קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי דער שטייגער איז, האָבן קינדער ליב צו צייכענען: שמואל באַק, דער געבוירענער אין ווילנע אין 1933 — האָט שוין גענומען צייכענען אין עלטער פֿון דרײַ יאָר. און זײַנע צייכענונגען האָבן אַרויסגערופֿן וווּנדער. ליידער, תּורת־קונסט האָט דער קליינער שמואל נישט געלערנט, ווײַל — איידער וואָס ווען — האָבן די נאַציס אונטערגעצונדן די וועלט, און דאָס לעבן פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ גיהנום.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די באַמאָלענע וויטרינעס בײַ דער

לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרע­מע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס.

געשיכטע

דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט
הונדערט יאָר איז געוואָרן זינט די העכסטע יורידישע אינסטאַנץ פֿון פֿראַנקרײַך האָט, אין נאָמען פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿאָלק, זיך געשלאָגן על־חטא — און אַלפֿרעד דרײַפֿוס, דער ייִדישער קאַפּיטאַן — איז געוואָרן רעהאַביליטירט: ריינגעוואַשן פֿונעם בילבול. דער פֿײַערלעכער אַקט פֿון רעהאַביליטאַציע האָט אַ סוף געמאַכט צום יורידישן שווינדל, וואָס האָט צוועלף יאָר צײַט צעריסן די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט און אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט.