- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ מאָל, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָליטיש-אַפֿיליִיִרטע, סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע וועגן דעם מין סאָציאַליזם, וואָס זי איז געווען גרייט אונטערצוהאַלטן. תּחילת, האָט מען געפּסלט אַלץ, וואָס האָט אַפֿילו נאָר אַ ביסל געשמעקט מיט ציוניזם צי אַן אַנדער סאָרט נאַציאָנאַליזם. רק אינטערנאַציאָנאַליזם — אַזאַ איז געווען די "גענעראַל-ליניע" פֿון דער צײַטונג. אמת, אין די הענט פֿון דעם פּראַגמאַטיקער אַב. קאַהאַן איז עס אָפֿט מאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַליזם מיט אַן אויג אויף דער שטימונג, וועלכע האָט געהערשט צווישן די לייענער. און טאָמער די לייענער האָבן אויף עפּעס אַן ענין געקוקט דווקא מיט ייִדישע אויגן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קאָרעגירט זײַן קורס, אַרויסרופֿנדיק דערמיט אַ שטורעם צווישן דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן.
אוצרות פֿון ייִדישן וואָרט
Treasures of Yiddish Prose -
דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל. אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. אַן אייגנאַרטיקער פֿילם־נוסח פֿון שעקספּירס באַוווּסטער טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" האָט פֿאַראַכטאָגן זונטיק געהאַט זײַן פּרעמיערע אויפֿן יערלעכן "ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל", און האָט צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם, אַז ס׳איז גלײַך אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן. די סיבה פֿאַרן אינטערעס אין דעם פֿילם, וואָס הייסט "ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש", איז, אַ פּנים, צוליב די אַקטיאָרן: ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ליבעראַל־חסידישע און געוועזענע חסידישע יונגע לײַט — אַ זעלטענע זאַך אין אַן אַמעריקאַנער הויפּטפֿילם. די קעמפֿנדיקע משפּחות מאָנטעגיו און קאַפּיולעט זענען דאָ פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַמף צווישן די סאַטמערער און די ליובאַוויטשער, און די פּאָעטישע שורות פֿון שעקספּיר דעקלאַמירן די העלדן אויף אַ "הײַמישן" חסידישן ייִדיש. ס׳איז מסתּמא אויך דאָס ערשטע מאָל, וואָס ראָמעאָ טראָגט ברילן...
David Assaf. מעשׂיות וועגן נסים און ניפֿלאָות פֿון חסידישע רביים געהערן צו דעם סאַמע קערן פֿון חסידישער ליטעראַטור. איבערגעניצעוועט, פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט האָבן זיי אויך געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. די מחברים, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, דײַטשיש און אַנדערע לשונות, האָבן צוגעפּאַסט די דאָזיקע מעשׂיות צו אידעיִשע השׂגות און עסטעטישן געשמאַק פֿון זייער סבֿיבֿה. דערבײַ האָט מען ניט זעלטן באַזײַטיקט און פֿאַרווייכערט יענע פּרטים, וואָס זײַנען געווען צו גראָב פֿאַרן מאָדערנעם לייענער. דער ייִדישער היסטאָריקער יונתן פֿראַנקעל ז"ל האָט געשריבן, אַז די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "אַ ניט קיין גרינגע פֿאַראייניקונג" פֿון די וועטעראַנען פֿון דער צײַטונג און די נײַע, בונדיסטישע כּוחות. זינט אויגוסט 1901, ווען אויף דער מאַפּע פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן האָט זיך באַוויזן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, איז דער "פֿאָרווערטס" אַרײַן אין איר אינפֿראַסטרוקטור. אָבער קיין סאָציאַליסטישער מאָנאָליט איז די צײַטונג קיין מאָל ניט געוואָרן. צווישן איר מיטאַרבעטער זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט גאָר פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן פּאָליטיק, קולטור וכ'. און ווי פֿראַנקעל האָט עס באַשריבן, איז די שאַרפֿסטע גרענעץ אַדורך צווישן דער אַלטער סאָציאַליסטישער גוואַרדיע און דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט בדרך-כּלל געהערט צום בונד. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", ווײַל אין איר ווערן דערקלערט אַ גאַנצע ריי מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו: "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי" — "ואלה המשפּטים אַשר תּשים לפֿניהם". דער ערשטער פּסוק פֿון דער סדרה קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך, ווען מיר האָבן געלייענט די צען געבאָט. רש״י דערקלערט, אַז די תּורה וויל אונדז דאָ זאָגן, אַז די מיצוות פֿונעם ריכטיקן מישפּט צווישן די מענטשן קומען פֿאַרן באַרג סיני, אַזוי ווי די צען געבאָט. זעלטן ווען, קומט אַרויס אַ נומער פֿון אַ זשורנאַל אָפּגעגעבן אין גאַנצן צו ייִדישע לידער. דעם אמת געזאָגט, געדענק איך נישט, אַז אַפֿילו איין נומער פֿון וואָס פֿאַר אַ מין זשורנאַל, זאָל דאָס טאָן. אָבער די טעמע פֿונעם האַרבסטנומער, 2010, Journal of Synagogue Music נעמט אַרײַן בלויז אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן מכּוח ייִדישע לידער, און בפֿרט, פֿאָלקסלידער. דער רעדאַקטאָר יוסף לעווין שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז ער האָט אַן השערה, אַז כאָטש דאָס ייִדישע לשון ווערט הײַנט אָפּגעשוואַכט, ווערט דאָס ייִדישע ליד אַ וויכטיקער טייל פֿון דער נײַער וועלטלעכער, פּראָגרעסיווער אידענטיטעט בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט. הלוואַי וואָלט דאָס געווען אמת — די דערקלערונג איז אַן איבערגעטריבענע. אָבער, אמת איז, אַז אַ נײַע אָפּשאַצונג קומט פֿאָר הײַנט פֿון ייִדישע לידער פֿון אַ נײַעם עולם. די, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט אַ פֿעסטער מלאָכה, ווערן אָנגערופֿן אויף ייִדיש "לופֿטמענטשן". הגם דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַן איראָנישן טעם, באַשרײַבט עס עטלעכע מינים שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, גוטע און שלעכטע. אינעם יאָר 1901, האָט דער באַקאַנטער קאָנטראָווערסאַלער ציוניסטישער דענקער מאַקס נאָרדוי אָנגעשריבן אַ בריוו אויף דײַטש, וווּ עס ווערט קריטיקירט דער לעבנסשטייגער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט געטענהט, אַז דאָס לעבן אין גלות האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ "לופֿטפֿאָלק" פֿון "לופֿטמענטשן". נאָרדויס ווערק, בפֿרט זײַן בוך "דעגענעראַציע", זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ טיפֿער שׂינאה צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי אַ "דעגענעראַטישע". אַ צאָל פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטימאָלאָגיע האַלטן, אַז נישט געקוקט אויף נאָרדויס געדאַנקען, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די נאַציס, האָט ער געשאַפֿן דאָס וואָרט "לופֿטמענטש". פֿאַראַן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ גאַסן, וואָס טראָגן דעם נאָמען "קרעמיע". דעם כּבֿוד האָט דער ייִד, דער "שׂר־הגדול ליהודים", ווי ייִדן האָבן אים באַקרוינט, כּשר פֿאַרדינט: אַ לעבן לאַנג האָט ער פֿאַרטיידיקט דעם ייִדישן כּבֿוד אין פֿראַנקרײַך און מחוץ פֿראַנקרײַך. קרעמיע איז אויך געווען אַ גרויסער מלוכה־מאַן — ער האָט אומדערמידלעך געאַרבעט פֿאַר אַ ליבעראַל פֿראַנקרײַך. הקיצור, צו די 130 יאָר פֿון זײַן טויט איז כּדאַי וועגן אים צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. לאָמיר גיין מיט אַ סדר און אָנווײַזן אייניקע וויכטיקע מעשׂים פֿון דעם גרויסן ייִדישן מענטש. "ס'ברענט!", פֿון שלום–עליכם (דרײַ מאָנאָלאָגן: "דאָס טעפּל", "דער נישׂרף" און "דער טלית–קטן"). ד.וו.ד.–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, פּראָדוצירט דורכן "לופֿט–טעאַטער", שטראַסבורג 2010, מיט אונטערשריפֿטן אויף ענגליש. דויער: 1 שעה. מיט אַ ביסל מער ווי אַ יאָר צוריק האָט אונדז דער אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער באַשאָנקען מיט אַן אויסערגעוויינטלעכן ד.וו.ד.–פֿילם: זײַן אויסטײַטשונג פֿון פּרצעס באַרימטער דערציילונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". הײַנט קומט ער אַרויס מיט אַ צווייטן שטאַרקן אויפֿטו: דרײַ פֿון שלום–עליכמס סאַמע באַליבטע מאָנאָלאָגן. ווי דעמאָלט, גייט עס נישט אין קיין פֿאָרלייענונג, נאָר אין אַן אמתן לעבעדיקן איין–פּערזאָניקן בינע–ספּעקטאַקל מיט אַלע זײַנע חנען. דער אַרגענטינער געבוירענער קינסטלער, וואָס האָט געלעבט אין ישׂראל, געענדיקט זײַן אויסשולונג אין פּאַריז און וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין שטראַסבורג, פֿירט אַזוי ביסלעכווײַז אויס אַן עקשנותדיקן פּראָיעקט: צו ברענגען דאָס בעסטע פֿון אונדזערע קלאַסיקערס צום הײַנטיקן פּראָבלעמאַטישן ייִדיש–עולם. מיט 60 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1951, האָט מען אין ריגע, דער הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, אַרעסטירט דעם ייִדישן שרײַבער מאַרק (משה) ראַזומני. די מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט אַרײַנגענומען אין איר "אַרבעט" נאָך איין ייִדישן אינטעלעקטואַל, וועמענס נאָמען ווערט הײַנט דערמאָנט זייער און זייער זעלטן. אמת, קיין שרײַענדיקן ליטעראַרישן נאָמען האָט ראַזומני ניט געהאַט אויך אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, 1896—1988. טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיטן כאַראַקטער גופֿא פֿון זײַן שאַפֿערישער פּראָדוקציע, וואָס איז ניט געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן. דערצו נאָך האָט ער געוווינט אין אַן אָרט, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָווינץ אויף דער ייִדישער מאַפּע, אַ פּראָווינץ אין פֿאַרגלײַך ניט בלויז מיט פּוילן, סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך אַפֿילו מיט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך. |