- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַפּריל און מײַ וועט מען אין אַ קליינעם טעאַטער אין פּאַריז קענען הנאה האָבן פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון ייִדישע לידער — "טשאָלנטגאַנג". די יונגע זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר וועגן אַ גרופּע קלעזמאָרים וואָס שטייען אײַן אין אַ קרעטשמע און עסן כּלערליי מאַכלים, און דערבײַ הערט מען ייִדישע לידער אויף דער טעמע — עסן. מילענאַ קאַרטאָווסקיס זיידע האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, דערציילט זי, צום טייל, ווײַל ער איז געווען אַ חזן. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין דײַטשלאַנד און איז געקומען קיין פּאַריז. שוין 90 יאָר אַלט, איז ער נאָך אַקטיוו, שפּאַצירט, טרינקט ווײַן, זינגט, און זײַן ביאָגראַפֿיע מיט פֿרייד און לייד, זײַן לוסט צום לעבן, האָט באַגײַסטערט זײַן אייניקל צו שאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך. אין דער היים האָט קאַרטאָווסקי נישט גערעדט קיין ייִדיש, אָבער זי לערנט זיך הײַנט מאַמע־לשון אינעם "מעדעם צענטער/אַרבעטער־רינג" מיט דער לערערין ליסע אַמיעל־גוטמאַן, וועלכע העלפֿט איר אויך מיט דער שפּראַך פֿון די לידער. כאָטש זי איז אַן אָנהייבער וואָס שייך שפּראַך, איז קאַרטאָווסקי געוואָרן אַן איבערגעגעבענע קעמפֿערין פֿאַר ייִדיש. זי האָט זיך פֿאַרליבט אין דער שפּראַך און קולטור, און זי האָט פֿאַר זיך אונטערגענומען ווי אַ ציל צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש, נישט נאָר צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן, נאָר צווישן אַ ברייטערן עולם, ייִדן און נישט־ייִדן. "די רײַכע ייִדישע קולטור דאַרף זײַן פֿאַר יעדן צוטריטלעך" — זאָגט זי. די זינגלידער וואָס קאַרטאָווסקי פֿירט אויף, נעמען אַרײַן באַקאַנטע טעאַטער־ און פּאָפּולערע לידער ווי "רומעניע, רומעניע", "טשיקען", "געפֿילטע פֿיש" און "שוויגעראָ"; חסידישע פֿאָלקסלידער, ווי "וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט קומען" און נײַערע לידער, ווי עפֿים טשאָרני און מאיר חרצס ליד "באָרשט". מוזיקער און פֿאָרשער פֿון דער וועלט האָבן איר צוגעשיקט און באַקאַנט געמאַכט מיט כּלערליי ייִדישע "מאַכלים"־לידער. אָבער די זינגערין טײַטשט נישט אויס די לידער דווקא אינעם טראַדיציאָנעלן נוסח: "באָרשט" זינגט מען און מע שפּילט אין אַ רעגיי־ריטעם, און אַן אַנדער ליד שטעלט מען פֿאָר אין אַ "ראַפּ"־ריטעם. ס'רובֿ לידער זינגט זי אין אַ חנעוודיקן קאַבעריי־סטיל, און מיט אַן אייגנס איבערגעטריבענער דראַמאַטישקייט. דערצו רעציטירט זי לידער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין דער פֿאָרשטעלונג באַגלייטן זי דרײַ מוזיקער און זיי שפּילן אויך אויס געוויסע ראָלעס אינעם סיפּור־המעשׂה. מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט אויפֿגעפֿירט איר "טשאָלנטגאַנג" אין דעצעמבער 2010 און דער אָפּרוף איז געווען אַזאַ גוטער, אַז זי וועט ווײַטער אויפֿטרעטן מיטן ספּעקטאַקל אינעם פּאַריזער "טעאַטער קיראָן", דאָנערשטיק, דעם 28סטן אַפּריל און דעם 12טן מײַ, 8:30 אין אָוונט; אין די זונטיקן פֿונעם 1טן, 8טן, 22סטן און 29סטן מײַ, 6:00 אין אָוונט. צו רעזערווירן אַ בילעט, קלינגט: 50־11־64־44־01. צום מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני, האָט מען זי אויך פֿאַרבעטן. מע קען זען געוויסע סצענעס פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף דער "יו־טובֿ"־וועבזײַט: https://www.youtube.com/watch?v=-BDkXcYQfQo א.ג. |