|
אהוד ברק |
Credit: Getty Images |
דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל.
אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. און געמאַכט האָט ער דאָס ווי אַן אויסגעצייכנט געלונגענע קאָמאַנדאָ־אָפּעראַציע, בײַ דער מאַקסימאַלער דיסקרעציע, מיטן עלעמענט פֿון העכסטער איבערראַשונג — אין סטיל פֿון זײַן רײַכער מיליטערישער דערפֿאַרונג אין די פֿילצאָליקע אַקציעס פֿון דער קאָמאַנדאָ־איינהייט בײַם גענעראַל־שטאַב, מיט וועלכער ער האָט אָנגעפֿירט בעת זײַן מיליטערישן דינסט.
אין איינעם אַ ליכטיקן פֿרימאָרגן האָבן אהוד ברקס חבֿרים אין "עבודה", זײַנע קאָלעגן מיניסטאָרן, דעפּוטאַטן פֿון דער פּאַרטיי אין דער כּנסת און די שוין ווייניק פֿאַרבליבענע פּשוטע מיטגלידער און אָנהענגער, זיך אויפֿגעוועקט אין אַ נײַער פּאַרטיייִשער ווירקלעכקייט. זיי האָבן זיך פּלוצעם דערזען אָן זייער מנהיג און אָן זייערע אַמטן אין דער רעגירונג, און אין די קאָמיסיעס פֿון דער כּנסת. דער אַנטלאָפֿענער מנהיג האָט מיט זיך מיטגענומען פֿיר פֿון די דרײַצן דעפּוטאַטן פֿון דער פּאַרטיי און האָט פֿאַרטיילט צווישן זיי די צוגערויבטע אַמטן אין דער רעגירונג און אין די קאָמיסיעס אין דער כּנסת.
ער האָט אָבער איין זאַך זיי דאָך איבערגעלאָזט פֿון דער גנבֿה: ער האָט זיי איבערגעלאָזט די פּאַרטיי ווי אַ נישט נוצלעכן חפֿץ. אַפֿילו דעם נאָמען אירן, וועלכער האָט שוין במילא געהאַט פֿאַרלוירן זײַן ווערט, און אַזוי אויך אירע ווערטלאָזע אַקציעס אויף דער פּאָליטישער בערזע. אין משך פֿון איין טאָג האָט ער זיך אָרגאַניזירט אין אַ נײַער פּאַרטיי פון פֿינף דעפּוטאַטן אין דער כּנסת, אונטער דעם נאָמען "עצמאות" — אומאָפּהענגיקייט. ער איז געוואָרן אומאָפּהענגיק און מוז מער נישט הערן קיין דעה פֿון אַנדערע. קיינער וועט אים מער נישט דערגיין די יאָרן, קיינער וועט מער אויף אים נישט דריקן ער זאָל פֿאַרלאָזן די קאָאַליציע פֿון נתניהו.
דער פּרעמיער נתניהו איז טאַקע געווען דער איינציקער וואָס איז געווען אַ שותּף צו ברקס שטרענגן סוד. אַזוי ווי אין דער מיליטערישער קאָמאַנדאָ־איינהייט פֿונעם גענעראַל־שטאַב, אין וועלכער זיי האָבן אַמאָל צוזאַמען געדינט.
זײַן אַרײַנטריט אין פּאָליטישן לעבן נאָך זײַן רײַכער מיליטערישער קאַריערע און דעם קורצן ציווילן פּעריאָד פֿון באַזירן זיך מאַטעריעל, איז צוגעגאַנגען צוערשט פֿרידלעך און מיט דערפֿאָלג. כּדי זיך אויסצופֿלאַסטערן דעם וועג פֿאַר זײַן פּאָליטישער קאַריערע, האָט ער זײַן ערשטן סטראַטעגישן שריט געריכטעט צו די פּאָטענציעלע וויילערס, בעטנדיק מחילה בײַ די מיזרח־עדה’ס און אַנטשולדיקנדיק זיך פֿאַר זייער דיסקרימינאַציע און פֿאַר די באַגאַנגענע עוולות, וואָס זיי האָבן געליטן מצד דער "אשכּנזישער עליטע".
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל ווי אהוד ברק איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פּאָסטן. ער איז טאַקע אויפֿגעוואַקסן און איז דערצויגן געוואָרן אין מפּא"יִשן קיבוץ משמר השרון, אָבער זינט ער איז, אין נאָוועמבער 1959 געוואָרן אײַנווערבירט אין צה"ל, איז ער שוין דאָרט פֿאַרבליבן ביז דעם 1טן יאַנואַר 1995; געמאַכט דאָרט אַ מיליטערישע קאַריערע ביז דעם העכסטן גראַד ווי דער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב; איז באַלוינט געוואָרן מיט דער גרעסטער צאָל מעדאַלן און אויסצייכענונגען און צווישן זיי, די העכסטע פֿאַר געוואַגטקייט און גבֿורה. אין דער צײַט, אויפֿן וועג צום העכסטן שפּיץ פֿון זײַן מיליטערישער קאַריערע, האָט ער אויך געדינט אַ צײַט ווי אַ קאָמאַנדיר אין דער עליטאַרער קאָמאַנדאָ־איינהייט פונעם גענעראַל־שטאַב צוזאַמען מיט זײַן איצטיקן נאָענטסטן שותּף בנימין נתניהו, דעם פֿירער פֿון "ליכּוד" און פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער איצטיקער רעגירונג, מיט וועמען ער טיילט הײַנט די זעלבע מיליטאַריסטישע וועלט־אויפֿפֿאַסונג, וועלכע ער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך אין די פֿיר צענדליק יאָר פֿון זײַן מיליטערישן דינסט.
ווי דער שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב, האָט ער זיך אַרויסגעזאָגט קעגן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, הגם ער האָט לאָיאַל אויסגעפֿירט די באַשלוסן פֿון דער ראַבין־רעגירונג. אָבער זײַן מיליטאַריסטישע וועלט־אויפֿפֿאַסונג און זײַן אַראָגאַנטישע האַלטונג האָבן אים באַגלייט אין זײַן פּאָליטישער קאַריערע, וואָס ער האָט אָנגעהויבן נאָכן פֿאַרלאָזן די מיליטערישע אַרענע. אין זײַן צווייטן יאָר ווי שעף פֿון גענעראַל־שטאַב האָט אים דער יונגער עסקן פֿון "ליכּוד", צחי הנגבי (הײַנט אין "קדימה"), צוגעקלעפּט דעם צונאָמען "אהוד ברח" — אהוד איז אַנטלאָפֿן — באַשולדיקנדיק אים אין איבערלאָזן אויפֿן פֿעלד אַ פאַרוווּנדעטן סאָלדאַט, איינעם פֿון די פֿינף הרוגים און זעקס פֿאַרוווּנדעטע בעת אַ געהיימען מאַנעווער פֿון רעפּעטירן אַ קאָמאַנדאָ־אַטענטאַט קעגן דעם איראַקישן הערשער סאַדאַם כוסיין. דער דעמאָלטדיקער מדינה־קאָנטראָלער האָט ברקן ריינגעוואַשן פֿון דער באַשולדיקונג.
אָבער דער צונאָמען איז אים געבליבן און איז געוואָרן איבערגעחזרט ווען ער איז צום ערשטן מאָל אַדורכגעפֿאַלן אין די וואַלן פון 6טן פֿעברואַר 2001, גענוי מיט צען יאָר צוריק, און האָט פֿאַרלוירן די מאַכט נאָך דער קירצסטער קאַדענץ. ער איז אַוועק מאַכן ביזנעס פֿאַר זיך און האָט איבערגעלאָזט די פּאַרטיי אויף הפֿקר, אָן אַ פֿירערשאַפֿט און מיט ריזיקע חובֿות. זײַן דורכפֿאַל אין יענע וואַלן איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון דער גאַנצער קייט פֿון שווערע דורכפֿאַלן פֿון זײַנע פּאָליטישע גענג.
דאָס 2000סטע יאָר איז געווען אַ יאָר פֿון גרויסע האָפֿענונגען און שווערע אַנטוישונגען. אין אָנהייב פֿון דעם יאָר האָבן זיך אָנגעהויבן און זײַנען דורכגעפֿאַלן די געשפּרעכן וועגן גולן מיט דעם פֿריִערדיקן פּרעזידענט פֿון סיריע, כאַפֿעז על־אַסאַד, וועלכער איז געשטאָרבן יענעם זומער, און עס האָט זיך נישט אײַנגעגעבן זיי צו באַנײַען מיט זײַן זון. אין יולי דעם זעלבן יאָר האָט פּרעזידענט קלינטאָן צוזאַמענגערופֿן אין קעמפּ דייוויד די געשפּרעכן צווישן אהוד ברקן און יאַסער אַראַפֿאַטן. די געשפּרעכן אַרום קלינטאָנס ווײַטגייענדיקן שלום־פּלאַן זײַנען שוין געווען כּמעט רײַף — צום חתמנען אַ שלום־אָפּמאַך. זיי זענען אָבער דורכגעפֿאַלן בעת יעדער צד האָט באַשולדיקט דעם אַנדערן און ברק האָט דעמאָלט געוואָרפֿן אין דער לופֿט דעם סלאָגאַן, אַז ישׂראל האָט נישט קיין שותּף צו אַ שלום: אַראַפֿאַט איז נישט קיין פּאַרטנער. אין סעפּטעמבער 2000 איז אויסגעבראָכן די צווייטע אינטיפֿאַדע — נאָכן אויפֿמאַרש פֿון אריאל שרונען (מיט ברקס דערלויבעניש) אויפֿן הר הבית און די אומרוען אין די אַראַבישע ייִשובֿים אין גליל מיט 13 הרוגים — אַלע אַראַבער, ישׂראלדיקע בירגער. אין יאַנואַר 2001 זײַנען באַנײַט געוואָרן די געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער אין טאַבאַ און עס האָט שוין ווידער געהאַלטן בײַם אָט־אָט... האָט דאַן ברק באַשלאָסן, אונטערן דרוק פֿון די רעכטע פּאַרטייען, דורכצופֿירן צוגעאיילטע וואַלן. אין די וואַלן פֿון 6טן פֿעברואַר 2001 האָט שרון אָפּגעהאַלטן זײַן גרויסן נצחון.
די איינציקע היסטאָרישע "מיצווה" פֿון ברקס קורצער קאַדענץ איז געווען — דאָס אַרויסציִען פֿון לבֿנון די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות אין מײַ 2000, נאָך 18 יאָר, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער ערשטער לבֿנונישער מלחמה. ווי געזאָגט, האָט ברק נאָך זײַן דורכפֿאַל אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט און האָט איבערגעלאָזט זײַן פּאַרטיי אויף הפֿקר.
פֿיר יאָר האָט אהוד ברק "געטאָן פֿאַר זיך". אויסנוצנדיק זײַנע אָנגעזאַמלטע באַקאַנטשאַפֿטן מיט די ביזנעס־מאַגנאַטן פֿון דער וועלט, האָט אהוד ברק אָנגעשאַרט קאַפּיטאַלן, וואָס האָבן דערמעגלעכט דעם געוועזענעם קיבוצניק און מיליטערמאַן, וואָס זײַן מוטער לעבט אַ באַשיידן לעבן אין קיבוץ, צו "מאַכן אַ לעבן" אין די מיליאָנערישע האָטעלן אויף דער וועלט און זיך אײַנצושאַפֿן אין תּל־אָבֿיבֿ אַ וווינונג אין דעם היפּער־לוקסוסדיקן "אַקיראָוו־טורעם", רעפּרעזענטירנדיק אַ "סאָציאַליסטישע" אַרבעטער־באַוועגונג, וועלכע האָט שוין פֿון לאַנג פֿון זיך אַראָפּגעשלײַדערט דעם סאָציאַליזם און דעם אַרבעטער־בגד. ווי אַזעלכער, און אין זכות פֿון דער פּאַרטיי, איז ער איינער פֿון די וויצע־פֿאָרזיצערס פֿון סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל.
עס זעט נישט אויס, אַז דאָס פֿאָלק זאָל האָבן זייער שטאַרק געבענקט נאָך אים ווען ער האָט אין יולי 2004 אויף אַ ברוטאַלן אופֿן זיך ווידער אַרײַנגעריסן אין דער פּאַרטיי. ער איז ווידער געוויילט געוואָרן ווי איר פֿאָרזיצער און האָט זיך נאָמינירט ווי זיכערהייטס־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון עמיר פּרץ אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. און — אַזוי ווי אין דעם פֿריִערדיקן פֿאַל, ווען ער האָט דורך זײַן קאָמאַנדאָ־סיסטעם און דעם וואַל־מאַנעווער פֿאַרטאַכליעוועט די סאַמע גינציקסטע געלעגנהייט צו דערפֿירן צו אַ שלום — אַזוי האָט ער אויך דאָ אַראָפּגעשלײַדערט דעם שלום־צוג פֿון די רעלסן דערפֿירנדיק ווידער צו פֿריצײַטיקע וואַלן און צו דער באַזײַטיקונג פֿון אהוד אָלמערטן ווען ער און אַבו מאַזען זענען שוין געווען אַזוי ווי קיינמאָל נישט נאָענט צום אונטערשרײַבן דעם שלום, וועלכער האָט זיך ווידער אַרויסגעגליטשט פֿון דער האַנט, ווי עס איז הײַנטיקע וואָך געוואָרן אַנטפּלעקט אין די אַרויסגעטריפֿטע און פֿאַרעפֿנטלעכטע 1,600 דאָקומענטן פֿון "וויקיליק" און איז געוואָרן די איבערראַשנדיקע רעוועלאַציע אין מיטעלן מיזרח.
דער קאָמאַנדאָ־פּוטש פֿון אהוד ברקן איז נישט דער ערשטער איבערקער אויף דער היגער פּאָליטישער מאַפּע. עס האָט עס שוין פּרובירט טאָן בנימין נתניהו ווען ער האָט געוואָלט זיך אָפּשפּאַלטן מיט זײַנע 12 דעפּוטאַטן פֿון דעם "ליכּוד" פֿון אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אריאל שרון, און איז דורכגעפֿאַלן. עס האָט דאָס שוין אויך געטאָן אריאל שרון אַליין, ווען ער האָט זיך אָפּגעטיילט פֿונעם "ליכּוד" און געשאַפֿן די "קדימה". אָבער עס איז דאָך נישט דאָס זעלבע. הגם די "עבֿודה" האָט שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן איר סאָציאַלע "אַגענדע", האָט איצט דער קיבוצניק ברק זיך אין גאַנצן אָפּגעטרײַסלט פֿון אַלץ וואָס איז נאָך פֿון איר געבליבן און זיך סאָלידאַריזירט מיט דער אידעאָלאָגיע פֿון "ליכּוד". אָבער פֿריִער פֿאַר אַלץ האָט ער דאָס געטאָן פֿאַר זײַן פּערזענלעכן אייגננוצן, פֿאַרן ציל צו פֿאַרזיכערן זײַן בלײַבן אויף זײַן פּאָזיציע אין דער רעגירונג ווי נתניהוס נאָענטסטער שותּף.
שרון האָט מיט זײַן אַקט מצליח געווען צו פֿאַרשטאַרקן זײַן נײַ געשאַפֿענע פּאַרטיי; ברק, דאַקעגן, האָט "מצליח געווען" אַראָפּצונידערן זײַנע עלעקטאָראַלע שאַנסן צו צוויי מאַנדאַטן. אָבער די פֿאַרבליבענע 8 דעפּוטאַטן פֿון "עבֿודה", וועלכע האָבן שוין פֿאַר דעם זיך געגרייט צו שפּאַלטן זיך אויף צוויי באַזונדערע פֿראַקציעס — האָבן זיך צוריק פֿאַראייניקט און זיך פֿאַרשטאַרקט, און צוריק אויפֿהייבן די פּאַרטיי, וועלכע האָט געגרינדעט די מדינה, אויפֿן וועג צו אַ מעגלעך באַנײַטער אַלטערנאַטיווע צום רעזשים פֿון די ביביס.
עס פֿעלט זיי נאָר די אָנפֿירערשאַפֿט, וואָס איז זיך צעלאָפן פֿון דער זיך טרינקענדיקער שיף.
תּל־אָבֿיבֿ, 25סטער יאַנואַר 2011