אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען.
די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער.
"אַבי-געלטניקעס" זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אויך ווי אַ טייל פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. צוויי פֿון זיי האָבן דעם 25סטן מאַרץ באַקומען צו 87 חדשים תּפֿיסה. און דאָס האָט זיי נאָך אָפּגעגליקט, ווײַל געשמעקט האָט דאָך מיט אַ היפּש לענגערן טערמין — ביז 20 יאָר יעדערן פֿון זיי. די רייד גייט וועגן דעם 41־יאָריקן איגאָר לעווין און דעם 40־יאָריקן יעווגעני שוואַרצשטיין. די מלוכה האָט מיט זיי געמאַכט אַ געשעפֿט: זיי האָבן אָנערקענט זייער שולד און צוגעזאָגט אומקערן 7 מיליאָן דאָלאַר, וועלכע עס זײַנען אויסגענאַרט געוואָרן בײַ אַ זיבעציק נאַיִווע אינוועסטאָרן.
די סכעמע פֿון אויסנאַרן איז געווען אַן אַלטע, אַפֿילו אוראַלטע: מע האָט צוגעזאָגט אַ גרויסן גילדענעם באַרג, און מענטשן האָבן געגלייבט. בפֿרט נאָך, אַז אויסגעזען האָט אַלץ כּלומרשט לײַטיש, ניט מאַכערײַקיש — אַ פֿינאַנציעלע קאַנטאָר מיט אַ שיינעם נאָמען: A. R. Capital Global Fund. לויט דער לעגענדע, האָט מען די צונויפֿגעקליבענע געלטער אינוועסטירט אין פֿאַרשיידענע קאָמפּאַניעס. אין דער אמתן, אָבער, פֿלעגט מען די דאָלאַרן איבערשיקן אין אוקראַיִנע צי נאָך ערגעצוווּ, און שוין — פֿאַרפֿאַלן. דאָס הייסט, אַז מע האָט אויפֿגעבויט אַ פּיראַמידע. ס׳איז נאָך גוט, וואָס מע האָט זיי באַצײַטנס גענומען אויפֿן צימבל און פֿאַרמאַכט. אַנדערש וואָלטן אַ סך מער מענטשן פֿאַרלוירן זייערע ממתּקים.
סײַ לעווין סײַ שוואַרצשטיין ווייסן שוין דעם טעם פֿון תּפֿיסה. לעווינען האָט מען געהאַט פֿינף מאָל אַרעסטירט, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגערמאַן. און שוואַרצשטיין איז מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק אָפּגעזעסן 11 חדשים פֿאַר שווינדלערײַ. מיר איז, אַגבֿ, אינטערעסאַנט, וואָס פֿאַר אַ סאָרט מענטשן עס זײַנען די זיבן צענדליק אינוועסטאָרן. איך וועל זיך גאָר ניט חידושן, אויב זיי — אָדער, לכל-הפּחות, אַ טייל פֿון זיי — זײַנען לײַט פֿון דעם זעלבן קאַליבער, דאָס הייסט — "אַבי-געלטניקעס". ווער נאָך וואָלט אָט דעם פּאָרל, שוין אָפּגעזעסענע שווינדלער, פֿאַרטרויט זייערע געלטער, און דווקא גאָר ניט קיין קליינע?
די אויבן-דערמאָנטע צוויי תּכשיטים האָבן, פֿאַרשטייט זיך, געהאַט שותּפֿים, און עטלעכע זיצן שוין אין טורמעס. איינער פֿון זיי הייסט אַלען פֿישמאַן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו און איז געקומען מיט די עלטערן קיין אַמעריקע אין 1974, ווען ער איז געווען 15 יאָר אַלט. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ באַקאַנטער קאַנגלער אין אוקראַיִנע, און אַלען האָט אויך געוויזן גוטע רעזולטאַטן אין ספּאָרט; באַקומען אַ ספּאָרטיווע סטיפּענדיע אין טעמפּל-אוניווערסיטעט, פֿילאַדעלפֿיע.
די חיונה האָט פֿישמאַן שפּעטער, נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט, געצויגן, דער עיקר, פֿון אַרבעטן אין "דײַל קאַר" — דאָס איז איינע פֿון די גרעסטע לימוזין-קאָמפּאַניעס אין ניו-יאָרק. ער האָט זיך אַפֿילו אַרויפֿגעאַרבעט ביז אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג אין דער קאָמפּאַניע. זיי האָבן דאָרטן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער דאָזיקער סימפּאַטישער מענטש באַשעפֿטיקט זיך אויך מיט שווינדלערײַי. אין יוני 2010 האָט ער באַקומען 47 חדשים תּפֿיסה פֿאַר זײַן חלק אין דעם געשעפֿט.
צי וועלן זיך אַנדערע שווינדלער — רוסיש-ייִדישע, סתּם-ייִדישע און ניט-ייִדישע — איבערשרעקן, הערנדיק וועגן דעם ענין? צי וועלן אַנדערע לײַט ווערן פֿאָרזיכטיקער בײַם אינוועסטירן זייער געלט? מיר דאַכט זיך, אַז דאָס וועט קיין מאָל ניט געשען. די "אַבי-געלטיקייט" לעבט אין דער געזעלשאַפֿט ווי אַ ווירוס. און קיין זיכערע רפֿואה פֿאַר אינפֿלוענציע האָט מען דאָך אויך דערווײַל ניט צוגעטראַכט.