דזשוליעט און ראָמעאָ נאָך דער קאָנטראָווערסאַלער סצענע |
Credit: romeoandjulietinyiddishthemovie.com |
אַן אייגנאַרטיקער פֿילם־נוסח פֿון שעקספּירס באַוווּסטער טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" האָט פֿאַראַכטאָגן זונטיק געהאַט זײַן פּרעמיערע אויפֿן יערלעכן "ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל", און האָט צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם, אַז ס׳איז גלײַך אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן.
די סיבה פֿאַרן אינטערעס אין דעם פֿילם, וואָס הייסט "ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש", איז, אַ פּנים, צוליב די אַקטיאָרן: ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ליבעראַל־חסידישע און געוועזענע חסידישע יונגע לײַט — אַ זעלטענע זאַך אין אַן אַמעריקאַנער הויפּטפֿילם. די קעמפֿנדיקע משפּחות מאָנטעגיו און קאַפּיולעט זענען דאָ פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַמף צווישן די סאַטמערער און די ליובאַוויטשער, און די פּאָעטישע שורות פֿון שעקספּיר דעקלאַמירן די העלדן אויף אַ "הײַמישן" חסידישן ייִדיש.
ס׳איז מסתּמא אויך דאָס ערשטע מאָל, וואָס ראָמעאָ טראָגט ברילן...
דער פֿילם "ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש" נעמט אָבער נישט בלויז אַרײַן די סיפּור־המעשׂה פֿון שעקספּירס פּיעסע, נאָר דערציילט גלײַכצײַטיק צוויי אַנדערע מעשׂיות: ערשטנס, די אמתע געשיכטע פֿון צוויי פֿון די אַקטיאָרן, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער סאַטמערער קהילה און יאָרן לאַנג געוווינט אין אַ משׂא־אויטאָ און פֿאַרדינט געלט דורך קליינע פֿאַרברעכנס, און צווייטנס, ווי אַזוי די רעזשיסאָרין, איוו אַנענבערג, האָט זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות איבערצוצײַגן די פֿאַרלוירענע חסידים צו מאַכן דעם פֿילם מיט איר.
הגם ס׳רובֿ פֿון די העלדן זענען חסידישע, איז ער ווײַט נישט קיין "פֿרומער" פֿילם. אין דער ערשטער סצענע פּרוּווט ראָמעאָ (געשפּילט פֿון לייזער ווײַס, אַ 25־יאָריקער געוועזענער טאָשער חסיד) באַשווינדלען די לופֿט־ליניעס דורך איבערצײַגן די באַאַמטע, אַז מע האָט צוגעגנבֿעט זײַן באַגאַזש — אַ זאַך וואָס ווײַס פֿלעג אַליין טאָן אין די ערשטע יאָרן נאָכן פֿאַרלאָזן די היים; און שפּעטער, זעט מען אין איינער פֿון די ליבע־סצענעס אַ האַלב־נאַקעטע דזשוליעט — אַ סצענע, וואָס וואָלט זיכער נישט באַקומען קיין הכשר פֿון די חסידישע רבנים.
פֿון דעסטוועגן, האָבן די "נישט־כּשרע" עלעמענטן פֿון פֿילם נישט אָפּגעשראָקן געוויסע פֿרומע יונגע לײַט פֿון קומען עס זען. אַ טייל פֿונעם עולם בײַ דער פּרעמיערע האָט אויסגעזען ווי יוגנטלעכע פֿון די פֿרומע קרײַזן, און מסתּמא זענען זיי אויך געווען די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון די אַקטיאָרן, ווײַל אָפֿט מאָל ווען איינער פֿון די אַקטיאָרן האָט זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן, האָט דער עולם אויסגעשריגן פֿאַר פֿרייד.
אַ טייל פֿון דער טרופּע |
Credit: romeoandjulietinyiddishthemovie.com |
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט די רעזשיסאָרין פֿון פֿילם, איוו אַנענבערג, באַמערקט, אַז די זעלבע וואַרעמע רעאַקציע צום פֿילם האָט זי אויך געזען בײַ די פֿריִערדיקע ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן אין בערלין און אין לאָנדאָן. "יעדעס מאָל וואָס מע ווײַזט דעם פֿילם, קומען נאָך דעם צו צו מיר מענטשן, כּדי מיר צו זאָגן ווי שטאַרק דער פֿילם איז זיי געפֿעלן, און וויפֿל עס האָט זיי גערירט," האָט אַנענבערג באַמערקט.
אין בערלין האָט דער פֿילם אַפֿילו געוווּנען די "עולם־פּרעמיע".
עלינאָר ליפּמאַן, די באַקאַנטע מחברין פֿונעם ראָמאַן Then She Found Me (דערנאָך האָט זי מיך געפֿינען) — איז אויך געווען בײַ דער ניו־יאָרקער פּרעמיערע, אין איינעם מיט אַ גרופּע פֿרײַנד, און האָט דערקלערט, אַז זיי זענען אַלע שטאַרק באַגײַסטערט געוואָרן פֿונעם פֿילם. זי האָט געלויבט אַנענבערג, זאָגנדיק: "דער אופֿן ווי זי האָט צונויפֿגעוועבט די דרײַ סוזשעטן איז אויסערגעוויינטלעך!"
אינעם פֿילם זעט מען ווי די רעזשיסאָרין (געשפּילט פֿון אַנענבערג אַליין) אַרבעט צוזאַמען מיט די יונגע אַקטיאָרן בײַם איבערזעצן שעקספּירס רעפּליקן, מיט דער הילף פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך. אינטערעסאַנט איז צו זען ווי די יונגע לײַט נעמען אַן אינטערעס נישט בלויז אין דער איבערזעצונג, נאָר אויך אין בײַטן געוויסע סצענעס, וואָס זיי האַלטן שפּיגלען נישט ריכטיק אָפּ די חסידישע געזעלשאַפֿט.
אַ משל זעט מען, ווען די אַקטיאָרן דיסקוטירן שעקספּירס סצענע, וווּ ראָמעאָ און דזשוליעט האָבן חתונה בסוד. איינער פֿון זיי, אַהרן קעלער, אַ בחור פֿון אַ ליובאַוויטשער היים, שטעלט זיך אַנטקעגן. "אַ געהיימע חתונה איז נישט מעגלעך בײַ ייִדן, ווײַל עס מוזן זײַן צוויי עדים, כּדי עס דורכצופֿירן," האָט ער דערקלערט. קעלער האָט, אַ פּנים, אויסגעפּועלט, ווײַל ווען עס קומט פֿאָר די חתונה אין פֿילם, זעט מען טאַקע די צוויי עדים אונטער דער חופּה.
יצחק שאָענפֿעלד, וואָס שפּילט דעם רבֿ לאָרענס (אַ בימקום פֿאַר שעקספּירס מאָנאַך לאָרענס), האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ס׳איז געווען זייער אינטערעסאַנט צו זען ווי ערנסט געוויסע אַקטיאָרן זענען געווען וועגן דער פּינקטלעכקייט פֿון געוויסע הלכות און טראַדיציעס, נישט געקוקט אויף זייער אייגענעם ווידערשטאַנד קעגן אַ פֿרומען לעבן־שטייגער.
"אין דער חופּה־סצענע, האָב איך געשפּילט דעם מסדר־קידושין," האָט שאָענפֿעלד דערקלערט. "איידער די סצענע האָט זיך אָנגעהויבן איז לייזער צוגעקומען צו מיר און מיך געבעטן נישט צו זאָגן די ריכטיקע ווערטער, אויס זאָרג, אַז עס וועט אפֿשר קאָנען פֿאַררעכנט ווערן ווי אַ כּשרע חתונה, און ער און דזשוליעט וועלן על־פּי־טעות טאַקע ווערן מאַן־און־ווײַב."
האָט שאָענפֿעלד פֿאָרגעלייגט דרײַ אופֿנים צו לייזן די פּראָבלעם: אַנשטאָט די ווערטער "הרי את מקודשת לי בטבעת זו כדת משה וישׂראל" (דורך דעם פֿינגערל ביסטו מײַן פֿרוי לויט דער תּורה פֿון משה און ישׂראל), האָט ער געזאָגט "הרי אַת לא מקודשת לי..." (דורך דעם פֿינגערל ביסטו נישט מײַן פֿרוי...). ער האָט אויך פֿאָרגעלייגט צוויי אַנדערע מעגלעכקייטן: "הרי את מקודשת לו..." (דורך דעם פֿינגערל ביסטו זײַן פֿרוי...) און "הרי את מקודשת לי בטבעת זו כדת משה פּופּיק" (דורך דעם פֿינגערל ביסטו מײַן פֿרוי לויט דער תּורה פֿון משה פּופּיק). צום סוף, אפֿשר צוליב די זאָרגן, האָט מען יענעם זאַץ טאַקע אַרויסגעשניטן.
מיט בענוואָליאָס הילף, פֿאַרשטעלט זיך ראָמעאָ פֿאַר אַן אינוואַליד, כּדי צו באַקומען אַ נדבֿה |
Credit: romeoandjulietinyiddishthemovie.com |
שאָענפֿעלד האָט געזאָגט, אַז ער איז צופֿרידן וואָס אַנענברעג האָט דערלויבט די אַקטיאָרן צו ענדערן געוויסע סצענעס, און בכלל וואָס זי האָט זיי פֿאַרבעטן צו שפּילן אינעם פֿילם.
"איך שאַץ זייער אָפּ וואָס איוו האָט אונדז אַלעמען געגעבן אַ געלעגנהייט צו אַנטדעקן אַ נײַע וועלט, און דערצו אויך הנאה צו האָבן דערפֿון," האָט ער באַמערקט.
אַנענבערג, וועלכע איז אַליין אַ סעקולערע פֿרוי, וואָלט זיכער נישט געמאַכט דעם פֿילם, ווען זי וואָלט נישט אַנטדעקט די חבֿרה בײַ "טשאָלנט" — דער קלוב וווּ יונגע חסידישע און געוועזענע חסידישע יונגע לײַט פֿאַרברענגען יעדן דאָנערשטיק אויף דער נאַכט, אָפֿט מאָל ביז 3:00 פֿאַרטאָג.
ווען אַנענבערג האָט זיך באַקענט מיט די "חסידישע רעבעלן" איז זי געבליבן געפּלעפֿט צו זען ווי אַ טייל פֿון זיי טראָגן נאָך אַלץ די חסידישע מלבושים. "ס׳האָט מיר אויסגעזען ממש ווי אַרויסגענומען פֿון אַ שעקספּירער פּיעסע," האָט זי באַמערקט, און דאָס האָט זי אינספּירירט צו מאַכן אַ חסידישן נוסח פֿון "ראָמעאָ און דזשוליעט".
אַחוץ לייזער ווײַס און זײַן חבֿר, מענדל זאַפֿיר, וואָס שפּילט בענוואָליאָ, האָט זי אויך אַרײַנגענומען שאָענפֿעלד, דער גרינדער פֿון "טשאָלנט"; אַ געוועזענע סאַטמערער מיידל, מלכּי ווײַס, צו שפּילן דזשוליעט, און אַ האַלבן טוץ אַנדערע יונגע לײַט, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין די חסידישע קרײַזן. דזשוליעטס מאַמע ווערט געשפּילט פֿון דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטריסע יעלענע שמואלענסאָן, און דער טאַטע — פֿון חיים סאָלאָמאָן, אַ ליובאַוויטשער דרײַ־שפּראַכיקער פּאָעט (אויף ייִדיש, העברעיִש און אַראַמעיִש).
די פֿראַגע בלײַבט אָבער, צי וועלן די פֿרומע לײַט קומען זען דעם פֿילם, אויב זיי ווייסן וועגן דער הייסער ליבע־סצענע? אין אַנדערע פֿילמען מיט חסידישע אַקטיאָרן, היטן זיך די רעזשיסאָרן און פּראָדוצירער אָנצוהאַלטן די תּקנות פֿון צניעות. איידער מע האָט פּראָדוצירט דעם ישׂראלדיקן פֿילם "אושפּיזין", למשל, האָט דער הויפּט־אַקטיאָר, שולי ראַנד, אַ בראַצלעווער חסיד, געפֿאָדערט בײַם רעזשיסאָר, אַז זײַן אייגענע פֿרוי מוז שפּילן די ראָלע פֿון זײַן ווײַב אינעם פֿילם. אינעם אַמאַטאָרישן ייִדיש־רעדנדיקן אַוואַנטורע־פֿילם "געשעפֿט", ווערן אַלע ראָלעס — מענער און פֿרויען — געשפּילט בלויז פֿון מענער.
שאָענפֿעלד האָט געזאָגט, אַז ער באַדויערט אַ ביסל וואָס מע האָט פֿילמירט יענע סצענע. "ס׳איז אַ שאָד ווײַל דער פֿילם האָט געקאָנט דינען ווי אַ בריק צונויפֿצוברענגען די פֿרומע מיט די פֿרײַע," האָט ער געזאָגט. "צום באַדויערן וועט אַזאַ סצענע פֿאַרשטאַרקן די מורא בײַ די פֿרומע, אַז די דרויסנדיקע וועלט איז נישט קיין ריינע...
"פֿון דער אַנדערער זײַט — האָט שאָענפֿעלד צוגעגעבן — וועט עס אפֿשר יאָ געבן דער סעקולערער וועלט אַ מער מענטשלעכן בליק אויפֿן לעבן פֿון געוויסע חסידישע יונגע־לײַט, איידער די געוויינטלעכע סטערעאָטיפּן. און פֿאַר די ייִדישיסטן — וועט עס ווײַזן אַ געזעלשאַפֿט וווּ ייִדן טוען אַלץ — שמועסן, עסן, אַפֿילו גנבֿענען — אויף ייִדיש."
שאָענפֿעלד איז נישט דער איינציקער וואָס האָט קריטיקירט יענע סצענע. "ס׳איז געווען אין גאַנצן נישט־נייטיק, אַ פֿינפֿטער ראָד צום וואָגן," האָט דערקלערט מרים האָפֿמאַן, די ייִדיש־לערערין אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. "ווער האָט עס געדאַרפֿט?"
קעלער האַלט אָבער, אַז די סצענע איז יאָ געווען אַ פּאַסיקע פֿאַר די צילן פֿון דער טרופּע. "מיר ווילן מאַכן סעקולערע פֿילמען, וואָס די נישט־פֿרומע וועלט וועט אויך וועלן זען, און וואָס מע וועט קאָנען ווײַזן אין קינאָ־הײַזער איבערן לאַנד," האָט ער געזאָגט.
דער חילוקי־דעות וועגן דער סצענע איז בולט אַנטפּלעקט געוואָרן בײַ דער פּרעמיערע, ווען דער עולם האָט אָנגעהויבן צו שטעלן פֿראַגעס דער רעזשיסאָרין און די אַקטיאָרן, און איינער האָט געפֿרעגט: "כ׳וויל פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס האָט איר געשפּילט ׳אַבֿינו מלכּינו׳ בעת דער סעקס־סצענע?"
הערנדיק די שאלה, איז לייזער ווײַס גלײַך צוגעגאַנגען צום מיקראָפֿאָן. "בײַ מיר איז עס נישט קיין סעקס־סצענע," האָט ער שטיל געענטפֿערט. "ס׳איז אַ ליבע־סצענע."