משה העס |
משה העס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט באָן (דײַטשלאַנד) אין יאָר 1812 אין אַ משפּחה פֿון רבנים און תּלמידי־חכמים. זייער הויז האָט געטובֿלט אין פֿרום ייִדישן גײַסט ווײַט פֿון די נײַע ווינטן וואָס האָבן דאַן אַרומגעכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה. זייער הויז איז געווען פֿון רײַכן סוחרישן שטאַנד. דער קליינער משה האָט זיך דערצויגן אין דער היים פֿון זיידן וואָס איז געווען אַ ייִד פֿון אַלטן שניט ייִדישע סוחרים תּלמידי־חכמים, וואָס אײַנגעטונקען אין ייִדישע לעבנסזאַפֿטן, האָבן זיי געהיט דעם גײַסט פֿון ייִדישן לעבן. משה העס האָט פֿון זיידן גאַנצע עמערס ייִדיש וויסן געשעפּט. דער פֿרום־האַרציקער ייִד האָט באַאײַנדרוקט דאָס קינד מיט זײַן וויסן, מיט זײַן טיפֿער אמונה אין נצח־ישׂראל — ער האָט אים באַאײַנדרוקט מיט זײַן האַרבן געשטעל לגבי די אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.
אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס דערמאָנען דעם זיידן זײַנעם: "אַ גאַנץ יאָר, נאָך זײַנע טעגלעכע געשעפֿטן, פֿלעגט דער זיידע ביז האַלבער נאַכט לערנען תּלמוד מיט מפֿרשים: ער פֿלעגט לייענען פֿאַר זײַנע אייניקלעך אַגדות וועגן חורבן־ירושלים, און די שניי־ווײַסע באָרד פֿון אַלטן מאַן האָט זיך באַנעצט מיט טרערן. יאָ — אויך מיר, קינדער, פֿלעגן נישט קאָנען אײַנהאַלטן זיך פֿון געוויין; באַזונדערס, ווען ער האָט דערציילט ווי די מאַמע רחל איז אויפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר און געקלאָגט אויף אירע אומגליקלעכע קינדער".
און אַז דער 18־יאָריקער משה העס האָט גענומען לערנען אויפֿן אוניווערסיטעט אין באָן און זיך אַרומגעקוקט וואָס אַרום אים טוט זיך, געזען און געפֿילט די וויסטע שׂינאה צום ייִד — דאָ איז אים קלאָר געוואָרן, אַז עפּעס שטעקט ער אין אַן אוממענטשלעכער וועלט — אַ וועלט אויסגעטאָן פֿון יושר און רחמנות. אין אים האָט זיך דערוועקט די אימה פֿאַרן גורל פֿון ייִד, די אימה פֿאַר דעם גורל פֿון אויסגעוואָרצלטן אָרעמען מענטש...
דער יונגער בחור האָט זיך באַרעכנט — האָט דאָך דער פֿרומער איידעלער זיידע מיט אים געלערנט דעם פּסוק פֿון תּלמוד, אַז "ווער ס’ראַטעוועט איין מענטש איז ווי ער וואָלט אַ וועלט אַ גאַנצע געראַטעוועט!" איז געדרונגען, אַז ער, משה העס, טאָר נישט בלײַבן שטיין אין אַ זײַט, ער מוז נעמען עפּעס טאָן!
באַרוישט פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג פֿון זײַן צײַט, איז העס געוואָרן אַן אַקטיווער רעוואָלוציאָנער. דער אַנאַרכיזם, קאָמוניזם און סאָציאַליזם, וואָס האָבן פֿאַר אים געהאַט דעם טעם פֿון גאולה — דאָס האָט, לפֿי נחמן סירקין, דעם העס־ביאָגראַפֿער, געהויבן זײַן ייִדיש־נאַציאָנאַל־געפֿיל. איז ווי געזאָגט, האָט העס, דער וווּנדערלעכער זשורנאַליסט, שרײַבער און אָראַטאָר זינט די יונגע יאָרן אין געראַנגל פֿון פּאָליטישן לעבן: ער איז געוואָרן אַן אַקטיווער טוער אין אַלע רעוואָלוציאָנערע קרײַזן פֿון זײַן צײַט, ביז ויהי היום...
אין די פֿערציקער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט איז פֿאָרגעקומען אין דמשׂק דער אַנטיסעמיטישער פֿאַל פֿון עלילת־דם... משה העס שרײַבט אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" אָט וואָס: "בעת דעם בלוט־בילבול אין דמשׂק האָב איך אין מיטן מײַן סאָציאַליסטישער טעטיקייט דערפֿילט מײַן צוגעהעריקייט צו אַן עלנט, פֿאַרלאָזן פֿאָלק". אין ליכט פֿון דער דאָזיקער געשעעניש, איז אים קלאָר געוואָרן, אַז נישט די רעפֿאָרמירטע אמונה, נישט דער שמד, נישט די עמאַנציפּאַציע טוען עפֿענען דעם ייִד אין דײַטשלאַנד די טויערן פֿון סאָציאַלן לעבן. ובֿכן, איז דער אינהאַלט פֿון זײַן לעבן געוואָרן דער דראַנג "צו אַ היסטאָרישן שבת פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק אין ארץ־ישׂראל" (משה העס).
ס’איז צו באַמערקן — דאָס מערקווירדיקע פֿון "רוים און ירושלים", אַ בוך פֿון פֿלאַמיקן נאַציאָנאַלן גײַסט, איז וואָס געשריבן איז עס נאָך אַ גלויבן פֿון אַרום צוואַנציק יאָר, אַז די ייִדישע ישועה וועט קומען בײַנאַנד מיט דער ישועה פֿון דער וועלט־רעוואָלוציע. דער דערוואַכטער נאַציאָנאַלער באַוווּסטזײַן פֿירט העסן צו דעפֿינירן די ייִדישע מיסיע בתּוך דער מענטשלעכער געשיכטע, און ער פּראָקלאַמירט הויך און שטאָלץ, אַז דאָס שאַפֿן אַ ייִדישע מלוכה אין ארץ־ישׂראל איז אַ נויטווענדיקייט סײַ פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק ווי אויך פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס לויבן דעם איידעלן רבֿ צבֿי־הירש קאַלישער (1795—1874) פֿון דער שטאָט טוירן (הײַנט, פּוילן). [זאָל דאָ, אַגבֿ, געזאָגט ווערן, אַז הרבֿ קאַלישער האָט פֿון רבנות נישט געוואָלט לעבן: אַ רבֿ האָט ער געהאַלטן איז אַ מנהיג און דערפֿאַר קומט נישט צו באַצאָלן געלט]. הרבֿ קאַלישער האָט געפּריידיקט, אַז די גאולה פֿון דריטן גלות דאַרף דערווײַל פֿאָרקומען לאַנגזאַם, אונטערן שוץ פֿון די אייראָפּעיִשע מאַכטן; און מיט דער הילף גייט משה העס אַ טריט ווײַטער — ער לייגט פֿאָר צו שאַפֿן אַ ייִדישן קאָנגרעס, וואָס זאָל פֿאָדערן פֿון דער וועלט אומצוקערן די ייִדן דאָס לאַנד פֿון ארץ־ישׂראל.
דער ביאָגראַפֿער נחמן סירקין שרײַבט: "משה העס האָט פֿאַראייניקט אין זײַן נשמה די רעוואָלוציאָנערע אומרויִקייט פֿון מאַרקס און לאַסאַל און די ראָמאַנטיש־ייִדישע שטימונג פֿון היינע און גרעץ. ער (העס) איז געווען אַן אוניווערסאַלער רעוואָלוציאָנער און אַ ייִדישער נאַציאָנאַליסט, אַ קעמפֿער פֿאַר דער ווידער־אויפֿלעבונג פֿון ייִדן און ייִדנטום".
יעפֿרויקין, דער עסיייִסט, שרײַבט וועגן משה העס, אַז: "פֿון אים האָט אַרויסגערעדט די שטים פֿון ייִדישער אייביקייט. ער איז געווען דער וואָרטזאָגער פֿון לאַנגע דורות. ער האָט אויסגעדריקט די בענקענישן פֿון ייִדן, זייערע לעבנס־אידעאַלן און דערבליקט זייערע צוקונפֿט־וויזיעס".
זאָל דער נאָמען פֿון משה העס נישט פֿאַרגעסן ווערן!