David Assaf.
Untold Tales of Hasidim:
Crisis and Discontent
in the History of Hasidism.
Waltham, Mass:
Brandeis
University Press, 2010
מעשׂיות וועגן נסים און ניפֿלאָות פֿון חסידישע רביים געהערן צו דעם סאַמע קערן פֿון חסידישער ליטעראַטור. איבערגעניצעוועט, פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט האָבן זיי אויך געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. די מחברים, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, דײַטשיש און אַנדערע לשונות, האָבן צוגעפּאַסט די דאָזיקע מעשׂיות צו אידעיִשע השׂגות און עסטעטישן געשמאַק פֿון זייער סבֿיבֿה. דערבײַ האָט מען ניט זעלטן באַזײַטיקט און פֿאַרווייכערט יענע פּרטים, וואָס זײַנען געווען צו גראָב פֿאַרן מאָדערנעם לייענער.
דער באַקאַנטער היסטאָריקער פֿון חסידות, פּראָפֿעסאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, דוד אַסף, האָט אַן אַנדערן צוגאַנג. אין זײַן בוך, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג (דער העברעיִשער אָריגינאַל איז דערשינען אין 2006), נעמט ער זיך צו דעמאַסקירן דווקא יענע עפּיזאָדן אין דער געשיכטע פֿון פֿאַרשידענע חסידישע שיטות, וואָס פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין דער ראָמאַנטישער געשטאַלט פֿון חסידות. אין דעם זין איז ער ממשיך די טראַדיציע פֿון די משׂכּילים, אַזעלכע ווי יוסף פּערל, יצחק ערטער און ישׂראל אַקסענפֿעלד; הגם, נאַטירלעך, טוט ער דאָס אויף דעם געהעריקן ניוואָ פֿון הײַנטצײַטיקער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט.
דאָס בוך באַהאַנדלט זעקס איינצלנע עפּיזאָדן, וואָס האָבן זיך געטראָפֿן אין דער חסידישער סבֿיבֿה אין מיזרח־אייראָפּע אינעם נײַנצנטן/אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און האָבן אַזוי אָדער אַנדערש אַרײַנגענומען חשובֿע חסידישע פּערזענלעכקייטן. די סאַמע סקאַנדאַליעזע מעשׂה איז געשען אַרום 1820 מיטן ייִנגערן זון פֿונעם "אַלטער רבי" ר׳ שניאור זלמן פֿון ליאַדי, דעם גרינדער פֿונעם חב״ד. ר׳ משהס געזונט איז געווען שוואַך׃ אַ פּנים האָט ער געליטן פֿון אַ גײַסטיקער קראַנקייט. אין דער אינעווייניקער היסטאָרישער טראַדיציע פֿון חב״ד איז זײַן לעבן אַרומגעוויקלט מיט אַ נעפּל, אָבער אין דער משׂכּילישער סבֿיבֿה האָט מען שוין לאַנג געשמועסט, אַז ר׳ משה האָט זיך געשמדט.
די נײַע דאָקומענטן, וואָס דער היסטאָריקער בנימין לוקין האָט אַנטדעקט אין מינסקער אַרכיוון, דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די דאָזיקע דראַמאַטישע געשיכטע פּרטימדיק. עס קומט אַרויס גאַנץ קלאָר, אַז ר׳ משה האָט זיך טאַקע יאָ געקריסטיקט, הגם עס בלײַבן פֿראַגעס וועגן דעם לעגאַלן אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער אַקציע. דער ווײַטערדיקער גורל פֿון ר׳ משה איז ניט קלאָר. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סבֿרה, אַז ער איז געשטאָרבן אין גיכן אין אַ שפּיטאָל פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע אין פּעטערבורג.
די היסטאָרישע געשעענישן דינען פֿאַר אַסף ווי אַן אַרויסגאַנג־פּונקט פֿאַר ווײַטערדיקער פֿאָרשונג. עס אינטערעסירט אים סײַ די מעשׂה גופֿא, סײַ די גילגולים פֿון אָט דער מעשׂה אין פֿאַרשידענע טראַדיציעס׃ בײַ די חסידים, בײַ די משׂכּילים, ווי אויך אין דער וויסנשאַפֿטלעכער היסטאָריאָגראַפֿיע. ער דערקלערט אין דעם אַרײַּנפֿיר, אַז די עפּיזאָדן אַליין האָבן אַ קנאַפּן שײַכות איינער מיטן אַנדערן, חוץ דעם וואָס, זיי אַלע באַטרעפֿן חשובֿע חסידישע פּערזענלעכקייטן. וואָס פֿאַרקניפּט זיי אין איין נאַראַטיוו איז זייער ווײַטערדיק לעבן אין פֿאַרשידענע היסטאָרישע טראַדיציעס. צומאָל האָט מען זיי אין גאַנצן אויסגעמעקט פֿונעם קאָלעקטיוון זכּרון, צומאָל פֿאַרווייכערט און פֿאַרמינערט, צומאָל פֿאַרקערט, מגזם געווען — אַלץ אין הסכּם מיט אייגענע אידעאָלאָגישע חשבונות און השׂגות.
דאָס רובֿ מעשׂיות האָבן צו טאָן מיט די יחידים, וועלכע האָבן פּלוצעם אָפּגעטאָן עפּעס, וואָס האָט זיך אויסגעזען מאָדנע אין די אויגן פֿון זייער סבֿיבֿה און האָט זיך דערפֿאַר גענייטיקט אין אַן אויסקלאָרונג און באַרעכטיקונג, ווי למשל אַן אומגליק מיטן באַרימטן ר׳ יצחק "החוזה" פֿון לובלין, דעם באַרימטן פּוילישן רבי. שׂמחת־תּורה בײַ נאַכט אין יאָר 1815, ווען אַלע חסידים האָבן געפּראַוועט דעם יום־טובֿ, איז ער אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם פֿענצטער פֿון זײַן צימער און האָט זיך שטאַרק צעמזיקט. אום תּשעה־באָבֿ איז ער געשטאָרבן. די חסידים האָבן דאָס אויסגעטײַטשט ווי אַ שטראָף פֿון הימל פֿאַר דעם, וואָס דער רבי האָט צו שטאַרק געוואָלט אַראָפּברענגען דעם משיח. די משׂכּילים, להיפּוך, האָבן געטענהט אַז ער איז פּשוט געווען שיכּור.
אַן אַנדער קאַפּיטל אַנאַליזירט די סיבות און אינעווייניקע ספּרוזשינעס פֿון די רדיפֿות אויף ברעסלעווער חסדים מצד אַנדערע חסידישע שיטות אין אוקראַיִנע. אַ קליינע מחלוקה אַרום שחיטה אינעם שטעטל טעפּליק דינט ווי אַ פֿענצטערל אין דער וועלט פֿון הייסע מחלוקתן, וועלכע האָבן געריסן די ייִדישע וועלט. יעדער צד, די ברעסלעווער און זייערע קעגנער, די סקווערער, האָט אָפּגעהיט די דאָזיקע געשיכטע אויף אַן אייגענעם אופֿן, און הײַנט איז שוין שווער זיך צו דערגיין צו דעם אמת.
די קאַפּיטלען פֿונעם בוך זײַנען אײַנגעאָרדנט אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר. די דרײַ לעצטע עפּיזאָדן, וואָס קומען פֿאָר סוף 19טן/אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרמאָגן טיפֿערע פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון חסידישע פּערזענלעכקייטן און זייערע אינערלעכע קאָנפֿליקטן. די פֿאַראַנענע מקורים, אַזעלכע ווי פּריוואַטע בריוו, געדרוקטע אַרטיקלען און אויטאָביאָגראַפֿישע ווידויים, אַנטפּלעקן מטושטשע פּערזענלעכקייטן, וועלכע ראַנגלען זיך מיטן טיפֿן ריס אין זייער נשמה צווישן חסידות און מאָדערנער קולטור.
פֿון די העלדן פֿונעם בוך איז איין טריט ביז צו אַזעלכע באַרימטע ליטעראַרישע פֿיגורן ווי מיכה יוסף בערדיטשעווסקי, אורי צבֿי גרינבערג, אַבֿרהם יהושוע העשעל און אַנדערע "בניהם של קדושים", וואָס זײַנען געווען אויפֿגעהאָדעוועט ווי קומענדיקע גײַסטיקע פֿירער פֿון חסידות, אָבער האָבן אויסגעקליבן אַן אַנדערן וועג. אָבער אַספֿס העלדן מאַכן ניט אָט דעם לעצטן טריט.
דאָס בוך ענדיקט זיך אָן קיין נאָכוואָרט, נאָר מיטן טעקסט פֿון אַ לאַנגן וידוי פֿון ר׳ יצחק נחום טווערסקי פֿון שפּיקאָוו, וואָס ער האָט געשיקט ווי אַ בריוו צום שרײַבער יעקבֿ דינעזאָן. ער שרײַבט׃ "איך האַלט אין איין טראַכטן פֿרײַע געדאַנקען, אָבער איך מוז אָפּהיטן די סאַמע ווינציקע מינהגים פֿון מײַנע אָבֿות; איך האָב אַ גוטן געשמאַק און איך האָב ליב שיינקייט, אָבער איך מוז טראָגן די בגדים פֿון ווילדע מענטשן׃ אַ לאַנגע זײַדענע קאַפּאָטע ביז סאַמע פֿיס און אַ שטרײַמל."