- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿרײַטיק, דעם 25סטן מערץ, 2011, האָט מען אָפּגעמערקט הונדערט יאָר נאָכן טרײַענגל־פֿײַער, אין וועלכן 146 מענטשן זענען אומגעקומען אין אַ סוועטשאַפּ־שׂרפֿה; ס'רובֿ פֿון די קרבנות זענען געווען ייִדישע פֿרויען. לפּחות אויף צוויי פֿון די הזכּרות דאָס יאָר האָט מען געהערט ליטעראַרישע ווערק און לידער אויף ייִדיש.
אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי", אין אַן אַלטער שיל אויף דער איסט־סײַד האָט מען אָנגעהויבן די הזכּרה מיט אַן אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן. דער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן בײַם בנין, וואָס שטייט נאָך לעבן דעם וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק. נאָך דעם ווי מע האָט געזונגען ייִדישע אַרבעטער־ און סוועטשאַפּ־לידער מיטן חזן ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט מען אָנגעהויבן צו גיין. אינעם שטילן מאַרש האָבן אנטייל גענומען 146 מענטשן, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די אומגעקומענע אַרבעטער. צווישן די מאַרשירערס זענען געווען שרײַבער, ריכטערס, מיטגלידער פֿונעם "נײַעם ייִדישן כאָר" און קינדער. נאָך דעם ווי מען איז אָנגעקומען אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי" האָט ישׂשׂכר וואַרשאַוער, די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס און פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג געשפּילט און געזונגען לידער פֿון די סוועטשאַפּ־פּאָעטן, צווישן זיי דוד איידלשטאַדט און מאָריס ווינטשעווסקי. די אַקטריסע און פֿאָרשערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, קאַראַיִד אָ'ברײַען און דער אַקטיאָר דוד מאַנדעלבאַום האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון די ווערק פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד (צווישן זיי די לידער וועגן דעם פֿײַער וואָס דער דאָזיקער פּאָעט האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" באַלד נאָך דער טראַגעדיע). דער קאָנצערט האָט זיך געענדיקט מיט דער תּפֿילה "אל מלא רחמים" און יעדער פֿון די 146 אָנטיילנעמער האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין אָנדענק פֿון אַ געוויסן קרבן פֿונעם פֿײַער. שבת־צו־נאַכטס, דעם 26סטן מאַרץ, האָט דער "אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק אָפּגעמערקט די "טרײַענגל־פֿײַער" טראַגעדיע מיט אַ הזכּרה אין אַ קלויסטער אין דער "איסט־ווילעדזש" געגנט פֿון מאַנהעטן. דער עולם אינעם געפּאַקטן זאַל האָט געהערט ווי תּלמידים פֿון דער "אַרבעטער־רינג" "מידטאַון"־שול זינגען און דערציילן וועגן דעם פֿײַער. די זינגערין אַדריאַן קופּער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַרבעטער־לידער אין עטלעכע שפּראַכן. סײַ קאַהן, וואָס איז יאָרצענדליק אַקטיוו ווי אַ זינגער, אַרבעטער־ און מענשטן־רעכטס קעמפֿער האָט געזונגען און דערציילט וועגן דער אַרבעטער־באַוועגונג אַמאָל און הײַנט. ספּעציעל פֿון באָסטאָן איז געקומען דער "אַרבעטער־רינג"־כאָר — "אַ בעסערע וועלט", וואָס באַשטייט פֿון יונגע און אַלטע זינגערס. זײַן פֿאָרשטעלונג — "דער שטאָף פֿון וועלכן מיר זענען געשניטן" — האָט אַרײַנגענומען ייִדישע לידער און דראַמאַטיזירונגען פֿון געקליבענע סצענעס אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. דער ספּעקטאַקל האָט דערציילט ווי די ייִדישע אימיגראַנטן־קהילה אין לאַנד האָט געליטן, אָבער צוזאַמען געקעמפֿט פֿאַר בעסערע אַרבעטער־באַדינגונגען און רעכט, קעגן דעם "סוועטשאַפּ". דערבײַ האָט מען אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער קאַמף גייט ווײַטער אָן, כאָטש די אַרבעטער אין די פֿאַבריקן זענען מער נישט קיין ייִדן. אין אַפּריל און מײַ וועט מען אין אַ קליינעם טעאַטער אין פּאַריז קענען הנאה האָבן פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון ייִדישע לידער — "טשאָלנטגאַנג". די יונגע זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר וועגן אַ גרופּע קלעזמאָרים וואָס שטייען אײַן אין אַ קרעטשמע און עסן כּלערליי מאַכלים, און דערבײַ הערט מען ייִדישע לידער אויף דער טעמע — עסן. מילענאַ קאַרטאָווסקיס זיידע האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, דערציילט זי, צום טייל, ווײַל ער איז געווען אַ חזן. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין דײַטשלאַנד און איז געקומען קיין פּאַריז. שוין 90 יאָר אַלט, איז ער נאָך אַקטיוו, שפּאַצירט, טרינקט ווײַן, זינגט, און זײַן ביאָגראַפֿיע מיט פֿרייד און לייד, זײַן לוסט צום לעבן, האָט באַגײַסטערט זײַן אייניקל צו שאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך. |