אַ מאָל, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָליטיש-אַפֿיליִיִרטע, סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע וועגן דעם מין סאָציאַליזם, וואָס זי איז געווען גרייט אונטערצוהאַלטן. תּחילת, האָט מען געפּסלט אַלץ, וואָס האָט אַפֿילו נאָר אַ ביסל געשמעקט מיט ציוניזם צי אַן אַנדער סאָרט נאַציאָנאַליזם. רק אינטערנאַציאָנאַליזם — אַזאַ איז געווען די "גענעראַל-ליניע" פֿון דער צײַטונג. אמת, אין די הענט פֿון דעם פּראַגמאַטיקער אַב. קאַהאַן איז עס אָפֿט מאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַליזם מיט אַן אויג אויף דער שטימונג, וועלכע האָט געהערשט צווישן די לייענער. און טאָמער די לייענער האָבן אויף עפּעס אַן ענין געקוקט דווקא מיט ייִדישע אויגן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קאָרעגירט זײַן קורס, אַרויסרופֿנדיק דערמיט אַ שטורעם צווישן דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן.
אין 1925 האָט אַב. קאַהאַן באַזוכט ארץ-ישׂראל, וווּ ער האָט פּלוצעם דערפֿילט סענטימענטן צו דער ייִדישער היסטאָרישער היים. די דאָזיקע געפֿילן זײַנען געוואָרן נאָך שטאַרקער נאָך די אַנטי-ייִדישע פּאָגראָמען אין ארץ-ישׂראל אין אויגוסט 1926. דער סוף איז געווען, אַז אין די מיט-1920ער יאָרן האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן אַרויסווײַזן סימפּאַטיעס צו די סאָציאַליסטן, וואָס האָבן אויף זיך גענומען ניט דעם גלאָבאַלן שליחות פֿון פֿאַרשפּרייטן סאָציאַליזם אין דער גאָרער וועלט, נאָר האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף דער בויוּנג פֿון דער ייִדישער מדינה, וועלכע איז דעמאָלט נאָך געשטאַנען אין רישטאָוואַניעס.
וועגן די דעבאַטן פֿון יענער צײַט קען מען לייענען אין דעם בוך פֿון יעקבֿ גאָלדשטיין Jewish Socialists in the United States: The Cahan Debate, וואָס איז אַרויס אין 1998. ניט געקוקט אויף דער שטאַרקער אָפּאָזיציע מצד סאָציאַליסטן-אינטערנאַציאָנאַליסטן, בפֿרט פֿון דעם בונדיסטישן לאַגער, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿון דעמאָלט אָן אונטערגעהאַלטן דעם סאָציאַליסטישן שטראָם פֿון סאָציאַליזם — דעם לינקן פּועלי-ציוניזם.
אַ סבֿרא, אַז אונדזער צײַטונג וואָלט געווען איצט שאָקירט מיט די אַנומלטיקע געשעענישן אין דעם ישׂראלדיקן פּאָליטישן לעבן, מיט דעם "עצמאותּישן" דעזערטירן פֿון אהוד ברק און זײַן כאַליאַסטרע. מיר וואָלטן געווען שאָקירט, אויב דער "פֿאָרווערטס" וואָלט נאָך אַלץ געווען אַ פּאָליטישע צײַטונג. אָבער עס זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ די בלי-צײַטן פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן סאָציאַליזם, די צײַטן ווען בײַם בנין פֿון "פֿאָרווערטס" פֿלעגן זיך אויסשטעלן קאָלאָנעס ייִדישע אַרבעטער און זיך לאָזן מאַרשירן איבער די ניו-יאָרקער גאַסן אונטער מאַרקסיסטישע טראַנספּאַראַנטן.
מיר זײַנען אַנדערע, דהײַנו: אַן אָפֿענער און, אין תּוך אַרײַן, ליבעראַלער פֿאָרום. קולטור — ייִדישע קולטור, פֿאַרשטייט זיך, — איז די "סחורה", מיט וועלכער מיר באַשעפֿטיקן זיך. און דאָך איז דער באַרג-אַראָפּ פֿון דער "עבֿודה" אויך קולטורעל אַ שאָקירנדיקע איבערלעבונג. אַזוי צי אַזוי, אָבער די מערכה פֿון ייִדיש אין ישׂראל איז געווען פֿאַרבונדן, דער עיקר, מיט סאָציאַליסטישע — אין אַ היפּשער מאָס, בער-באָראָכאָוויסטישע — עלעמענטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט. טאַקע די עלעמענטן, צו וועלכע עס האָט געפֿילט סימפּאַטיעס דער אַלטער דור "פֿאָרווערטיסטן".
צוריק גערעדט, דאַרף די אָפּשוואַכונג פֿון דער ישׂראלדיקער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע ניט אַרויסרופֿן קיין גרויסע פֿאַרוווּנדערונג. דער פּראָצעס גופֿא איז אַ לאָגישער. ער שפּיגלט בולט אָפּ די פֿאַרוואַסערונג פֿון אייראָפּעיִשע טראַדיציעס אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. סאָציאַל-דעמאָקראַטיע איז שטאַרק אין אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ פּאַרטייען פֿון דעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל זײַנען אָדער אין דער רעגירונג אָדער אין אַ צײַטווײַליקער אָפּאָזיציע.
אין ישׂראל איז עס אָפּגעשוואַכט, און דאָס האָט זיך אָנגעהויבן ניט נעכטן, נאָר מיט יאָרצענדליקער צוריק. ערשטנס, ווײַל די אייראָפּעיִשע יסודות פֿון דער געזעלשאַפֿט ווערן אַלץ מער איבערגעבויט לויט אַמעריקאַנער סטאַנדאַרטן, און אין אַמעריקע, ווי מיר ווייסן, ווערט סאָציאַליזם אויפֿגענומען, אין בעסטן פֿאַל, ווי אַ שטיקל משוגעת. אין דעם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער וועלטבאַנעם פֿאַרנעמען די סאָציאַליסטן אַן אָרט ערגעץ צווישן פֿילאַטעליסטן און בוקיניסטן. צווייטנס, האָט אייראָפּע איצט, בכלל, אַ רעפּוטאַציע פֿון הייסע ליבהאָבער פֿון די פּאַלעסטינער, און דאָס מאַכט ניט, פֿאַרשטייט זיך, שענער דעם אימאַזש פֿון אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם אין די אויגן פֿון אַ דורכשניטלעכן ישׂראלי.
ס'איז וויכטיק אויך, אַז די עליה פֿון די לעצטע פֿופֿציק צי אַפֿילו זעכציק יאָר האָט געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, וועלכע האָט פֿאַקטיש געהאַט געשאַפֿן דעם יסוד פֿון יונגן ישׂראל. למשל, די סאָוועטישע עליה איז געווען — און בלײַבט — ניט גרייט צו שטימען פֿאַר אַ פּאָליטיק, אין וועלכן מע קען אײַנזען אַ סאָציאַליסטישן שניט. גאָר ניט אַלע סאָוועטישע ייִדן זײַנען אַזוי עקסטרעם ווי אַבֿיגדור ליבערמאַן, אָבער ס'איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז ליבערמאַן שטאַמט דווקא פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ס'איז דאָך אויך ניט צופֿעליק, אַז רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד זעען אויס פּאָליטיש ניט אייראָפּעיִש, ווען מע קוקט אויף דעם נישטיקן אָרט, וואָס סאָציאַל-דעמאָקראַטיע שפּילט אין די דאָזיקע לענדער.
אין דעם לינקן ישׂראלדיקן לאַגער הערט מען האָפֿערדיקע קולות — אַז אָן אהוד ברקן וועט אַלץ גיין אַפֿילו בעסער ווי פֿריִער און די סאָציאַל-דעמאָקראַטישע רייען וועלן ווערן נאָר שטאַרקער. הלוואַי.