בראָניסלאַוו הובערמאַן, 1900 |
Credit: Getty Images |
ווער איז געווען בראָניסלאַוו הובערמאַן? בראָניסלאַוו הובערמאַן, דער געבוירענער אין דער פּוילישער שטאָט טשענסטאָכאָוו, איז געווען אַ זעלטענער פֿאַרטײַטשער פֿון נגינה: ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסנאַמיקע טעכנישע באַגאַבונג, טעמפּעראַמענט און גײַסט.
הובערמאַן איז געווען אַ וווּנדערקינד! דער ערשטער מבֿין אויף אים איז געווען זײַן טאַטע דער אַדוואָקאַט, אַ מוזיקער פֿון זעלבסטבילדונג. דער פֿאָטער, ווען ער האָט אים גענומען אין די הענט אַרײַן, איז ער איבערראַשט געוואָרן פֿונעם געוואַלדיקן טאַלאַנט פֿון זײַן קינד. דער קליינער יונג האָט געמאַכט קאָלאָסאַלע פֿאָרשריטן.
עפּעס דערציילט מען מופֿתים פֿון קליינעם בראָנעק! צו פֿינף יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ פּוילישן אַריסטאָקראַטישן סאַלאָן און פֿון זכּרון איבערגעחזרט די פֿידל־שאַפֿונג, וועלכע דער אָפֿיציעלער גאַסט־פֿידלער האָט אויסגעפֿירט! דער עולם איז געווען דערשטוינט — אַ קינד זאָל אַזעלכס באַווײַזן! ער וואַקסט אַ גאָון, דער קליינער יונג! הכּלל, די געסט האָבן זיך שוין אַוועקגעשטעלט אין דער ריי אויסצוקושן דאָס אויסנאַמיקע קינד.
צו זיבן יאָר איז דער קליינער הובערמאַן אויפֿגעטראָטן צום ערשטן מאָל מיט אַן עפֿנטלעכן קאָנצערט — ער האָט געשפּילט שאַפֿונגען פֿון בעטהאָווען, וויעניאַווסקי און טשײַקאָווסקי. דער רושם איז געווען קאָלאָסאַל. און דאָ האָבן זיך שוין געיאַוועט ייִדישע עשירים, פֿילאַנטראָפּישע מעלאָמאַנען, גרייטע צו שטיצן דעם קליינעם גאָון. ער באַקומט אַ סטיפּענדיע צו פֿאָרן קיין בערלין צום באַרימטן פֿידל־ווירטואָז און פּעדאַגאָג יאָזעף יאָאַכים, כּדי צו פֿאַרפֿײַנערן עטוואָס זײַן שפּיל. נאָך אייניקע חדשים בילדונג בײַ יאָאַכים לאָזט זיך דער יונגינקער בחור אויף אַ טורנע קאָנצערטן אין דײַטשלאַנד, בעלגיע, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. דער דערפֿאָלג איז גרויס! דער עולם צוהערער איז אין התפּעלות! דאָס התפּעלות איז אַזוי גרויס, אַז אַ גראַף פֿון פּוילישן אַדל האָט דעם קליינעם הובערמאַן דערלאַנגט אַ מתּנה פֿון אַ גרויסער ווערט — אַן אַלטע סטראַדיוואַריוס־פֿידל פֿון 1773. מען דערציילט, אַז דער קליינער הובערמאַן, זײַענדיק 12 יאָר אַלט, האָט אין אַ קאָנצערט, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון יאָהאַנעס בראַמס (1833—1897) אויסגעפֿירט זײַן באַרימטן פֿידל־קאָנצערט: בראַמס איז געווען אַזוי גערירט, אַז טרערן האָבן זיך אים געשטעלט אין די אויגן! — הער נאָר אַ מעשׂה! — אַ בחורל אין אַזאַ עלטער זאָל דערלאַנגען אַזאַ אינטערפּרעטאַציע פֿון זײַן ווערק!
און ס’איז אַוועק אַ גאַנג: קאָנצערטן אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין איינעם פֿון זײַנע אַרויסטריטן האָט ער געשפּילט אויף דער פֿידל פֿון באַרימטן פּאַגאַניני! הכּלל, קאָנצערטן און קאָנצערטן, און דער יונגער בראָניסלאַוו איז געוואָרן דער גרויס־באַרימטער בראָניסלאַוו הובערמאַן! און דאָס איז נאָך נישט אַלץ; צו זײַן אינטענסיווער קאָנצערט־טעטיקייט האָט זיך הובערמאַן אויך אָפּגעגעבן מיט טעאָרעטישער פּעדאַגאָגיק. אָט, דערשײַנט אין יאָר 1912 זײַנס אַ בוך "פֿון ווירטואָזן־וואַרשטאַט".
* * *
אין 2001 איז אין הובערמאַנס געבורטשטאָט טשענסטאָכאָוו דערשינען אַ בוך וועגן אים פֿון פּוילישן מוזיקאָלאָג פּיאָטער שאַלוואַ. שאַלוואַ שילדערט די ביאָגראַפֿיע פֿון ייִדישן פֿידל־ווירטואָז און זײַנע גרויסע מעשׂים. ס’איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז הובערמאַן איז נישט געווען סתּם עפּעס אַ געניאַלער שיינגײַסט וואָס פֿאַרברענגט אַ לעבן אויסשליסלעך מיט דער פֿידל: הובערמאַן איז געווען אַ מענטש אויסגעקאָכט אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן — ער איז געווען אַ יחיד פֿון כּלל. ער האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט געדאַנקען ווי אַזוי שאַפֿט מען אַ בעסערן געזעלשאַפֿטלעכן סדר אין לעבן. לויט אים וואָלט אַ פּאָליטישע סיסטעם פֿון אַ מין פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אייראָפּע פֿאַרזיכערט שלום און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן פֿעלקער און לענדער, און דערבײַ געהויבן דעם מצבֿ פֿון מענטשלעכן לעבן. די פּאָליטישע רעיונות זײַנע האָט הובערמאַן קלאָר געמאַכט אין זײַן בוך "אונדזער פֿאָטערלאַנד אייראָפּע", דערשינען אין יאָר 1932 אין ווין.
הובערמאַן איז געווען אַ דעמאָקראַט, אַ שׂונא פֿונעם נאַציזם און זײַן ראַסן־פּאָליטיק. שוין אין אָנהייב פֿון היטלערס ממשלה, 1933, האָט הובערמאַן באַקומען אַ געלעגנהייט שאַרף צו פֿאַראורטיילן די נאַצישע דרכים. דהײַנו? נאָכן באַזײַטיקן די ייִדישע מוזיקער פֿון אַלע דײַטשישע אָרקעסטערס, האָט מען אים (אין 1933) אײַנגעלאַדן צו געבן אַ קאָנצערט מיט דעם באַרימטן בערלינער סימפֿאָניקער. דאָ האָט בראָניסלאַוו הובערמאַן שאַרף רעאַגירט. ער האָט די אײַנלאַדונג נישט נאָר שאַרף אָפּגעוואָרפֿן; ער האָט אין אַ בריוו פּובליקירט אין דער אויסלענדישער פּרעסע דערקלערט: "אַזוי לאַנג ווי די נאַציס וועלן הערשן אין לאַנד וועט זײַן פֿוס די גרענעץ פֿון דײַטשלאַנד נישט איבערטרעטן, ווײַל זײַן לעבן איז אײַנגעשטעלט אויף אַ מענטשלעכער מאָראַל! ער קאָן נישט שפּילן אין אַ לאַנד וווּ מען באַזײַטיקט מוזיקער, נאָר דערפֿאַר ווײַל זיי זענען ייִדן". און אין זײַן בריוו האָט ער צוגעוואָרפֿן, אַז ער איז שטאָלץ צו זײַן אַ מוזיקער ווען ער הערט אַז קינסטלער זאָגן זיך אָפּ צו דערשײַנען אין נאַצישן דײַטשלאַנד!
הובערמאַן האָט זיך נישט באַנוגנט מיטן עפֿנטלעכן בריוו צום בערלינער דיריגענט. אין מאַרץ 1936 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין "מאַנטשעסטער גאַרדיען" אַ "רוף צו דער דײַטשער אינטעליגענץ" זי זאָל באַקעמפֿן דעם פֿינצטערן נאַציזם.
בראָניסלאַוו הובערמאַן איז נישט יוצא געווען מיט אַנטי־נאַצישע דעקלאַראַציעס. ער האָט אויפֿגעטאָן אַ קאָלאָסאַלן פֿאַקט. ער איז אַוועק קיין תּל־אָבֿיבֿ, גערופֿן די אָפּגעזאָגטע ייִדישע מוזיקער און מיט זיי געשאַפֿן אַ ייִדישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער.
"דער דאָזיקער אָרקעסטער", האָט הובערמאַן געזאָגט, "וועט זײַן די פֿילהאַרמאָניע פֿון דער קומענדיקער ייִדישער מדינה!"
קורץ פֿון דער זאַך: דעם 6טן דעצעמבער 1936 איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿ דער ערשטער קאָנצערט פֿון בראָניסלאַוו הובערמאַנס נײַ־געשאַפֿענעם אָרקעסטער אונטער דער לייטונג פֿון באַרימטן אַנטי־פֿאַשיסטישן דיריגענט, אַרטוראָ טאָסקאַניני. לאָמיר באַמערקן — היות די מוזיקער פֿון דעם אָרקעסטער זענען געווען אַלע פֿון אַ הויכן ניוואָ האָט זיך דער אַנסאַמבל גאַנץ שנעל צונויפֿגעשפּילט, באַקומען אַ "פּנים", און געוואָרן איינער פֿון די בעסטע סימפֿאָנישע אָרקעסטערס אין דער וועלט.
הובערמאַן איז געווען אַ וואַרעמער ייִד. אין די 1920ער יאָרן האָט ער עטלעכע מאָל באַזוכט פּאַלעסטינע, געגעבן קאָנצערטן, געאָטעמט די לופֿט פֿון לאַנד און באַוווּנדערט די יונגע ייִדישע חבֿרה וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייערע וואַרעמע היימען, געקומען אין לאַנד אַרײַן צו טריקענען מיט זייערע לײַבער מאַלאַרישע זומפּן, באַפֿרוכפּערט מידבריות און געשאַפֿן בליִענדיקע ייִשובֿים און פּראַכטפֿולע גערטנער.
אין יאָר 1938 איז הובערמאַן געוואָרן ערן־בירגער פֿון תּל־אָבֿיבֿ! אין 1947 איז ער אין דער שווײַץ אַוועק פֿון דער וועלט. אַ ירושה פֿאַר ישׂראל האָט ער געלאָזט זײַן דערגרייכטן טרוים — די פֿילהאַרמאָניע פֿון תּל־אָבֿיבֿ; אַן אָרקעסטער, וואָס איז דער ווירדיקסטער "אַמבאַסאַדאָר" פֿון דער ישׂראל־קונסט אין דער וועלט שוין גאַנצע 75 יאָר.