ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ וויטרינע בײַ אַן אויסשטעלונג וועגן דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע אין ריגע, אויגוסט 2010
אַ וויטרינע בײַ אַן אויסשטעלונג וועגן דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע אין ריגע, אויגוסט 2010

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1951, האָט מען אין ריגע, דער הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, אַרעסטירט דעם ייִדישן שרײַבער מאַרק (משה) ראַזומני. די מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט אַרײַנגענומען אין איר "אַרבעט" נאָך איין ייִדישן אינטעלעקטואַל, וועמענס נאָמען ווערט הײַנט דערמאָנט זייער און זייער זעלטן. אמת, קיין שרײַענדיקן ליטעראַרישן נאָמען האָט ראַזומני ניט געהאַט אויך אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, 1896—1988. טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיטן כאַראַקטער גופֿא פֿון זײַן שאַפֿערישער פּראָדוקציע, וואָס איז ניט געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן. דערצו נאָך האָט ער געוווינט אין אַן אָרט, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָווינץ אויף דער ייִדישער מאַפּע, אַ פּראָווינץ אין פֿאַרגלײַך ניט בלויז מיט פּוילן, סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך אַפֿילו מיט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך.

מע קען ניט זאָגן, אַז אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ראַזומני געוווינט אויסשליסלעך אין לעטלאַנד. די יאָרן 1919—1921 האָט ער פֿאַרבראַכט אין דײַטשלאַנד. דאָרטן האָט ער געמאַכט זײַן ליטעראַרישן דעביוט, דווקא אין דײַטש, וואָס איז געווען די קולטור-שפּראַך פֿון לעטלאַנד. אויך שפּעטער, ווען ער האָט שוין געוווינט אין ריגע און געאַרבעט אין דער היגער ייִדישער פּרעסע (בפֿרט אין דער צײַטונג "פֿרימאָרגן"), פֿלעגט ער אַ סך אַרומפֿאָרן. וועגן דעם זאָגן עדות די טיטלען פֿון זײַנע ביכער, למשל "דאָס לאַנד פֿון טויזנט געשטאַלטן: אַ רײַזע אין נאָרוועגיע" (1929) און "איינער צווישן מיליאָנען: פֿון אַן אַמעריקאַנער נסיעה" (1931). אָבער גאָר ניט אַלץ איז אַרײַן אין זײַנע ביכער. ס'רובֿ רײַזע-נאָטיצן זײַנע בלײַבן צעוואָרפֿן איבער פֿאַרשיידענע צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס".

די טעג האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף זײַנע אַרטיקלען, געדרוקט אין יאָר 1929 אין דער שיקאַגער צײַטונג Chicago Daily Tribune. "אָנגעשטויסן" איז אפֿשר ניט קיין ריכטיקער ווערב, ווײַל איך האָב שוין פֿריִער געזען אַ שפּור פֿון זײַנע אַרטיקלען — מע האָט זיך אויף זיי פֿאַררופֿן אין אַן אַנדער פּובליקאַציע. מײַן אוניווערסיטעט-ביבליאָטעק האָט אַ צוטריט צום עלעקטראָנישן אַרכיוו פֿון דער צײַטונג, אַזוי אַז איך האָב די אַרטיקלען איבערגעלייענט.

ווי קומט ראַזומני צו דער שיקאַגער צײַטונג? ווי איך פֿאַרשטיי די מעשׂה, איז דער שדכן געווען דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דאָנאַלד דעי, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ריגע אין 1920, אויפֿן וועג קיין רוסלאַנד. האָט מען אים אַהין קיין מאָל ניט אַרײַנגעלאָזט, און ער איז, נעבעך, אויף גאַנצע צוויי יאָרצענדליק פֿאַרבליבן שטעקן אין ריגע, געשיקט פֿון דאָרטן באַריכטן וועגן דעם מצבֿ אין באַלטיק, סקאַנדינאַוויע, פּוילן און רוסלאַנד. אין דער זשורנאַליסטישער סבֿיבֿה האָט ער געהאַט אַ שם פֿון אַ ווייניק-פֿאַרלאָזלעכן קאָרעספּאָנדענט, אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער געשיכטע.

מאַרק ראַזומני האָט געהאַט מער מזל ווי דאָנאַלד דעי — אים האָט מען יאָ אַרײַנגעלאָזט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך דעמאָלט באַוויזן אין אַ צאָל צײַטונגען, בפֿרט אין "פֿאָרווערטס". אייניקע פֿון די אַרטיקלען האָט מען איבערגעזעצט אויף ענגליש. איך ווייס ניט, צי די סאָוועטישע געהיים־פּאָליציי האָט געהאַט קאָפּיעס פֿון די דאָזיקע פּובליקאַציעס. ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז זיי האָבן וועגן זיי אַפֿילו קיין אַנונג ניט געהאַט. דאָס האָט, אפֿשר, געראַטעוועט ראַזומניס לעבן, ווײַל זײַנע בילדער פֿון סאָוועטישן לעבן וואָלטן, בלי-ספֿק, ניט געפֿעלן געוואָרן די אוניפֿאָרמירטע לײַט. שטעלט זיך פֿאָר: די אַרטיקלען זײַנען געווען אַזוי קריטיש, אַז אַפֿילו דער "דזשוינט" האָט פּראָטעסטירט, טענהנדיק, אַז ראַזומני איז ניט געווען אָביעקטיוו אין אָפּשפּיגלען דעם מצבֿ אין ייִדישע דערפֿער פֿון אוקראַיִנע.

באַפֿרײַט האָט מען ראַזומני אין יאָר 1956. ער האָט זיך אומגעקערט קיין ריגע. זײַנע קורצע דערציילונגען פֿלעגן זיך באַווײַזן אין די וואַרשעווער ייִדישע אויסגאַבעס — "ייִדישע שריפֿטן" און "פֿאָלקס-שטימע". זינט 1961, איז ער געווען איינער פֿון די מחברים פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". וועגן אים קען מען לייענען זכרונות, אָנגעשריבן פֿון ייִדישע שרײַבער פֿון מאָסקווע און אַנדערע סאָוועטישע שטעט. אַ קאַפּיטל זכרונות וועגן ראַזומני איז אַרײַן אין מישע לעווס בוך "ליטעראַרישע פּאָרטרעטן".

אין די 1970ער און 1980ער יאָרן האָט ראַזומניס שאַפֿונג באַקומען אַ מין אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג. דער מיזרח-דײַטשישער דיכטער און איבערזעצער יורגען רענערט האָט צוגעגרייט צוויי דײַטשישע אויפֿלאַגעס פֿון ראַזומניס ווערק: Auch im Herbst blühen die Bäume (1979) און Eine Welt voller Wunder (1985). די ייִדישע ביכער, "ברייטער די טריט" און "אַ וועלט מיט וווּנדער", אויף וועלכע עס זײַנען געווען באַזירט די דײַטשישע איבערזעצונגען, זײַנען אַרויס אין דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" ("סאָוועטישער שרײַבער"). איך ווייס ניט, צי מע האָט זײַנע ווערק איבערגעזעצט אויף אַנדערע שפּראַכן (עפּעס איז, אַ פּנים, אַרויס אויף לעטיש), אָבער צו האָבן אויסלענדישע אויסגאַבעס, זאָל זײַן אין מיזרח-דײַטשלאַנד, איז געווען כּמעט אוניקאַל פֿאַר אַ סאָוועטיש-ייִדישן פּען-מענטש.