערט בײַ זיך קיין מאָל ניט אַראָפּגעפֿאַלן. זײַן אומגליק איז, וואָס ער שלאָגט זיך אין משך פֿון זײַן גאַנצן לעבן און קען זיך קיין מאָל ניט צושלאָגן.

פֿאַר אַנדערע סאַטיריקער אונדזערע איז אַנטפּלעקט מערסטנטייל נאָר איין זײַט פֿונעם פֿאָלקסלעבן. שלום-עליכם האָט דורכגעדרונגען אין תּוך, האָט אַרומגענומען דאָס גאַנצע. און דעריבער איז זײַן מנחם-מענדל אַזוי קלאַסיש. ער האָט געטראָפֿן, אַזוי צו זאָגן, אין פּינטל.

טובֿיה דער מילכיקער האַלט שוין אין געפֿינען זײַן וועג. דאָס איז אַ באַלעבאַטישער ייִד, וואָס איז אַ ביסל באַהאַוונט אין די קליינע פּינטעלעך און זײַן לעבן איז צו רעדן מיט אַ פּסוק. זײַן נשמה שטרעבט צו העכערס. אָבער ער ווייסט, אַז מ׳דאַרף האָרעווען, ניט שוועבן אין דער לופֿטן. ער האָט אויך ליב די נאַטור, האָט ליב זײַן פֿערדל מיט די קאַנען מילך, האָט ליב אַ פּשוט לעבן אַבי רויִק. שלום-עליכם האָט אים אַרומגערינגלט מיט אַ סך רירנדיקער ליבע. אָבער אויך מנחם-מענדלען מאָלט ער ניט אָן אַ געוויסער סימפּאַטיע. מנחם-מענדל איז אַפֿילו, אַז איר ווילט, אַנטוויקלטער, פֿילזײַטיקער, ענערגישער פֿון טובֿיהן. מיט דער ענערגיע, וואָס ברויזט אין אים, האָט איר געקענט אָנטיילן פֿינף טובֿיהס. מיט זײַן אונטערנעמונגס-קראַפֿט האָט איר געקענט וועלטן אויפֿבויען. אָבער אים פֿעלט דער געהעריקער אָנשפּאַר-פּונקט פֿאַר זײַן ענערגיע, און דעריבער גייט אַלץ בײַ אים פֿאַרלוירן אָן אַ שום גוטס פֿאַר זיך און פֿאַר אַנדערע. און דערין איז מנחם-מענדלס טראַגעדיע, איז אונדזער טראַגעדיע...

שלום-עליכם האָט אין זײַנע ווערק ניט געוויזן קיין נײַע וועגן, אַזוי ווי דאָס האָט זיך געסטאַרעט צו טאָן פּרץ. ער האָט זיך ניט געגריבלט אין דער ווירקלעכקייט פֿון הײַנט, ווי עס טוען די ייִנגערע שרײַבער. ער האָט זיך ניט געמיט צו פֿאַרטײַטשן פֿאַר אונדז די ווירקלעכקייט פֿון אַמאָל, די אַלטע לעגענדע. ער האָט זיך ניט געחבֿרט מיט די יונגע, ווי דאָס האָט געטאָן פּרץ. זײַן העלד איז געווען דער באַלעבאַטישער ייִד, טובֿיה און מנחם-מענדל, און די פֿאַרשידענע געשטאַלטן, וואָס זיי נעמען בײַ אים אָן — זײַנע באַלעבאַטישע ייִדן. און דאָך איז שלום-עליכם ביז זײַן לעצטער מינוט ניט געווען "אַוט אָוו סיזאָן". דאָס איז דערפֿאַר וואָס דער באַלעבאָס, דער "מעשטשאַנין", לעבט נאָך איצט שטאַרק אין אונדז. און אפֿשר איז ער נאָך קיין מאָל אַזוי שטאַרק ניט געווען ווי איצט...

און ווען איך זאָג, אַז דער באַלעבאָס איז געווען שלום-עליכמס העלד, מיין איך ניט צו זאָגן, אַז ער האָט אים אַרויסגעשטעלט ווי אַ מוסטער. פֿאַרקערט: זײַן, שלום-עליכמס העלד — הייסט זײַן דער צילברעט פֿאַר זײַן סאַטירע. אין שלום-עליכמס העלד האָט יעדערער פֿון אונדז דערקענט אַ שטיק פֿון זײַן "איך" און דעריבער איז דער הומאָריסט געווען אונדז אַזוי נאָענט, און דעריבער איז ער געווען אַזוי פּאָפּולער און אַלגעמיין באַליבט. אין שלום-עליכמס סאַטירע האָט זיך קיין מאָל ניט געפֿילט קיין גאַל, איז קיין מאָל ניט געווען קיין ביליקער קיבעץ. ער איז אויך קיין מאָל ניט אַרויסגעטראָטן אין דער ראָלע פֿון אַ פּריידיקער, פֿון אַ זיטנלערער. ווי ניט אָנגענעם עס איז געווען צו דערזען זיך אין זײַן שפּיגל, האָט דאָך געצויגן צו אים, עס האָט זיך געפֿילט אַ פֿרײַנד. זײַן געלעכטער איז קיין מאָל ניט געווען קיין לצנות און קיין שפּאָט. אונטער זײַן געלעכטער האָט זיך געפֿילט די וואַרעמקייט פֿון אַ פֿרײַנד, וואָס האָט אַלעמען, אַלעמען צוגעצויגן ווי אַ מאַגנעט.

אָט אין דעם ליגט דער סוד פֿון זײַן גרויסער פּאָפּולערקייט אין אַלע פֿאַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אים האָט געלעזן דער רבֿ און די רעבעצין, די רײַכע מאַדאַם און איר דינסטמיידל, דער פּשוטער ייִד און דער ראַדיקאַל.

שלום-עליכם האָט גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט זיך ווייניק געגריבלט אין די וויסנשאַפֿטלעכע כּללים פֿון ייִדיש. ער האָט זיך ניט געסטאַרעט צו באַשאַפֿן נײַע ווערטער, רײַכער צו מאַכן די שפּראַך. פּונקט ווי דער זיידע מענדעלע און ווי פּרץ, האָט ער זיך נאָר אַראָפּגעלאָזן אין די טיפֿענישן פֿון דער פֿאָלקס נשמה און — דאָרטן געשעפּט פֿאַר אונדז אוצרות.

און ווען ייִדיש האָט אין אַ פּאָר צענדליק יאָר באַקומען אַ ליטעראַטור, מיט וועלכער מיר האָבן זיך ניט צו שעמען פֿאַר אַנדערע יונגע פֿעלקער, האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען, אין דער ערשטער שורה, אָט די זײַלן פֿון אונדזער יונגער ליטעראַטור — מענדעלע, פּרצן און דעם נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענעם גרויסן הומאָריסט — שלום-עליכמען.




שלום-עליכם


מאָריס ווינטשעווסקי


(אָנגעשריבן דעם 20טן מײַ און געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן מײַ 1916)

איך האָב שלום-עליכמען אָנגערופֿן "דעם ייִדישן פֿאָלקס בן-יחיד". דאָס הייסט, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אַז ער איז געווען דער איינציקער שרײַבער, וואָס מיר האָבן פֿאַרמאָגט. דאָס וואָלט געווען אַ מין גוזמא, פֿון וועלכער דער איראָנישער בליק אין די צוגעמאַכטע קלוגע, בלויע אויגן וואָלט חוזק געמאַכט. שוין גאָר ניט רעדנדיק פֿון די מענטשן, זײַנע חבֿרים, וואָס לעבן נאָך.

ער איז אָבער געווען אַ בן-יחיד בײַם ייִדישן פֿאָלק ווי אַ הומאָריסט אין אַ גרויסן מאַסשטאַב. וועגן דעם קען קיין שום ספֿק ניט זײַן. ווי אַ הומאָריסט און, נאַטירלעך, ווי אַ סאַטיריקער — ווײַל דער ייִדישער הומאָר האָט אין זיך אַ סך מער סאַטירע, ווי דער הומאָר בײַ אַנדערע פֿעלקער.

מיר, ייִדן, ווי אַ פֿאָלק, האָבן שוין איבער צוויי טויזנט יאָר ניט געלאַכט — ניט האַרציק געלאַכט. עס איז לײַכט מעגלעך, אַז ירמיהוס איכה, וועלכע איז הײַנט 2,500 יאָר אַלט, האָט מיט זיך פֿאַרשטאָפּט דעם קוואַל פֿון דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן, פֿריילעכן געלעכטער. מיר לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַפֿילו אין דער צײַט פֿאַרן חורבֿן בית-ראשון האָבן אונדזערע אור-עלטערן נאָר געלאַכט (ווי עס לאַכט אַ פֿאָלק וואָס האָט אין זיך לעבנס-פֿרייד) בעת זיי האָבן געדינט געצן, בעת זיי האָבן געבויט טעמפּלען פֿאַר דער געטין אַסטאַרטאַ (עשׂתּרות, אין תּנ״ך), ווײַל דער יעכאָוואַ-קולטוס האָט זיכער ניט געגעבן פֿיל געלעגנהייט צו זײַן לוסטיק און צו לאַכן פֿון אַ פֿרײַער ברוסט, פֿריילעך און לעבעדיק.

שפּורן פֿון הומאָר געפֿינען זיך גענוג אינעם תּלמוד, אָבער דאָס זײַנען פֿאַראיינצלטע פֿאַלן. אַן אויסנאַם פֿון דעם כּלל איז אויך דער הומאָר, אָפֿט ריין, פֿריילעך און האַרציק בײַ עמנואל הצפּרוני (החמי), וועלכער איז געווען אַ צײַט-גענאָסע פֿון דאַנטע. דער אַלטער עמנואל (האָט געלעבט אין איטאַליע מיט אַ יאָר 500 צוריק) האָט אַפֿילו געהאַט אין זיך אַ שיין ביסל באָקאַטשיאָ, און מען זעט, אַז ער האָט פֿון גאַנצן האַרצן געלאַכט בעת ער האָט פֿאַרפֿאַסט זײַנע (צײַטנווײַז פּאַכאַבנע) שירים.

בדרך-כּלל אָבער זײַנען מיר ייִדן אויף קיין פֿאַל ניט קיין פֿאָלק פֿון לאַכערס, און אַן אמתער הומאָריסט האָט פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה — לויט דער ייִדישער טראַדיציע, לויט דער ייִדישער פּסיכאָלאָגיע — ניט געקענט אַרויסוואַקסן. אַ פֿאָלק, וואָס ציטערט כּסדר פֿאַר זײַן אייגענעם שאָטן, וואָס פֿילט זיך אין ערגעץ ניט זיכער, וואָס שלאָפֿט אײַן מיטן פּעקל צוקאָפּנס און דעם וואַנדערשטעקן בײַ דער זײַט — אַזאַ פֿאָלק לאַכט ניט, ווײַל עס האָט ניט קיין אמתע לעבנסלוסט אין זיך.

אַזאַ פֿאָלק זינגט לוסטיק אַפֿילו "שישו ושמחו-בשמחת תּורה" נאָר דאַן ווען עס איז אַביסעלע פֿאַרסנאָסקעט, און זינגט אַלע פֿרײַטיק מיט קאַזיאָנע טראָפּ דעם שיר-השירים זײַנעם, אַ ליד וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר איינע פֿון די הערלעכסטע פּערל פֿון דער וועלט-ליטעראַטור אין דעם פּרט פֿון ליבע-פּאָעזיע.

און בײַ אַזאַ פֿאָלק ווי אונדזערס יאַוועט זיך מיט אַ מאָל אַ שלום-עליכם! צי דאָס באַטײַט די דערשײַנונג פֿון דער טויב מיטן פֿײַגנבלאַט אין מויל, אָנזאָגנדיק דעם סוף פֿון דעם ייִדישן טרערן-מבול? אָדער דאָס הייסט בלויז, אַז ישׂראליק האָט על-פּי-סבֿרה אַ לאַך געטאָן און וועט באַלד צוריקקערן צו זײַן נאָרמאַלן צושטאַנד פֿון מרה-שחורה? דאָס איז שווער צו זאָגן.

זיכער איז, אַז אַזאַ לאַך-פֿאָנטאַן, אַזאַ באר-מים-חיים פֿון הומאָר איז איצט בײַ אונדז געווען, האָט געשאָסן, צום הימל צו, זײַן דערפֿרישנדיקן, דערקוויקנדיקן גוס; האָט באַלעבט אַרום זיך הערצער, וואָס אונדזער נאַציאָנאַלע מעלאַנכאָליע האָט אַזוי ווי אײַנגעמאַכט אין עסיק; האָט געוועקט אין ייִדישע מוחות די פֿעיִקייט צו שטעכל מיט אַ קיצל, צו וויינען לאַכנדיק, צו שטאַרבן לעבעדיק, ווי אַ היפּוך פֿון אונדזער אַלטער געוווינהייט צו לעבן שטאַרבנדיק. זיכער, זאָג איך, איז — אַז אַזאַ לאַך-מאַשין איז בײַ אונדז געווען, און האָט זיך גערופֿן שלום-עליכם. זיכער איז אויך, אַז הגם דער פֿאָנטאַן גופֿא, דער פֿאָנטאַן מיט דעם וווּנדערבאַרן ברונעם אַרום זיך, איז פּלוצלינג פֿאַרשטאָפּט געוואָרן, וועלן נאָך דורות און דורות זיך קוויקן מיט דער פֿרישקייט פֿון דער אַטמאָספֿער, וואָס איז אויף אַזאַ אופֿן באַשאַפֿן געוואָרן.

אַ פֿאָלק, וואָס האָט געזונגען מי-יפֿות איבער געוואַלד און דאָס בלויז צו אַמוזירן דעם פּריץ; אַ פֿאָלק, וואָס האָט מיטן מויל געטרילערט אַ "בואי כלה, בואי כלה" און האָט בעת-מעשׂה אין גרונט האַרצן געזיפֿצט אַן "אנקת-מסלדיך", אָפּוועקסלענדיק יעדן דריטל זיפֿץ מיט אַ קרעכץ און אַן "אוי-אוי-אוי" — אַזאַ פֿאָלק האָט בײַ אים זיך אויסגעלערנט רעדן, אַפֿילו וועגן צרות, מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן!


* * *

ווי איינער פֿון די "ערנוועכטער" בײַ זײַן אָרון אין זײַן הויז, האָב איך זונטיק בײַטאָג געזען מאַסן מענטשן, ווי זיי זײַנען איינציקווײַז אַרײַנגעקומען דורכן טיר, האָבן אַ קוק געטאָן אויף דעם פּנים פֿון אונדזער טײַערן ניפֿטער און זײַנען ווידער אַרויסגעגאַנגען.

אַרויסגייענדיק פֿון שטוב, האָב איך אין געדאַנקען אונטערגעצויגן אַ סך-הכּל פֿון די באַטראַכטונגען מײַנע און האָב פֿון דעם דאָזיקן סך-הכּל געלערנט אַ מוסר-השׂכּל.

דער סך-הכּל איז געווען פֿאָלגנדיקער:

צווישן די הונדערטער און הונדערטער, וואָס זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ אונדז — די ערנוואַך — און אים, זײַנען געווען דרײַ מינים מענטשן:

איינפֿאַך נײַגעריקע;

שטאַרק גערירטע;

און לעזער פֿון זײַנע ווערק, וועלכע האָבן זיך ביז דעם טאָג קיין מאָל ניט שטאַרק געקימערט, ווער, אַ שטייגער, דער מאַן איז וואָס מאַכט זיי לאַכן, וואָס ווײַזט זיי זייער פּנים אין זײַן וווּנדער-שפּיגל, וואָס דערהויבט זייער אײַנגעפֿאַלענע האַרץ, וואָס גלײַכט אויס זייער רוקן און שטעלט זיי אַוועק בקומה-זקופֿה, ווי עס פּאַסט זיך פֿאַר מענטשן אָן הויקערס, צי זיי זײַנען אין גלות צי ניט.

פֿון די נײַגעריקע און אָט די דאָזיקע "לעזער" איז ניטאָ פֿיל וואָס צו רעדן. יענע וואָלטן געקומען אין גרעסערע מאַסן ווען דער געשטאָרבענער וואָלט געווען, לאָמיר זאָגן, טשאַרלי טשאַפּלין. די "לעזער", ווידער, וואָלטן אָן דעם טויט זיך אפֿשר גאָר די פֿראַגע ניט געשטעלט צי די שריפֿטן האָבן געהאַט אַ שרײַבער, צי דער שרײַבער לעבט אָדער ניט, און פֿון וואַנען ער לעבט און ווי ער לעבט, אויב ער לעבט.

אָפּשטעלן וועל איך זיך אויף דעם טייל — און לאָמיר זאָגן: דאָס איז זיכער געווען, נאָך אַלעמען, דער גרעסטער טייל — פֿון די "גערירטע".

זייערע פּנימער האָבן אויף זיי עדות געזאָגט, אַז זיי האָבן ניט בלויז געלעזן — אָדער געהערט פֿאָרלעזונגען "בערדיטשעוו", אָדער "סטעמפּעניו", אָדער "ווען איך בין ראָטשילד" — נאָר אַז זיי האָבן אויך געליבט דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע שריפֿטן.

און זיי האָבן זיכער געפֿילט דעם פֿאַרלוסט זייערן. ווי איז דאָס אַרויסגעקומען? ווי האָט זיך זייער טרויער-געפֿיל אויסגעדריקט?

און דאָ קום איך צום מוסר-השׂכּל דערפֿון.

עס האָבן זיך געזען ווייניק טרערן אין די אויגן. עס האָט זיך זעלטן בײַ וועמען אַרויסגעריסן אַ זיפֿץ פֿון האַרצן. עס האָט נאָר איין פֿרוי, אַן עלטערע, האַלב אַרויסגעפּלאַצט מיט אַ געוויין.

און שפּעטער, אין גאַס, אונטערציִענדיק די אונטערשטע שורה, האָב איך צו זיך געזאָגט:

"די טראַגעדיע אין דעם דאָזיקן טויט — אַליין אַ טראַגעדיע — איז דאָס, וואָס שלום-עליכם איז געשטאָרבן אין דער פֿרעמד."

מיר, וואָס זײַנען פֿון "דער היים", יע, פֿון דער היים, ניט אַכטנדיק אויף אַלע שוואַרצע מאות און אַלע שוואַרץ-יאָר, דרײַסיק און פֿערציק יאָר, געפֿינען זיך דאָ אַזוי ווי אויף אָפּלעגער, אַפּשיטא שוין ער, שלום-עליכם!

און די "גערירטע" מענטשן — אַן ערבֿ-רבֿ צונויפֿגעלאָפֿן פֿון אַלע פֿיר ווינקלעך ערד: אָפּגעריסענע פֿון טאַטעס און מאַמעס, פֿון קינד און קייט, פֿון נחלה און היים; אָפּגעשניטענע פֿון דער אַלטער פֿאַרגאַנגענהייט; אויס-חבֿר מיט געוועזענע חבֿרים און פֿרײַנד; אָפּגעזעגנטע פֿון אַמאָליקע זיטן און מיינונגען; אויסגעטאָנענע פֿון אַלטע פּרינציפּן, אידעען און אמונות; אַרויס פֿון זייער לשון און זייער לשונס ליטעראַטור; בעסערע אָדער ערגערע מענטשן, אָבער יעדנפֿאַלס אַנדערע, גאַנץ אַנדערע...

און צום אומגליק — ציוויליזירטע, לפּנים אַמעריקאַניזירטע, אײַנגעהאַלטענע מענטשן, וואָס וואָלטן זיך שעמען צו וויינען, מחמת דאָס איז עפּעס ניט מעשׂה אַמעריקע, אַפֿילו ווען זיי וואָלטן געפֿילט דעם שמערץ שטאַרק גענוג צו וויינען...

וואָלט דאָס געווען זײַן לוויה אין "דער היים"? אַמפּערט זיך מיט מיר ניט... איך ווייס אונדזער היים איז קודם נאַגײַקע-לאַנד, פּאָגראָם-לאַנד, קאַצאַפּיע, בורלאַקיע און וואָס איר ווילט... איך ווייס, דאָרטן איז דער קנוט אַ וועגווײַזער און דערזשי-מאָרדאַ אַן אָרדענונג-היטער, און מאַקסים גאָרקי אַ פֿאַרברעכער... איך ווייס, איך ווייס.

אָבער דאָרטן לעבן נאָך אַלץ זעקס מיליאָן — ששים רבוא — ייִדן און דאָרטן געפֿינען זיך יעהופּעץ און בערדיטשעוו און קאַסרילאָווקע. און דאָרטן האָט מען ליב שלום-עליכם, ווײַל מען לעזט אים, און דאָרטן לעזט מען שלום-עליכם, ווײַל מען האָט אים ליב...

דאָרטן וואָלט מען בײַ זײַן לוויה פֿאַרגעסן אַלע געבאָטן פֿון דעם עטיקעט, דאָרטן וואָלט מען אויף אַ טאָג אַרויס פֿון דער ענגער שנוראָווקע פֿון דער ציוויליזירטער וועלט, און ווען דאָרטן וואָלט זיך געיאַוועט דער אָרון מיט שלום-עליכמס קערפּער, אין אים וואָלט אַרויסגעפּלאַצט אַ יאָמער-געשריי, וואָס וואָלט זיך דערהערט אין די טיפֿסטע טיפֿענישן פֿון דעם ייִדישן לעבן.

שלעכט, קינדער, איז דאָרטן צו לעבן — סײַ פֿאַר דעם שרײַבער, סײַ פֿאַר דעם לעזער; דאָרטן שטאַרבן איז גוט, ווײַל דאָרטן שטאַרבט מען ניט אין דער פֿרעמד, ווײַל דאָרטן איז דער קבֿר ניט ווײַט פֿונעם חדר אײַערן, און פֿון דעם זעלביקן האָלץ איז דער אָרון פֿון הײַנט און די וויגעלע פֿון אַמאָל.