דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
ברוך וולאַדעק
ברוך וולאַדעק
Forward Association

דער ייִדישער היסטאָריקער יונתן פֿראַנקעל ז"ל האָט געשריבן, אַז די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "אַ ניט קיין גרינגע פֿאַראייניקונג" פֿון די וועטעראַנען פֿון דער צײַטונג און די נײַע, בונדיסטישע כּוחות. זינט אויגוסט 1901, ווען אויף דער מאַפּע פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן האָט זיך באַוויזן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, איז דער "פֿאָרווערטס" אַרײַן אין איר אינפֿראַסטרוקטור. אָבער קיין סאָציאַליסטישער מאָנאָליט איז די צײַטונג קיין מאָל ניט געוואָרן. צווישן איר מיטאַרבעטער זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט גאָר פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן פּאָליטיק, קולטור וכ'. און ווי פֿראַנקעל האָט עס באַשריבן, איז די שאַרפֿסטע גרענעץ אַדורך צווישן דער אַלטער סאָציאַליסטישער גוואַרדיע און דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט בדרך-כּלל געהערט צום בונד.

די דאָזיקע גרענעץ האָט זיך זייער קלאָר אָנגעזען אין די צוויי הויפּט-פֿיגורן פֿון דער צײַטונג — דעם הויפּט-רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, און דעם הויפּט-פֿאַרוואַלטער ברוך טשאַרני וולאַדעק. צווישן זיי איז געווען אַ היפּשער אונטערשייד אין יאָרן: קאַהאַנס 150סטן יובֿל האָבן מיר אָפּגעמערקט אין 2010, און הײַיאָר, דעם 1טן יאַנואַר, איז געוואָרן 125 יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין דוקאַר, ניט ווײַט פֿון מינסק, איז געבוירן געוואָרן ברוך-נחמן טשאַרני, וואָס איז אין דער געשיכטע פֿאַרבליבן מער באַקאַנט אונטער זײַן פּויליש-קלינגענדיקן פּאַרטיייִשן פּסעוודאָנים — וולאַדעק. דער דאָזיקער נאָמען איז פֿאַרבליבן אויף דער מאַפּע פֿון ניו-יאָרק: Vladeck Houses אויף דער איסט-סײַד פֿון מאַנהעטען און דער בשכנותדיקער "וולאַדעק-פּאַרק" דערמאָנען וועגן וולאַדעקס ממשותדיקן בײַטראָג אין שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון צוטריטלעכע דירות.

קיין אַמעריקע איז וולאַדעק געקומען, סוף 1907, מיט אַ שם פֿון אַ פֿאַרהאַרטעוועטן רעוואָלוציאָנער-בונדיסט. זייער אַ פֿעיִקער מענטש בכלל, איז ער געווען אויך לינגוויסטיש באַהאַוונט, וואָס האָט אים געהאָלפֿן אינטעגרירן זיך אין דעם אַמעריקאַנער לעבן. אין דעצעמבער 1912 איז ער געוואָרן דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-ביוראָ אין פֿילאַדעלפֿיע. דאָרטן האָט ער מיט זײַן פֿרוי פֿאַרבראַכט פֿיר יאָר. וולאַדעק האָט אין פֿילאַדעלפֿיע ניט נאָר געאַרבעט — ער האָט זיך אויך געלערנט אין אַ לערער-סעמינאַר, האָט גרינטלעך אויסגעלערנט ענגליש. אין 1916 האָט ער באַקומען די שטעלע פֿון נײַעס-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג און זינט 1918 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן, דעם 30סטן אָקטאָבער 1938, געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס".

אין 1917 איז וולאַדעק אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ סאָציאַליסטישער מיטגליד פֿון דעם ניו-יאָרקער שטאָטראַט. פֿאָרגעשטעלט האָט ער דאָרטן דעם וויליאַמסבורגער דיסטריקט פֿון ברוקלין. אין דעם שטאָטראַט איז ער פֿאַרבליבן ביז 1921. אַ יאָר פֿאַר זײַן טויט, אין 1937, איז ער ווידער אויסגעקליבן געוואָרן אין דעם ראַט. גלײַכצײַטיק האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ גרויסער צאָל געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, ייִדישע און אַלגעמיינע. געפֿונען האָט ער צײַט אויך פֿאַר אַרומפֿאָרן, אין לאַנד און אין אויסלאַנד. דערצו האָט ער געשריבן פֿאַר דער צײַטונג. זײַן ליטעראַרישער עזבֿון באַשטייט ניט בלויז פֿון זשורנאַליסטישע פּובליקאַציעס, נאָר אויך פֿון לידער.

אַ היפּש ביסל איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם לאַנגיאָריקן קאָנפֿליקט צווישן קאַהאַנען און וולאַדעקן. סײַ אידעאָלאָגיש און סײַ מענטשלעך האָבן זיי געקוקט אַנדערש אויף זייער אַ סך פֿראַגעס, כאָטש פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגן זיי שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטן פֿראָנט. אַזוי איז עס געווען, למשל, אין יאָר 1921, ווען אייניקע מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע האָבן פֿאַרקערעוועט אין דער ריכטונג פֿון קאָמוניזם. קאַהאַנס און וולאַדעקס הערצער האָבן געקלאַפּט אין אוניסאָן אויך מיט פֿיר יאָר פֿריִער, ווען דער רוסישער צאַר ניקאָלײַ דער צווייטער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן טראָן. אַב. קאַהאַן האָט באַשריבן זײַן צושטאַנד אין דעם אַרטיקל "די רוסישע רעוואָלוציע פֿון נאָענטן און פֿון ווײַטן", וואָס איז אַרויס אין "פֿאָרווערטס" דעם 24סטן מײַ 1917:


שוין איבער אַ וואָך ווי מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז איבער ניקאָלײַס געוועזענעם פּאַלאַץ פֿלאַטערט די רויטע פֿאָן, און וואָס אַ טאָג ווערט די איבערראַשונג אַלץ גרעסער, דאַכט זיך.

איר זײַט פֿאַרנומען מיט אײַער אַרבעט, אָדער מיט אײַער געשעפֿט. אײַער געדאַנק איז, דאַכט זיך, פֿאַרטיפֿט אין גאַנץ אַנדערע זאַכן. און דאָך פּלאָנטערט זיך אין מוח יענע רויטע פֿאָן פֿון פּעטראָגראַד אָן אַן אויפֿהער.

און פֿון צײַט צו צײַט גיט עס אײַך פּלוצלינג אַ כאַפּ, און איר פֿאַרגעסט אָן אַלץ און איר פֿאַרטראַכט זיך וועגן דעם וואָס עס קומט איצט פֿאָר אין רוסלאַנד. [...]

אײַער האַרץ ציטערט. יעדע מינוט ווילט איר זען רוסישע חבֿרים, זיי דריקן די הענט, שרײַען, שפּרינגען ווי אַ וואַנזיניקער [צעטומלטער] פֿאַר שׂימחה.

איר קענט ניט אַרבעטן. איר וואַרפֿט אַוועק די וויכטיקסטע באַשעפֿטיקונג און איר רעדט וועגן דער רוסישער רעוואָלוציע.


גאַנץ ענלעך קלינגען די נאָטיצן, וועלכע וולאַדעק האָט דעמאָלט אָנגעשריבן, זיצדיק אין אַ צוג, אויפֿן וועג קיין פּיטסבורג. זײַנען נאָטיצן האָט ער אָנגערופֿן "מײַן גוף איז אין אַמעריקע, מײַן נשמה איז אין רוסלאַנד" (געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 27סטן מארץ 1917), וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּאַראַפֿראַז פֿון יהודה הלויס באַקאַנטער פּאָעטישער שורה: "לבי במזרח ואנוכי בסוף מערבֿ" — "מײַן האַרץ איז אין מיזרח און איך אַליין בין אין דעם סאַמע ווײַטן עק פֿון מערבֿ". אין זײַן אַרטיקל האָט וולאַדעק, בפֿרט, געשריבן:


פֿאַר אַכט יאָר האָב איך קיין איינציקן מאָל ניט אַ קוק געטאָן אויף צוריק. אַלץ פֿאָרויס האָב איך געקוקט און אַלץ אין אַמעריקע. מײַן לאַנד איז דאָ. דאָ האָב איך געלערנט און געאַרבעט. דאָ קען איך יעדן ווינקל און יעדע שטאָט. דאָ ענדלעך האָב איך אַ לאַנד, וואָס איך האָב קיין מאָל ניט געהאַט.

און מיט אַ מאָל איז אָנגעקומען יענע נײַעס, האָט ווי אַ שטורעם צעוויגט מײַן גאַנצן "איך" און אַלץ, וואָס איך הער איז נאָר פֿון דאָרטן, פֿון דעם ליכטיקן, ליבן רוסלאַנד.

אָט איז דער בית-עולם פֿון מײַן שטעטל, וווּ מײַן טאַטנס קבֿר איז, און אָט איז דער גרויסער זאַמדיקער וועג צו דער מיל, וווּ איך בין מיט דער מאַמען געגאַנגען נאָך אַ גמילת-חסד צום הויכן מילנער. אָט איז דער פּלאַץ לעבן ווילנער וואָקזאַל אין מינסק וווּ סאָלדאַטסקע קוילן האָבן אין אָקטאָבער 1905 פֿון מיר מײַנע בעסטע פֿרײַנד אַוועקגערויבט, און אָט איז דער לאָדזער "מאַנעזש" [רײַטפּלאַץ], וווּ מיר האָבן וואָכן געשלאָפֿן אויף קאַלטן פֿוילן מיסט, אַרומגערינגלט מיט בלוטדורשטיקע, האַרצלאָזיקע פּויערים אין סאָלדאַטסקע שינעלן.

און עס ציִען זיך פֿאַרבײַ הײַזער, גאַסן, שטעט, וועלדער, וווּהין מיר זײַנען אויף פֿאַרזאַמלונגען געגאַנגען, עטאַפּן [טראַנזיטן צווישן תּפֿיסות] און טורמעס. דער זכּרון ווייס ניט פֿון דער מלחמה, און ער נעמט מיך אויך קיין ווילנע, קיין קאָוונע, קיין וואַרשע, קיין לאָדז. אָבער באַלד כאַפּ איך זיך און שטעל זיך אָפּ:

"שאַ! דאָ איז נאָך פֿינצטער! דאָ איז נאָך שרעק! גייט צוריק! אַנטלויף!"

און די פֿאַנטאַזיע אַנטלויפֿט צוריק קיין מינסק, קיין פּעטראָגראַד, קיין קיִעוו, קיין אָדעס...

און די טריין [צוג] וויגט און וויגט, און די פֿאַנטאַזיע שפּילט און שפּילט. איך שרײַב בריוו צו מײַן מאַמען, צו מײַנע ברידער, צו מײַנע פֿרײַנד, אָבער די ווערטער גייען אַרויס בלאַס, טרוקן אין פֿארגלײַך מיט דעם וואָס דאָס האַרץ פֿילט.

"טיקעטס, פּליז, אָל טיקעטס, פּליז!" ["בילעטן, זײַט אַזוי גוט! אַלע בילעטן, זײַט אַזוי גוט!"], שרײַט דער קאָנדוקטאָר.

דערלאַנג איך אים אַ פּאָר אויסשניטן פֿון די צײַטונגען וועגן רוסלאַנד, וועלכע איך בלעטער דורך יעדע ווײַלע, און זײַנע מידע, בייזע אויגן קוקן מיר אָן פֿאַרוווּנדערט.

"דאָס, אפֿשר, איז גוטע נײַעס", — זאָגט ער מיר, און שמייכלט זיך פֿאנאַנדער, — "אָבער אויף דעם קענסטו ניט פֿאָרן קיין אין פּיטסבורג."

איך הייב אָן זוכן מײַן טיקעט און פֿון אַלע קעשענעס פֿאַלן אַרויס "קליפּינגס" [אויסשניטן] וועגן רוסלאַנד.

און אַזוי לעבט זיך מאָדנע: מיטן קערפּער אין אַמעריקע, און מיטן האַרץ און קאָפּ און לײַב און לעבן אין יענעם גרויסן וווּנדערליבן לאַנד, וואָס איז געווען אַזוי פֿאַרשאָלטן און וואָס איז איצט אַזוי געבענטשט. דאָס לאַנד פֿון מײַן יוגנט און צוריק דערוועקטע טרוימען — רוסלאַנד.


אין משך פֿון דעם יאָרצענדליק, וואָס וולאַדעק האָט צו יענער צײַט פֿאַרבראַכט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט זיך זײַן ייִדיש געביטן. אין דער "אַלטער היים" וואָלט ער בשום-אופֿן ניט אָנגעשריבן "פֿאַר אַכט יאָר", וואָס קאַלקירט פֿון ענגליש for eight years, און ניט גענוצט אַזעלכע ווערטער ווי "טיקעט" און "קליפּינגס". ענגלישע ווערטער און צו מאָל אויך גראַמאַטיק וועט איר זען אויך אין אַנדערע טעקסטן זײַנע.

וולאַדעקס באַציִונג צו רוסלאַנד — פּינקטלעכער צום פּאָליטישן רעזשים אין זײַן געוועזענעם היימלאַנד — וועט זיך בײַטן אין די קומענדיקע יאָרן. זינט די 1920ער יאָרן האָט ער זיך געקליבן פֿאָרן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער אײַנגעגעבן האָט עס אים זיך צו טאָן נאָר אין 1936, ווען ער האָט פֿאַרבראַכט אַ לענגערע צײַט אין אַ צאָל סאָוועטישע שטעט, ווי אויך אין אייניקע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין סאָוועטן-אוקראַיִנע. זײַנע אײַנדרוקט האָט ער באַשריבן אין אַ צאָל אַרטיקלען, געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אין 1936 און 1937. אין איינעם פֿון די אַרטיקלען, "די ליגנס מיט וועלכע מ'קאָרמען די מאַסן אין סאָוועט-רוסלאַנד" ("פֿאָרווערטס", דעם 16סטן יאַנואַר 1937), האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע און איר השפּעה אויף דער באַפֿעלקערונג:


אין איינער פֿון די גרעסטע שטעט אין סאָוועט-רוסלאַנד האָב איך געשמועסט מיט אַן אַרכיטעקט וועגן דער גוואַלדיקער ענגשאַפֿט, אין וועלכער עס קומט איצט אויס צו לעבן די אײַנוווינער פֿון די שטעט. מיר האָבן אויך דערבײַ דיסקוטירט דעם וווינונגספּלאַן פֿאַר די נעקסטע צען יאָר, וועלכן דער זעלבער אַרכיטעקט האַלט איצטער אין אויסאַרבעטן. איך האָב אים געפּרוּווט באַווײַזן, אַז זײַן פּלאַן גייט ניט ווײַט גענוג און אַז ווען אַפֿילו ער זאָל אין גאַנצן דורגעפֿירט ווערן, וועט נאָר אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג געהאָלפֿן ווערן מיט נײַע מאָדערנע וווינונגען. אַזוי רעדנדיק טוט ער זיך אַ זאָג: "נו, בײַ אײַך אין אַמעריקע וווינט מען ניט בעסער."

איך בין געווען דערשטוינט: "פֿון וואַנען נעמט איר עס?" — פֿרעג איך אים.

האָט ער געעפֿנט אַ שופֿלאָדל אין זײַן דעסק [שרײַבטיש], האָט פֿון דאָרטן אַרויסגענומען אַ וועכנטלעכע רוסישע אויסגאַבע און האָט מיר געוויזן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ ריי "שענטיס", וועלכע מיר רופֿן אין אַמעריקע "הוּווער-טאַון", אָדער "שענטי-טאַון". דאָס זײַנען די סאָרטן כאַלופּקעס, וואָס ווערן אויפֿגעבויט פֿון אויל-קענס, ברעטער און פֿאַרשידענע דזשאַנק. אין כּמעט יעדער אַמעריקאַנער שטאָט זײַנען דאָ אַזעלכע פֿאַרזעענישן, באַזעצט פֿון טרעמפּס אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע לא-יוצלחס.

פֿון רעכטס: שלום אַש, ברוך וולאַדעק און שמואל ניגער, 1930ער יאָרן
פֿון רעכטס: שלום אַש, ברוך וולאַדעק און שמואל ניגער, 1930ער יאָרן
Forward Association

ער האָט מיך געפֿרעגט צי דאָס איז אַ ריכטיק בילד און איך האָב נאַטירלעך געענטפֿערט, אַז יאָ, עס איז ריכטיק. און אויף זײַן פּנים האָט זיך צעלייגט אַ ברייטער שמייכל. "זעט איר דאָך!"

וויפֿל האָב איך אים ניט געפּרוּווט דערקלערן, אַז אָט דאָס בילד איז ניט מאָסגיביק פֿאַר אַמעריקאַנער וווינונגען, האָט עס ניט געהאָלפֿן. די זעלביקע דערפֿאַרונג האָב איך געהאַט בײַ אומצאָליקע אַנדערע געלעגנהייטן, ווען נאָר אַ געשפּרעך איז אַרויסגעקומען אויף אַ פֿאַרגלײַך צווישן סאָוועט-רוסלאַנד און אַנדערע לענדער.

דער דורכשניטלעכער סאָוועט-בירגער הײַנט צו טאָג גלייבט באמונה-שלמה, אַז אַרבעטלאָזע אין אַמעריקע וואַלגערן זיך אין די גאַסן און מען קלײַבט אויף זייערע טויטע קערפּערס ווי געפּגרטע הינט; אַז די אַרבעטער זײַנען ניט דערלויבט זיך אָרגאַניזירן [אין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנען]; אַז די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איז פֿאַרבאָטן און צו זײַן אַ קאָמוניסט איז אַ לעבנס-געפֿאַר; אַז פֿרײַע פּרעסע און פֿרײַע רעדע עקסיסטירט נאָר פֿאַר קאַפּיטאַליסטן; אַז אַן אַרבעטער אין אַ געריכט קריגט די שווערסטע שטראָף; אַז אַלע רייד וועגן פֿרײַהייט איז נאָר אַן אָנשטעל, נאָר אַ מיטל צו בלאָפֿן די וועלט.

און פּונקט אַזוי ווי עס איז פֿאַרדרייט זייער אינפֿאָרמאַציע וועגן אַמעריקע, אַזוי איז עס אויך פֿאַרדרייט וועגן אַנדערע לענדער און אַפֿילו וועגן סאָוועט-רוסלאַנד אַליין.

די ערשטע עטלעכע טעג, אַז מען שטויסט זיך אָן אויף אַזאַ אומוויסן, דאַכט זיך אַזוי ווי מען איז אין אַ משוגעים-הויז, ווײַל ווי איז דאָס מעגלעך אַז קלאָרע מענטשן בײַם פֿולן זינען זאָלן ניט זען, אַז טאָג איז טאָג און נאַכט איז נאַכט? אָבער ווען מען געוווינט זיך צו דעם צו און מ'הייבט די זאַך אָן אַ ביסל בעסער צו פֿאַרשטיין, ווערט עס אײַך אַ ביסל מער דערקלערבאַר.

דער צוועק פֿון יעדער פּראָפּאגאַנדע איז צו פֿאַרדעקן דאָס שלעכטע בײַ זיך און דאָס גוטע בײַ אַנדערע. אַ ביסל אַזאַ דערפֿאַרונג האָבן מיר געהאַט דורך די מלחמה-יאָרן, ווען אַ ריזיקע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין איז אויפֿגעבויט געוואָרן מיט דעם צוועק אָנצוהאַלטן דעם פּאַטריאָטישן מלחמה-ברען. אָבער אין סאָוועט-רוסלאַנד ווערט עס געטאָן אַ סך גרינטלעכער און אַ סך ווירקזאַמער.

דער אידעאַל, אַז דאָס פֿאָלק זאָל וויסן נאָר פֿון דאָס גוטע אין זײַן אייגן לאַנד און נאָר דאָס שלעכטע אין אַנדערע לענדער, ווערט דורכגעפֿירט גאַנצע הונדערט פּראָצענט.

לאָמיר זאָגט, אַז אין ראָסטאָוו בויט זיך אַ נײַער טעאַטער. דער טעאַטער איז טאַקע זייער אַ שיינער. בילדער פֿון דעם טעאַטער וועלן דערשײַנען אומעטום און פֿון צײַט צו צײַט נײַעס ווי עס האַלט מיט בויען. אָדער לאָמיר זאָגן, דער מינסקער סאָוועט [שטאָטראַט] האָט אויסגעאַרבעט אַ צעניאָריקן פּלאַן פֿאַר מינסק. אומעטום וועט וועגן דעם זײַן געשריבן און פֿון צײַט צו צײַט, ווען עס וועט זיך פֿאַרענדיקן אַ נײַע געבײַדע, וועט ווידער אַ מאָל זײַן געדרוקט, אַז דער גרויסער צעניאָריקער פּלאַן האַלט בײַם ווערן פֿאַרווירקלעכט.

אַ גרויסע גערעטעניש אין אַ געוויסער געגנט, אַ וויכטיקער אויפֿטו פֿון אַ פֿאַבריק, אַ גוטער אײַנפֿאַל פֿון אַ סטאַכאַנאָוועץ [אויסגעצייכנטער אַרבעטער] — דאָס אַלץ וועט גלײַך פֿאַרשפּרייט ווערן איבערן גאַנצן לאַנד. אָבער אַ שלעכטע אָדער אַ מיאוסע דערשײַנונג וועט באַשריבן ווערן נאָר ווען עס איז פֿאַרבונדן מיט אַ באַשטימטער פּערזאָן, אָדער אַ גרופּע פּערזאָנען, וועלכע מען קען באַשטראָפֿן. גלאַט קיין שלעכטס קען אין סאָוועטן-לאַנד ניט זײַן. פֿאַרקערט, דאָס זעלבע, נאָר אויפֿן לינקן זײַט, איז ריכטיק וועגן אויסלאַנד. דאָרט קען קיין גוטס ניט זײַן, אויב אַ קאָמוניסט אָדער אַ קאָמוניסטישע באַוועגונג קען דערפֿאַר ניט קריגן קיין קרעדיט. מען לעזט, אַז פּאָליציי איז באַפֿאַלן סטרײַקערס אין טאָלידאָ און אייניקע זײַנען דערהרגעט געוואָרן; אַז דעם קאָמוניסטישן קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט האָט מען אין אַ געוויסער שטאָט ניט געלאָזט רעדן; אַז מען האָט געפֿונען ערגעץ אַ טויטע עלטערע פֿרוי און עס איז באַשטעטיקט געוואָרן, אַז זי איז געשטאָרבן פֿון הונדער. דאָס אַלץ איז אמת. אָבער אַזוי ווי די אַנדערע פֿאַקטן זײַנען ניט באַקאַנט, באַקומט זיך דער נאַטירלעכער אײַנדרוק, אַז קיין אַנדערע זײַנען ניטאָ, אַז דאָס איז דער אמתער אמת.

און ווען מען טראַכט זיך אַרײַן אין דער זאַך, פֿאַרשטייט מען, אַז עס וואָלט געווען אוממעגלעך פֿאַר דער סאָוועט-דיקטאַטור דורכצופֿירן איר פּאָליטיק, ווען דאָס פֿאָלק וואָלט ניט אַגיטירט געוואָרן אויף דעם שטייגער. פֿאַר די לעצטע צוויי, דרײַ און צוואַנציק יאָר [ד"ה זינט דעם אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה] האָבן די ריזיקע מאַסן פֿון סאָוועטן-לאַנד דורכגעמאַכט שרעקלעכע צײַטן — מלחמה, הונגער, בירגערקריג, אומגערעטעניש. קיינער ווייסט ניט און קיינער וועט קיין מאָל ניט וויסן, וויפֿל לעבנס עס זײַנען דורך אָט די יאָרן אָפּגעהאַקט געוואָרן און פֿאַרניכטעט געוואָרן. עס וואָלט אפֿשר ניט געווען מעגלעך אָט די אַלע צרות איבערצוטראָגן, ווען ניט אַ געפֿיל אָדער באַוווּסטזײַן, אַז אין אַנדערע לענדער איז נאָך ערגער. עס איז דאָ אַ טײַער ייִדיש ווערטל: "זאָל מען ניט געפּרוּווט ווערן צו וואָס מען קען געוווינט ווערן". זינט דער מלחמה, האָבן איטאַליע, דײַטשלאַנד און סאָוועט-רוסלאַנד באַוויזן, אַז די גרויסע מאַסן קענען אַלץ אויסהאַלטן, אַלץ אויסשטיין, אויב נאָר זיי גלייבן אַז זיי לײַדן פֿאַר אַן אידעאַל און אַז מיט אַלע שוועריקייטן איז זיי דאָך בעסער ווי אַנדערע. דורך יאָרן פֿון לײַדן לערנען זיי זיך אויס אָנצונעמען טרוימען פֿאַר ווירקלעכקייט און פֿאַרבײַצוגיין אַ ביטערן אמת אַזוי ווי עס וואָלט נאָר געווען אַ שווערער חלום, אַ "קאָשמאַר".

די פּראָפּאַגאַנדע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז געוואָרן אַ טייל פֿון דעם אַלטעגלעכן לעבן פֿון די מאַסן. אַן אַרבעטער שטייט בײַ זײַן ווערקשטאַט אָדער זײַן מאַשין און פֿון אַלע ווענט שרײַען צו אים אַרונטער אויפֿרופֿן און סלאָגאַנס: "חבֿר סטאַלין האָט געזאָגט, אַז לעבן איז געוואָרן בעסער, לעבן איז געוואָרן פֿריילעכער"; "די פֿאַשיסטן ווילן פֿאַרניכטן אונדזערע דערגרייכונגען"; "די אַרבעטער פֿון דער וועלט שטייען הינטער אונדז" און אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער. דער אַרבעטער וויל, אַז דאָס זאָל זײַן אמת. און אויב ער וויל, איז עס אַן אמת.

און דאָס זעלבע איז ריכטיק וועגן אַלעמען. עס ווילט זיך גלייבן, אַז דאָס לעבן איז ניט אויסגעוואָרפֿן און אַז אויב עס פֿעלט אונדז עפּעס איז עס נאָר זאַכן וואָס מען קען באַשאַפֿן, אָבער ניט טאַלאַנט, לאָיעלקייט, דערגרייכונג.

יעדן רײַזנדן וואַרפֿט זיך, נאַטירלעך, אין די אויגן, איבער הויפּט די וואָס לעזן רוסיש, די פֿאַרגעטערונג פֿון סטאַלינען. וויפֿל זאָל מען וועגן דעם ניט שרײַבן, קען מען אַלץ ניט דערקלערן ווי ברייט און ווי טיף אָט די פֿאַרגעטערונג גייט. אַ טייל פֿון דעם איז געקינצלט, אָבער אַ גרויסער טייל פֿון דעם איז באַשטימט אויפֿריכטיק. אַלע חסידישע מעשׂיות, מיט וועלכע מיר זײַנען באַקאַנט און וועלכע מיר הערן הײַנט מיט אַ שמייכל, זיי זײַנען קינדערשפּיל קעגן די וווּנדער, וואָס חבֿר סטאַלין שאַפֿט. קיינער קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אים ניט אין גרויסקייט און דערהויבנקייט פֿון פּערזאָן און ניט אין גרויסקייט און נאָבעלקייט פֿון זײַנע אויפֿטוענגען. עס קומט אויס פּריקרע, עס שנײַדט אין די אויערן, עס בלענדט די אויגן, אָבער דער דורכשניטלעכער סאָוועטישער מענטש וויל עס און דענקט אַז אַזוי דאַרף זײַן, אַזוי איז בעסער. ער זאָגט עס ניט מיט ווערטער, אָבער ווען ער וואָלט עס געקענט זאָגן, וואָלט עס אויסגעקומען אומגעפֿער ווי פֿאָלגנט:

"מיר זײַנען אין געפֿאַר פֿון אַ באַלדיקער מלחמה. אין אַזאַ מלחמה וועלן די גרעסטע און שטאַרקסטע שׂונאים זײַן יאַפּאַן און נאַצי-דײַטשלאַנד. די יאַפּאַנעזישע מאַסן וועלן ווערן געפֿירט אין שלאַכטפֿעלד פֿון אַ פֿאַרהייליקטן אימפּעראַטאָר, דעם 'זון פֿון דער זון'. די דײַטשישע אַרמיי וועט ווערן געפֿירט פֿון דעם פֿאַרגעטערטן 'פֿירער'. דאַרפֿן מיר אויך האָבן אַזאַ סאָרט געטלעכקייט, וואָס זאָל קענען באַגײַסטערן, וואָס זאָל דינען אַלס אַ הייליקע פֿאָן, אַלס אַ הייליקער סימבאָל."

און די פּראָפּאגאַנדע איז אָן צווייפֿל איינע פֿון די אורזאַכן [סיבות] פֿאַר וואָס דער רעזשים איז אַזוי שטאַרק.

ווען איך בין אַרויסגעקומען פֿון סאָוועט-רוסלאַנד אין וואַרשע און נאָך דעם אין פּאַריז, איז די ערשטע פֿראַגע געווען אויב די מאַסן אין רוסלאַנד זײַנען צופֿרידן. אויף דעם קען מען גאַנץ באַשטימט עטנפֿערן: "יעס". איך האָב אין ערגעץ ניט אָנגעטראָפֿן אַ געפֿיל פֿון פֿײַנטשאַפֿט צום רעזשים. אַפֿילו די וואָס קריטיקירן, גיבן אויך צו, אַז זיי וואָלטן ניט וועלן זען אַן אַנדער אָרדענונג. אויף מײַן גאַנצער רײַזע איבער אַ סך לענדער האָב איך ניט געטראָפֿן אַ רעגירונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי שטאַרק ווי די סאָוועטן-רעגירונג. און דעריבער טאַקע האָב איך, ווי אַ סך אַנדערע, ניט געקענט פֿאַרשטיין דעם גרויזאַמען מישפּט איבער די טראָצקיסטן. צו וואָס פֿאַרגיסן בלוט, צו וואָס רעדן וועגן פֿאַרשווערונגען קעגן רעזשים, ווען דער רעזשים איז אַזוי פֿעסט? אָבער אין רוסלאַנד זעלבסט האָב איך אין ערגעץ ניט געטראָפֿן קיין צאָרן קעגן דעם טרײַעל [געריכט]. אַפֿילו מענטשן, וואָס זײַנען דורכויס ניט קיין קאָמוניסטן, האָבן עס אין בעסטן פֿאַל גענומען גלײַכגילטיק. אויף אַלע פֿראַגעס איז געווען אַ פֿאַרטיקער ענטפֿער:

"אין פֿאַל פֿון מלחמה קענען די מענטשן ווערן שעדיקער, אינעווייניקסטע פֿײַנט. איז וואָס שנעלער פֿון זיי פּטור צו ווערן אַלץ בעסער. און וואָס מער אַלץ בעסער. אויב די רעגירונג טוט עס, מסתּמא האָט זי אַן אורזאַכע. אויב חבֿר סטאַלין האָט עס גוטגעהייסן, דאַרף אַזוי זײַן."

און ווען מען איז אָפּ אין לאַנד עטלעכע וואָכן, ווערט באַשאַפֿן אַ נאַטירלעכער געפֿיל ניט צו שטערן אָט די אילוזיעס, ניט צעברעכן אָט דעם גלויבן. איך בין דאָ מודה-ומתוודה אַז בײַ פֿיל געלעגנהייטן האָב איך אַליין פֿיל פֿאַרשוויגן, אָדער אַפֿילו פֿאַרבויגן דעם אמת, אום ניט צו ערגערן מײַנע רוסישע פֿרײַנד.

אַן אינטערסאַנטן פֿאַל האָב איך געהאַט מיט אַן אויבערהעמד, פּשוט אַ "שוירט". איינע פֿון די שוירטס, וואָס איך האָב געטראָגן, איז געווען פֿון זייער אַ גוטן מאַטעריאַל און האָט געקאָסט אין ניו-יאָרק 3.50 דאָלאַר. איינער פֿון די האָטעל-באַדינער אין אָדעס האָט אַ טאַפּ געטאָן די שוירט און געפֿרעגט וויפֿל עס קאָסט. אין יעדן מענטשן ליגט אַ ביסל געמיינהייט. האָב איך מיר אַ זאָג געטאָן:

"אָ, מסתּמא צוויי דאָלאַר (אויף רוסישע געלט 10 רובל)."

דער מאַן האָט אַראָפּגעלאָזן די נאָז, און איך האָב געזען, אַז איך האָב אים געמאַכט אומגליקלעך. איך האָב געוווּסט, אַז בכלל קען מען אַזאַ וואַרע אין סאָוועט-רוסלאַנד ניט קריגן. און ווען מען זאָל עס יאָ קריגן, דאַרף עס קאָסטן אפֿשר 200 רובל. איז ווען איך בין געקומען אין יאַלטע, און איינער פֿון די באַדינער האָט דאָרטן אַ טאַפּ געטאָן דאָס העמד און אַ פֿרעג געטאָן וויפֿל עס קאָסט, האָב איך אים שוין געזאָגט, אַז עס קאָסט פֿינף דאָלאַר. איך האָב געטראַכט, אַז ווען איך זאָג אַזאַ ליגן צו מאַכן אים פֿילן גוט, איז עס די-והותר. אָבער ער האָט פּונקט אַזוי אַראָפּגעלאָזן די נאָז ווי דער פֿריִער אין אָדעס. איז ווען די זעלבע פֿראַגע האָט מען מיך געפֿרעגט אין קיִעוו, האָב איך שוין געזאָגט, אַז די שוירט קאָסט 8 דאָלאַר. אָבער עס איז נאָך אַלץ ניט געווען צופֿרידנשטעלנד. דער איינציקער פּלאַץ, וווּ מײַן ענטפֿער איז געווען צופֿרידנשטעלנד, איז געווען מינסק. ביז איך בין געקומען אין מינסק, האָט מײַן שוירט שוין געקאָסט 20 דאָלאַר. דער מאַן, וואָס האָט מיך געפֿרעגט וויפֿל די שוירט קאָסט, איז מיט מײַן ענטפֿער געווען פֿולשטענדיק צופֿרידן און מיט אַ טאָן פֿון טריומף האָט ער מיר געזאָגט: "נו, קאַפּיטאַליסטן קענען באַווײַזן אַרויסצוגעבן פֿאַר אַ שוירט הונדערט רובל."


צום 40סטן יוביליי פֿון דער צײַטונג, האָט וולאַדעק באַשריבן איר עקאָנאָמישן מצבֿ. דאָ ברענג איך געקירצט דעם אַרטיקל "דער 'פֿאָרווערטס' דורך די קריזיס-יאָרן", געדרוקט דעם 25סטן אַפּריל 1937:


דער "פֿאָרווערטס" איז אַ גרויסע און פֿאַרצווײַגטע אָרגאַניזאַציע. אויסער דעם "פֿאָרווערטס" וואָס ווערט געדרוקט אין ניו-יאָרק, ווערט אויך געדרוקט אַ טעגלעכער "פֿאָרווערטס" אין שיקאַגאָ. אי אין ניו-יאָרק אי אין שיקאַגאָ ווערן געדרוקט ספּעציעלע אויסגאַבעס פֿאַר די גרעסערע שטעט מיט לאָקאַלע נײַעס און לאָקאַלע אַנאָנסן. פֿון ניו-יאָרק ווערן אַרויסגעגעבן די אויסגאַבעס פֿאַר פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, נואַרק און באַלטימאָר און פּיטסבורג. פֿון שיקאַגאָ ווערן אַרויסגעגעבן ספּעציעלע אויסגאַבעס פֿאַר דעטרויט, קליוולאַנד, מילוואָקי, סט. לויִס און לאָס-אַנדזעלעס. אין יעדער גרעסערער שטאָט איז דאָ אַ ספּעציעלער אָפֿיס פֿון "פֿאָרווערטס" מיט אַ מענעדזשער און די נייטיקע געהילפֿן. אויסער דעם, נאַטירלעך, זײַנען דאָ איבערן לאַנד הונדערטער אַגענטן פֿון "פֿאָרווערטס", וועלכע דינען אונדזערע לעזער אויף אַלערליי אופֿנים. אָנצוהאַלטן אָט די צוויי צײַטונגען מיט די אַלע אויסגאַבעס, מיט וועלכע דאָס אַרויסגעבן פֿון אַ צײַטונג איז פֿאַרבונדן, און מיט די לאָקאַלע אָפֿיסן, פֿאָדערט אַן אויסגאַבע פֿון באַלד צוויי מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר, וואָס אומגעפֿער [בערך] אַ העלפֿט דערפֿון דאַרף אַרײַנקומען פֿון אַדווערטײַזמענטס [רעקלאַמע].

עס איז דעריבער גאַנץ נאַטירלעך, אַז ווען עס איז אָנגעקומען דער קריזיס ענדע יאָר 1929, האָט זיך דער ריזיקער "פֿאָרווערטס"-אָרגאַניזם אַ טרייסל געטאָן ווי אַ גרויסע שיף, וועלכע פֿאָרט אַרײַן אין אַ גרויסן שטורעם אויפֿן ים. וואָס גרעסער די שיף, וואָס גרעסער די אָרגאַניזאַציע, אַלץ מער פּלעצער זײַנען דאָ וואָס קאָנען דורכגעלעכערט ווערן און שטעלן אין געפֿאַר די גאַנצע זאַך. די אײַנקונפֿטן [הכנסות] פֿון "פֿאָרווערטס" פֿון 1929 ביז 1936 זײַנען געפֿאַלן אויף 35 פּראָצענט. אויף אַזוי פֿיל אומגעפֿער זײַנען געפֿאַלן די אײַנקונפֿטן אויך אין די ענגלישע צײַטונגען. פֿאַר זיי איז אָבער די פּראָבלעם ניט געווען אַזוי שווער ווי פֿאַרן "פֿאָרווערטס", ווײַל דאָס זײַנען אַלץ פּריוואַטע אונטערנעמונגען, און אַזוי ווי אויסער די מעכאַנישע דעפּאַרטעמענטן [ד"ה די דרוקערײַ וכ'] זײַנען די איבעריקע אָנגעשטעלטע ניט געווען אָרגאַניזירט [אין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנען], האָבן זיי געקענט שנײַדן געהאַלטן רעכטס און לינקס, און דורכפֿירן אַנדערע שפּאָרונגען, וואָס אין אַ געזעלשאַפֿטלעכן געשעפֿט איז עס ניט אַזוי לײַכט.

בײַ ענדע יאָר 1930, כאָטש דער אײַנקונפֿט פֿון "פֿאָרווערטס" איז געווען מיט 35 פּראָצענט קלענער ווי אין יאָר 1929, זײַנען די פֿאַרדינסטן אין "פֿאָרווערטס" געווען נאָר 20 פּראָצענט קלענער. איך זאָג פֿאַרדינסטן און ניט געהאַלטן, ווײַל אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע פֿאַרדינסטן איז געקומען פֿון אָווערטײַם [איבערשעהען]. אין קיין מעכאַנישע דעפּאַרטעמענטן זײַנען די געהאַלטן ניט געשניטן געוואָרן. זיי זײַנען יאָ געשניטן געוואָרן אין די אַנדערע דעפּאַרטעמענטן, און די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע האָט דערפֿאַר באַשלאָסן, אַז כּל-זמן די געהאַלטן פֿון אונדזערע אָנגעשטעלטע זײַנען געשניטן געוואָרן צוליב דעם, וואָס דער "פֿאָרווערטס" קען ניט מאַכן קיין פּראָפֿיט, זאָל מען אין די יאָרן, ווען די פּראָפֿיטן ווערן יאָ געמאַכט, צוריק אָפּגעבן יעדן סענט צו די אָנגעשטעלטע. און דאָס האָבן מיר געטאָן.

אַ דאַנק דער פֿרײַנדלעכער מיטאַרבעט פֿון די העכער דרײַ הונדערט פּערזאָן, וואָס זײַנען רעגולער אָנגעשטעלט אין "פֿאָרווערטס", האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן אַרויסצוקומען פֿון די יאָרן פֿון קריזיס אַזוי שטאַרק ווי שטענדיק, און דער "פֿאָרווערטס" איז אויך איצט דער שטאַרקסטער און דער מעכטיקסטער פֿעלדז אין דעם ייִדישן צײַטונגס-וועזן פֿון דער גאַנצער וועלט.