פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ גאַסן, וואָס טראָגן דעם נאָמען "קרעמיע". דעם כּבֿוד האָט דער ייִד, דער "שׂר־הגדול ליהודים", ווי ייִדן האָבן אים באַקרוינט, כּשר פֿאַרדינט: אַ לעבן לאַנג האָט ער פֿאַרטיידיקט דעם ייִדישן כּבֿוד אין פֿראַנקרײַך און מחוץ פֿראַנקרײַך. קרעמיע איז אויך געווען אַ גרויסער מלוכה־מאַן — ער האָט אומדערמידלעך געאַרבעט פֿאַר אַ ליבעראַל פֿראַנקרײַך.

הקיצור, צו די 130 יאָר פֿון זײַן טויט איז כּדאַי וועגן אים צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. לאָמיר גיין מיט אַ סדר און אָנווײַזן אייניקע וויכטיקע מעשׂים פֿון דעם גרויסן ייִדישן מענטש.


ווי באַקאַנט, זענען ייִדן פֿון פֿראַנקרײַך פֿאַרטריבן געוואָרן בסוף 14טן יאָרהונדערט. געבליבן זענען בלויז אייניקע ייִדישע קהילות אין דרום־פֿראַנקרײַך, אין אַוויניאָן און אומגעגנט, וווּ געהערשט האָט דער "ברוגזער" פּויפּסט. אונטער זײַן ממשלה האָט געלעבט זינט דורות דער שבֿט קרעמיע. גלײַך נאָך דעם, ווי די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט פֿרײַהייט און גלײַכהייט מיט אַלע בירגער, האָט די קרעמיע־משפּחה פֿאַרלאָזט די פּויפּסטלעכע גיטער און אַוועק וווינען אין דער שטאָט נים (נימעס). אַדאָלף קרעמיע איז געבוירן אין 1796 שוין אַ פֿרײַער און גלײַכער פֿראַנצויזישער מענטש. דוד, דער טאַטע זײַנער, איז אין נים געווען אַ סוחר און אַ פּרנס אין דער קהילה. עפּעס האָט דער גאַנצער שבֿט קרעמיע עוסק געווען אין געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, געזאָרגט פֿאַרן ווויל און כּבֿוד פֿון מענטש. אָט איז אַ קרובֿ זײַנער, פֿערדינאַנד קרעמיע, געווען דעפּוטאַט, און שפּעטער — סענאַטאָר. אַ צווייטער קרובֿ, אַן אַדוואָקאַט און פּאָליטיקער, איז פֿאַר זײַנע מעשׂים דערשאָסן געוואָרן נאָכן פֿאַלן פֿון דער פּאַריזער קאָמונע. קורץ, די זאָרג פֿאַר יושר און צדק איז בײַ אַדאָלף קרעמיע אַ ירושה־אייגנשאַפֿט.

אַדאָלף קרעמיע איז גאַנץ יונג געוואָרן אַן אַדוואָקאַט און אַ טוער אינעם ליבעראַל־פֿראַנצויזישן לאַגער: ער איז געוואָרן אויך אַ מאַסאָנער. די קירכע איז אים געווען אַ דם־שׂונא. די אַנטיסעמיטישע אויסטראַכטענישן אירע האָבן קרעמיע וויי געטאָן ווי אַ ייִד און מאַסאָנער. איצטער ווי אַן אַדוואָקאַט האָט אים געשטאָכן אין די אויגן די מיאוסע "צערעמאָניע" פֿון דער אַזוי גערופֿענער "ייִדישער שבֿועה", וואָס איז געווען באַשטימט צו דערנידעריקן און באַליידיקן דעם כּבֿוד פֿון ייִד. די פֿינצטערע צערעמאָניע פֿון דער "שבֿועה", וואָס ציט זיך זײַט די אַלטע רוימיש־ביזאַנטישע צײַטן, האָט די רעוואָלוציע פֿון 1789 אָפּגעשאַפֿט, אָבער נאַפּאָלעאָן דער ערשטער האָט זי צוריקגעשטעלט. אַדאָלף קרעמיע, ווי נאָר ער איז געוואָרן אַדוואָקאַט, איז ער אַרויס אין קאַמף קעגן דעם מינהג פֿון דער "ייִדישער שבֿועה". ענדלעך, נאָך אַ העפֿטיקן געראַנגל, האָט קרעמיע אין 1846 דערגרייכט דאָס אָפּשאַפֿן די שענדלעכע "ייִדישע שבֿועה" און די ייִדישע עמאַנציפּאַציע אין פֿראַנקרײַך האָט באַקומען אויף ס'נײַ איר ליבעראַלן פּנים.

ביז גאָר שאַרף האָט אַדאָלף קרעמיע אין 1840 פֿאַרטיידיקט דעם כּבֿוד פֿון ייִדישן מענטש בעתן באַרימטן עלילת־דם אין דמשׂק (סיריע אונטער טערקישער הערשאַפֿט). אימפּעטיק האָט ער אויפֿגערודערט די וועלט. אַגבֿ, איז פּורים־צײַט אין זעלבן יאָר פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויפֿן גריכישן אינדזל ראָדאָס אונטער די טערקן אַ קריסטלעך קינד, און גריכישע סוחרים האָבן פֿאַרשפּרייט קלאַנגען אַז אַ ייִד פֿון טערקײַ האָט דאָס קינד דערהרגעט און זײַן בלוט גענוצט פֿאַר פּסחדיקע מצות...

וואָס איז אייגנטלעך געווען דער עצם פֿונעם עלילת־דם אין דמשׂק?

ערבֿ־פּסח אין יאָר 1840 איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אַן איטאַליענישער מאָנאַך מיט זײַן באַדינער. היות דעם מאָנאַכס קלויסטער איז געווען אונטער דעם פּאַטראָנאַזש פֿון פֿראַנקרײַך, האָט דער פֿראַנצויזישער קאָנסול אין דמשׂק פֿאַרלאַנגט אַן אויספֿאָרשונג; און די פּאָליציי האָט "געפֿונען", אַז ייִדן האָבן אַוועקגעהרגעט דעם מאָנאַך מיטן באַדינער און זייער בלוט גענוצט צו באַקן מצות אויף פּסח... דער "געבילדעטער" פֿירשט ראָטי מאַנטאָן, קאָנסול פֿון פֿראַנקרײַך אין דמשׂק, האָט די שיינע "נײַעס" גענומען ערנסט און זי איבערגעשיקט צו זײַן רעגירונג קיין פּאַריז אָן קאָמענטאַרן... צי מען האָט אין די רעגירונגס־קרײַזן אין פּאַריז פֿון דעם קאָנסולס "ידיעה" געלאַכט, איז נישט באַקאַנט... באַקאַנט איז נאָר, אַז ווי נאָר די קאַטויליש־קאָנסערוואַטיווע פּרעסע האָט דערשנאַפּט די "נײַעס" פֿונעם קאָנסול, איז געוואָרן היימלעך אין לאַנד. "האַ?! — די ייִדישע בעסטיעס הרגענען קריסטן פֿאַר זייערע פֿאַנאַטישע צוועקן!.. און דאָס דערלאָזט מען?!"

הכּלל, די אַנטיסעמיטן האָבן גערודערט... און ס'האָבן נישט געהאָלפֿן די באַווײַזן פֿון רבנים און ייִדישע געלערנטע, אַז שפּײַזן מיט בלוט טאָרן ייִדן נישט עסן. צו די שׂונאי־ישׂראל האָבן די דאָזיקע אַרגומענטן נישט גערעדט... מילא, וואָס איז דאָ צו רעדן, דער עלילת־דם אין ראָדאָס און דמשׂק און די ברוטאַלע אויספֿאָרשונגען פֿון די אַרעסטירטע ייִדן, האָט אויפֿגערודערט די ייִדן אין דער וועלט. די ייִדישע פּרעסע האָט געשטורעמט! — אַן עלילת־דם אין סאַמע 19טן יאָרהונדערט? עפּעס גייען מיר צוריק צום מיטל־עלטער...

די עלילת־דם־מעשׂה האָט דעם ייִד קרעמיע אויפֿגעקאָכט. און ער האָט זיך צערודערט! און אַז זײַנע אינטערווענצן בײַ דער סירישער מאַכט האָבן נישט געהאָלפֿן, איז ער אַוועק קיין לאָנדאָן צו משה מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) און זיי האָבן געפּועלט בײַם ענגלישן פּרעמיער־מיניסטער אַן אינטערווענץ בײַם טערקישן סולטאַן. קורץ פֿון דער זאַך: נאָך אויפֿקלערונגען און גלײַכשטעלונגען, האָט דער טערקישער סולטאַן באַפֿוילן צו באַפֿרײַען די אַרעסטירטע ייִדן, ווײַל דער עלילת־דם איז אַן אַנטיסעמיטיש שטיקל אַרבעט, אַן אויסטראַכטעניש פֿון אַלטע צײַטן. און ער האָט פֿאַראָרדנט — די אומשולדיקע ייִדן פֿון ראָדאָס און דמשׂק זאָל מען אומבאַדינג רעהאַביליטירן! נאָכן אָפּגעהאַלטענעם נצחון האָט זיך דער טײַערער ייִד קרעמיע גענומען שליסן די פּיסקעס פֿון די אַנטיסעמיטן.

די עלילת־דם־געשיכטע האָט דעם ייִד קרעמיע דערשיטערט. די אַנטיסעמיטן שלאָפֿן נישט! און ער האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז ס'איז נייטיק צו שאַפֿן אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿונעם פֿראַנצויזישן ייִדנטום; אַן אינסטיטוציע וואָס זאָל נעמען אין שוץ, פֿאַרטיידיקן דעם כּבֿוד פֿון די מיזרח־ייִדן מיט די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע בתוכם, זיי העלפֿן אין אַ נויט פֿון הונגער און קרענק, און דער עיקר — זיי אַ שטויס טאָן אויף מאָדערנע וועגן, ווערן פּראָדוקטיווע, נוצלעכע מענטשן בכדי מיט איבערצײַגונגען ווירקן צו עמאַנציפּאַציע און פּטור ווערן צו לעבן אונטער אויסנאַם־געזעצן.

דעם אָ געדאַנק זײַנעם האָט קרעמיע פֿאָרגעשטעלט אַ ריי וויכטיקע מנהיגים פֿון פֿראַנצויזישן ייִדנטום, און אין יאָר 1860 איז די "אַליאַנס־איזראַעליט אוניווערסאַל" (כּל ישׂראל חבֿרים) געוואָרן אַ יש. דאָס ערשטע האָט די "אַליאַנס" זיך אַ נעם געטאָן צו שאַפֿן אַ נעץ שולן — דער עיקר פֿאַכשולן — דאָס ייִדישע יונגוואַרג זאָל זיך לערנען, זיך מאָדערניזירן, אַרײַנבאַקומען אין די הענט אַרײַן אַ פֿאַך. די ערשטע שול האָט די "אַליאַנס" געגרינדעט אין מאַראָקאָ גלײַך אין 1862, און עטלעכע חדשים שפּעטער האָט די "אַליאַנס" געגרינדעט אין מאַראָקאָ אַ מיידלשול — אַ גרויסע נײַעס צו יענער צײַט דאָרטן! אין 1870 האָט די "אַליאַנס" געגרינדעט די אַגראַרשול "מיקווה־ישׂראל" אין פּאַלעסטינע. נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט די "אַליאַנס" געשאַפֿן שולן אין ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ און טבֿריה. די טעטיקייט פֿון דער "אַליאַנס" האָט געמאַכט אַ רושם, און ס'האָבן זיך געשאַפֿן פֿיליאַלן פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע אין אַ ריי מדינות אין מערבֿ־אייראָפּע. צענדליקער טויזנטער ייִנגלעך און מיידלעך זענען פֿון די "אַליאַנס"־שולן אַרויס ווירדיקע ייִדישע מענטשן. לאָמיר באַטאָנען, אַז די נשמה פֿון דער "אַליאַנס"־אינסטיטוציע, איר פּרעזידענט, איז געווען קרעמיע זינט 1863 ביז זײַן טויט.

מען דאַרף געדענקען, אַז אַדאָלף קרעמיע איז געווען נישט נאָר דער "שׂר־הגדול ליהודים"; ער איז אויך געווען אַ פּאָליטיש־ליבעראַלע פֿיגור אין פֿראַנקרײַך. בעת דער איבערקערעניש אין יאָר 1848 האָט ער געהאָלפֿן אויפֿשטעלן די רעפּובליק און געוואָרן יוסטיץ־מיניסטער און ער האָט אַרײַנגעפֿירט אַ ריי נײַעסן פֿון ליבעראַלן כאַראַקטער. ער האָט די ייִדן פֿון אַלזשיריע (אַ פֿראַנצייזישע קאָלאָניע בשעתּו) דערלאַנגט די גלײַכע רעכט מיט אַלע פֿראַנצויזן אין לאַנד.

אַדאָלף קרעמיע איז געווען אַ וויכטיקער ייִדיש־פֿראַנצויזישער מענטש.