דער שער־בלאַט פֿונעם בוך וועגן רבי שמואל אַלכּסנדראָוו, וואָס דער פֿאַרלאַג "Betascript" האָט צונויפֿגעשטעלט פֿון וויקיפּעדיע־אַרטיקלען |
די, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט אַ פֿעסטער מלאָכה, ווערן אָנגערופֿן אויף ייִדיש "לופֿטמענטשן". הגם דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַן איראָנישן טעם, באַשרײַבט עס עטלעכע מינים שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, גוטע און שלעכטע.
אינעם יאָר 1901, האָט דער באַקאַנטער קאָנטראָווערסאַלער ציוניסטישער דענקער מאַקס נאָרדוי אָנגעשריבן אַ בריוו אויף דײַטש, וווּ עס ווערט קריטיקירט דער לעבנסשטייגער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט געטענהט, אַז דאָס לעבן אין גלות האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ "לופֿטפֿאָלק" פֿון "לופֿטמענטשן". נאָרדויס ווערק, בפֿרט זײַן בוך "דעגענעראַציע", זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ טיפֿער שׂינאה צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי אַ "דעגענעראַטישע". אַ צאָל פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטימאָלאָגיע האַלטן, אַז נישט געקוקט אויף נאָרדויס געדאַנקען, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די נאַציס, האָט ער געשאַפֿן דאָס וואָרט "לופֿטמענטש".
איך האַלט אָבער, אַז דער דערמאָנטער סתּירותדיקער שרײַבער האָט פּשוט אויסגענוצט אַן אַלטן ייִדישן באַגריף. דאָס וואָרט "רוח" מיינט אויף לשון־קודש עטלעכע פֿאַרשיידענע זאַכן. דער באַגריף "דבֿרי רוח" מיינט רוחניות אָדער, פּונקט פֿאַרקערט, פּוסטע און נאַרישע זאַכן. למשל, רבי אַבֿרהם אבן עזרא רופֿט אַזוי אָן די אַלכעמיקער, וועלכע האָפֿן צו פֿאַרוואַנדלען קופּער אין גאָלד, כּדי רײַך צו ווערן.
די פּאַראַזיטן, וועלכע מאַכן געלט פֿונעם "האַנדלען מיט לופֿט", זענען "לופֿטמענטשן" אינעם שלעכטן זין פֿונעם וואָרט. די אידעאַליסטן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט עפּעס אַ זאַך צוליב ענטוזיאַזם, באָהעמישע קינסטלער און מוזיקאַנטן, רעוואָלוציאָנערן און פֿילאָסאָפֿן, טרוימער און מיסטיקער, זענען אָבער אויך "לופֿטמענטשן" — "אַנשי-רוח" — אָבער פֿון אַ פֿאַרקערטן סאָרט.
דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם רוסישן פֿילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, וווּ עס ווערט דערמאָנט אַן אינטערעסאַנטער חב״ד־רבֿ פֿון באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד — הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו. ער איז געווען אַ חסידישער מיסטיקער, וועלכער האָט געשטיצט אַנאַרכיזם און אַ קעגנער פֿון קאַפּיטאַליזם. זײַנע קבלה־דרשות טראָגן צומאָל אַ לינק־ראַדיקאַלן טעם. אַלכּסנדראָוו האָט זיך באַצויגן מיט אַ גרויסער סימפּאַטיע צו דעם פּאָזיטיוון מין "לופֿטמענטשן" — ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, די נשמות, וואָס שטאַמען פֿון יסוד־האוויר — וועלכע שוועבן אין הימל און פֿאַראַכטן די כּללים פֿון דער גשמיותדיקער וועלט.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַ קורצן אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן רבֿ אין דער ענגלישער "וויקיפּעדיע"; שפּעטער, האָבן עטלעכע אַנדערע "וויקיפּעדיסטן" פֿאַרברייטערט און פֿאַרבעסערט מײַן אַרטיקל. נישט לאַנג צוריק האָב איך געזוכט מער פּרטים וועגן אַלכּסנדראָוון און געפֿונען אין דער עלעקטראָנישער ביכערקראָם "אַמאַזאָן" אַ גאַנץ בוך מיטן נאָמען "שמואל אַלכּסנדראָוו: באָברויסק, וואָלאָזשינער ישיבֿה, חב״ד, אינדיווידואַליסטישער אַנאַרכיזם, אָרטאָדאָקסישע ייִדישקייט, קבלה, פֿילאָסאָפֿיע". טראַכט איך: נישקשה, עמעצער האָט געמאַכט אַ גאַנץ בוך פּונקט אויף די טעמעס, וועלכע אינטערעסירן מיך, הגם דאָס בוך קאָסט עפּעס אומגעוויינטלעך טײַער — 70 דאָלאַר. קוק איך אַרײַן אויף "אַמאַזאָן" און זע אונדזער אַרטיקל פֿון וויקיפּעדיע, איבערגעדרוקט וואָרט נאָך וואָרט, ווי אַ רעצענזיע.
דאָס האָט מיך פֿאַרחידושט. אינעם ווינקל, אויפֿן שער־בלאַט פֿונעם בוך, שטייט געשריבן "אַ הויך־קוואַליטאַטיווער מאַטעריאַל פֿון וויקיפּעדיע־אַרטיקלען". ניט שוין זשע איז עמעצער אַזוי נתפּעל געווען פֿון מײַן אַרטיקל און געמאַכט אַ גאַנץ בוך וועגן אַלכּסנדראָוון? די מחבֿרים פֿון וויקיפּעדיע זאָגן זיך אָפּ פּרינציפּיעל פֿונעם "קאָפּירײַט", כּדי צו שאַפֿן אַן אָפֿענע אומזיסטע ענציקלאָפּעדיע, דערפֿאַר בין איך געווען צופֿרידן, אַז מײַן פֿרײַוויליקע אַרבעט האָט עמעצן געטאָן אַ טובֿה; פֿונדעסטוועגן, האָט מיך באַליידיקט דאָס, וואָס דער פֿאַרלאַג האָט מיר נישט מודיע געווען.
דאָס בוך איז פּובליקירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2010, דורכן פֿאַרלאַג "Betascript". כ׳האָב זיך געווענדט צו די פֿאַרלעגער, דערקלערט, אַז איך בין דער הויפּט־מחבר פֿון יענעם אַרטיקל, און געבעטן אַן עקזעמפּלאַר פֿאַר אַ רעצענזיע. זיי האָבן מיר געשיקט אַן עלעקטראָנישע ווערסיע, וואָס מע קאָן לייענען אויפֿן קאָמפּיוטער.
וואָס זשע זע איך? דאָס גאַנצע בוך אויף 192 זײַטן, פֿון אָנהייב ביזן סוף, באַשטייט פֿון איבערגעדרוקטע וויקיפּעדיע־אַרטיקלען. אויפֿן ערשטן זײַטל און אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון דער הילע שטייט מײַן אַרטיקל. ווײַטער גייט אַן אַרטיקל וועגן באָברויסק, באַגלייט מיט אַן אומזיניקער פֿאַרקריפּלטער מאַפּע. ווײַטער גייען אַרטיקלען וועגן דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועגן חב״ד, וועגן אינדיווידואַליסטישן אַנאַרכיזם, וועגן ייִדישער אָרטאָדאָקסיע און וועגן קבלה, וווּ עס זענען אַרײַן עטלעכע מײַנע באַמערקונגען וועגן אוניווערסאַליסטישע שטראָמען אין קבלה. דערנאָך גייען אַלגעמיינע אַרטיקלען וועגן פֿילאָסאָפֿיע, אוניווערסאַליזם, אַנטינאָמיזם, וועגן דער פּסחדיקער הגדה, וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, וועגן דעם ייִדישן חורבן. בײַם סאַמע סוף גייט אַ רשימה פֿון די באַטייליקטע וויקיפּעדיע־מחברים, אויך פּשוט קאָפּירט פֿון וויקיפּעדיע.
וויקיפּעדיע איז אַן אָפֿענער און אומזיסטער רעסורס פֿון אינפֿאָרמאַציע, מיט פֿאַררופֿונגען צו אַנדערע וועבזײַטן, מיט אַ מעגלעכקייט צו זוכן געוויסע פֿראַזעס און ווערטער. דערצו, ווערט וויקיפּעדיע כּסדר פֿאַרברייטערט און דערפֿרישט. פֿאַרוואָס וואָלט עמעצער געוואָלט קויפֿן אַ טײַער בוך, וואָס באַשטייט פֿון די זעלבע מאַטעריאַלן, אָבער האָט נישט די דערמאָנטע מעלות אַפֿילו אינעם עלעקטראָנישן וואַריאַנט?
דער ענטפֿער אויף דער־אָ קשיא איז זייער פּשוט. עפּעס אַ פֿאַרלאַג נוצט אויס די פֿרײַוויליקע אַרבעט פֿון די וויקיפּעדיע־שרײַבער, כּדי צו עקספּלואַטירן די קונים, וועלכע ווייסן נישט פֿון פֿריִער, אַז דאָס גאַנצע בוך קומט פֿון דער אינטערנעץ־ענציקלאָפּיע. לויט דער וועבזײַט פֿונעם פֿאַרלאַג, דרוקן זיי 10,000 נײַע ביכער יעדעס יאָר. מסתּמא, דינט יעדער אינטערעסאַנטער אַרטיקל אין וויקיפּעדיע ווי אַ יסוד פֿון ענלעכע זאַמלונגען. ס׳זעט אויס, אַז די ביכער ווערן צונויפֿגעשטעלט דורך עפּעס אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, אָן קיין מענטשלעכער רעדאַקציע בכלל; גיט אַ קוק, וואָס פֿאַר אַ שיין בילדל פֿון "שמואל אַלכּסנדראָוו" שטייט אויף דער שער־בלאַט.
"Betascript" איז אַ צווײַג פֿונעם פֿאַרלאַג "VDM", וואָס געפֿינט זיך אין דער אַפֿריקאַנער אינדזל־רעפּובליק מאַווריטיוס; די נעמען פֿון דרײַ "רעדאַקטאָרן", וועלכע פֿאַרעפֿנטלעכן, על־פּי־נס, צען טוינזט ביכער אַ יאָר, זענען זיכער אויסגעטראַכטע.
דאָס עצם־געשעפֿט איז לעגאַל, ווײַל די וויקיפּעדיע־מחברים גיבן דאָך אַליין דאָס רעכט צו פֿאַרשפּרייטן זייערע אַרטיקלען ווי מע וויל און וווּ מע וויל; דער פֿאַרפֿירערישער אופֿן, ווי אַזוי מע לייגט פֿאָר אומזיסטע אַרטיקלען פֿאַר אַ סך געלט, איז אָבער אומיושרדיק.
בײַם אָנהייב, ווען איך האָב דערזען דאָס בוך, האָב איך זיך געפֿילט אויפֿגעבראַכט. דערנאָך האָב איך אָבער אַ טראַכט געגעבן און באַשלאָסן, אַז אַזאַ מעשׂה שטימט דווקא מיטן אינהאַלט פֿונעם בוך. עמעצער פֿאַרקויפֿט פֿאַר געלט אומזיסטע אַרטיקלען וועגן קעגנער פֿון קאַפּיטאַליזם, אָנגעשריבן דורך אַנדערע קעגנער פֿון קאַפּיטאַליזם; עמעצער "האַנדלט מיט לופֿט" און שאַפֿט אַ קאַפּיטאַל, אויסנוצנדיק די פֿרײַוויליקע מי פֿון די ענטוזיאַסטישע "לופֿטמענטשן", וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיטן וויקיפּעדיע־פּראָיעקט. אַזאַ קונץ איז דאָך גופֿא די בעסטע "רעקלאַמע" קעגן קאַפּיטאַליזם!