|
סידאָר בעלאַרסקי |
|
זעלטן ווען, קומט אַרויס אַ נומער פֿון אַ זשורנאַל אָפּגעגעבן אין גאַנצן צו ייִדישע לידער. דעם אמת געזאָגט, געדענק איך נישט, אַז אַפֿילו איין נומער פֿון וואָס פֿאַר אַ מין זשורנאַל, זאָל דאָס טאָן. אָבער די טעמע פֿונעם האַרבסטנומער, 2010, Journal of Synagogue Music נעמט אַרײַן בלויז אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן מכּוח ייִדישע לידער, און בפֿרט, פֿאָלקסלידער. דער רעדאַקטאָר יוסף לעווין שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר, אַז ער האָט אַן השערה, אַז כאָטש דאָס ייִדישע לשון ווערט הײַנט אָפּגעשוואַכט, ווערט דאָס ייִדישע ליד אַ וויכטיקער טייל פֿון דער נײַער וועלטלעכער, פּראָגרעסיווער אידענטיטעט בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט. הלוואַי וואָלט דאָס געווען אמת — די דערקלערונג איז אַן איבערגעטריבענע. אָבער, אמת איז, אַז אַ נײַע אָפּשאַצונג קומט פֿאָר הײַנט פֿון ייִדישע לידער פֿון אַ נײַעם עולם.
דער זשורנאַל הייבט זיך אָן מיט אַ קלאַסישן אַרטיקל פֿונעם חזן מאַקס וואָלבערג, צו ערשט געדרוקט אין 1977—1978 וועגן דער השפּעה פֿון די מעלאָדיעס אין דער סינאַגאָגע אויפֿן ייִדישן פֿאָלקסליד. אַבֿרהם־צבֿי אידלזאָן איז געווען דער ערשטער פֿאָרשער צו שרײַבן וועגן דער השפּעה, און האָט אַנאַליזירט זײַן גרויסע זאַמלונג פֿאָלקסלידער מיט דעם געדאַנק. ניצנדיק מנחם קיפּניסעס, י. ל. כּהנס און אידלזאָנס זאַמלונגען באַווײַזט וואָלבערג ווי דאָס פֿאָלקסליד אויף ייִדיש האָט "גענאַשט", נאָכגעמאַכט, געליגן פֿון די ניגונים אין דער סינאַגאָגע, ספּעציעל ווען מע האָט געוואָלט אויסדריקן עלנטקייט און טרויער.
אין אַן אַנדער אַרבעט אינעם זשורנאַל, שרײַבט דער הויפּט־מוזיקאַלישער פֿאָרשער בײַם "חורבן־מוזיי" אין וואַשינגטאָן, ברעט טשאַרלס ווערב, וועגן "די חזנישע עלעמענטן אין רומשינסקיס פֿריסטע לידער (1910—1919). שוין אין זײַנע 20ער יאָרן איז יוסף רומשינסקי (1881—1956) געווען דער אָנפֿירנדיקער קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ווערב אַנאַליזירט מוזיקאַליש עטלעכע לידער פֿון רומשינסקין, ווי "מאַמעניו" (1910), "צוריק קיין ציון" (1915) און לייגט פֿאָר רומשינסקין ווי דער שאַפֿער פֿון אַ מין "ייִדישער פּאָפּ־מוזיק", וואָס איז געוואָרן דער סטאַנדאַרד אין אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער.
דער רעדאַקטאָר יוסף לעווין האָט בײַגעשטײַערט צום נומער מיט זײַן אייגענעם אַרטיקל וועגן ייִדישע טאַנצלידער. י. ל. כּהן האָט אָנגעהויבן צו פֿאָרשן דעם אינטערעסאַנטן ענין, און הײַנט, געפֿינען זיך ייִדישע טאַנצלערער, וועלכע זענען גאָר נײַגעריק צו באַגלייטן זייערע טענץ מיט לידער, כּדי זיי אַ ביסל מער לעבעדיק צו מאַכן. אינעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעישן שטעטל, ווי כּהן האָט געשריבן, האָבן די יונגע־לײַט געטאַנצט אָן אינסטרומענטאַלער באַגלייטונג, בלויז מיט געזאַנג־באַגלייטונג. לעווין באַטראַכט די לידער און די טענץ אינעם רעפּערטואַר.
פּראָפֿ׳ פֿיליפּ באָלמאַן פֿון שיקאַגע, האָט אין זײַן בוך "די פֿאָלקסלידער פֿון אַשכּנז" אויסגעדריקט זײַן אומצופֿרידנקייט מיטן פֿאַקט, וואָס אַ נײַער דור האָט אויפֿגעלעבט די קלעזמער־מוזיק, אָבער פֿאַרזען די ייִדישע מוזיק פֿון די דײַטשע ייִדן. זײַן פּיאָנעריש ווערק, געשריבן צוזאַמען מיטן דײַטשן פֿאָלקלאָריסט אָטאָ האָלצאַפּפֿעל, און וואָס מיר האָבן רעצענזירט אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען דאָס ערשטע צו פֿאַרגלײַכן ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. דער עסיי אינעם זשורנאַל "פֿאָלקסלידער און די פֿראַגמענטן פֿון אַ בשותּפֿותדיקער אַשכּנזישער קולטור" איז אַ באַאַרבעטונג פֿונעם אַרײַנפֿיר צום בוך און הייבט אַרויס אינטערעסאַנטע קשיות וועגן די עלעמענטן פֿון פֿאָלקסלידער בײַ ייִדן און דײַטשן.
די חזנטע דזשאַנעט לויכטער איז גוט באַקאַנט דעם ניו־יאָרקער עולם ווי אַ וווּנדערלעכע זינגערין. ווייניקער באַקאַנט איז דער פֿאַקט, וואָס זי האָט איר מאַגיסטער־אַרבעט געשריבן וועגן ייִדישע רעליגיעזע לידער. די קאַטעגאָריע "רעליגיעזע לידער" אויף ייִדיש איז נישט קיין פֿעסטע, שרײַבט זי, און זי שרײַבט וועגן די זאַמלונגען פֿון אַזוינע לידער במשך פֿון די יאָרן. אַ סך פֿון די לידער האָבן אַזאַ גרויסן לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט, אַז זי האָט ספֿקות, צי מע קען זיי אַפֿילו פֿאַררעכענען ווי יִדישע לידער.
לײַכטער האָט זיך אויך צוגעהערט צו די פֿאַראַנענע זאַמלונגען פֿון רעקאָרדירונגען פֿון אַזוינע לידער. צי דאָס וואָס חסידים זינגען הײַנט, און האַלטן פֿאַר אַן אַלטן רעפּערטואַר איז טאַקע אַלט, בלײַבט אַ שאלה. לײַכטער שטעלט זיך אָפּ לענגער אויפֿן ליד "צדה לדרך" כּדי צו אַנאַלזירן דעם טעקסט און די מוזיק.
די אַרבעט "די ראָלע פֿון ליד אינעם חסידישן לעבן־שטייגער" פֿון אסתּר־באַסיע ווײַסמאַן באַהאַנדלט אויך דעם חסידישן רעפּערטואַר, אָבער בלויז די פֿרויען־וועלט. ווײַסמאַן האָט אַנטדעקט אַן אוצר פֿון הײַנטצײַטיקער שאַפֿערישקייט, וואָס די "דרויסנדיקע" וועלט ווייסט אין גאַנצן נישט. צוליב "קול אישה" האָט מען כּמעט גאָרנישט פֿונעם פֿרויען־רעפּערטואַר געזאַמלט און אַנאַליזירט.
די לידער פֿון די חסידישע קינדער, און שפּעטער, פֿון מער דערוואַקסענע מיידלעך, ווערן געשאַפֿן אָן אַ צאָל, און די אַרבעט וואָס ווײַסמאַן טוט איז גאָר וויכטיק, ווײַל קיין פּראָפֿעסיאָנעלע רעקאָרדירונגען פֿון די לידער וועלן קיין מאָל נישט אַרויסקומען. אויך אינטערעסאַנט איז דער פֿאַקט, וואָס אין געוויסע פּרטים זענען די הײַנטיקע חסידים שטרענגער אין זייער אויסטײַטש פֿון הלכה ווי עס זענען געווען זייערע זיידע־באָבעס אין מיזרח־אייראָפּע.
איין אַרבעט אינעם זשורנאַל באַטראַכט דעם זינגער מער ווי די לידער; דאָס איז דזשאָעל קאָלמאַנס אַרטיקל "פֿאַר וואָס סידאָר בעלאַרסקי איז געווען באַליבט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן". סידאָר בעלאַרסקי (1898—1975) איז געקומען פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע אין 1930. ער האָט נישט געזונגען אינעם ייִדישן טעאַטער און זיך געהאַלטן, דער עיקר, ווי אַן אויסטײַטשער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־ און קונסטלידער. אין דעם פּרט איז ער געווען אַן אויסנאַם אין דער ייִדישער קולטורוועלט. דער מחבר האַלט, אַז די לידער וואָס בעלאַרסקי האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן רעפּערטואַר האָבן טיף באַרירט דעם אַמעריקאַנער אימיגראַנט; לידער וועגן אָרעמקייט, אַ שווער לעבן, אַנטיסעמיטיזם, אַמאָליקע משפּחות, און נאָסטאַלגיע.
|
סײַ דער זינגער סידאָר בעלאַרסקי, סײַ דער פּאַראָדיסט מיקי קאַץ זענען די טעמעס פֿון עסייען אינעם נומער פֿון Journal of Synagogue Music |
|
הרבֿ גרשון פֿרידלין שרײַבט וועגן דעם זינגער מיקי קאַץ (1909—1985), אַ "באָרשט־בעלט"־קאָמיקער, וואָס איז געווען פֿון די באַקאַנטסטע לידער־פּאַראָדיסטן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדיש־ענגלישער קולטור. די אַמאָליקע פּאַראָדיסטן, וואָס האָבן געניצט ייִדיש בלויז פֿאַר געלעכטער, ווערן הײַנט ווידער באַטראַכט ווי עכטע שאַפֿערישע קינסטלער. פֿרידלין מײַדט נישט אויס דעם ענין פֿון גראָבקייט אין דעם הומאָר בײַ קאַצן און באַמיט זיך צו פֿאַרשטיין זײַנע לידער אין זײַן אָרט און צײַט.
בכלל זענען די מאַטעריאַלן אינעם זשורנאַל־נומער כּדאַי צו לייענען, כאָטש דרײַ פֿון זיי האָט מען איבערגעדרוקט פֿון פֿריִערדיקע פּובליקאַציעס. מיר קוקן אַרויס אויף נאָך שטודיעס וועגן ייִדישע לידער אינעם חשובֿן זשורנאַל.