‫פֿון רעדאַקציע

אין אייראָפּע איז געגרינדעט געוואָרן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער פּאַרלאַמענט, וועלכער וועט באַשטיין פֿון 120 דעפּוטאַטן, וואָס זײַן פּרעזידענט וועט זײַן איגאָר קאָלאָמאָיסקי, אַ ביליאָנער פֿון אוקראַיִנע. די אייראָפּעיִשע "כּנסת" וועט זיך געפֿינען אין בריסל, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאַב־קוואַרטיר פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.

די וואָך איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר אויפֿן אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָרום. פֿון צענדליקער לענדער זײַנען געקומען דעלעגאַציעס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פּאַריז, זאָגט מען, איז שוין שווער מיט עפּעס איבערראַשן, אָבער אַזוינס האָט נאָך פּאַריז ביז אַהער נישט געזען.

בײַ דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿאָרום האָט די דעלעגאַטן באַגריסט דער ראָש פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן, פּיער בעסנאַנו. ער האָט אויך איבערגעלייענט די באַגריסונג פֿונעם ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אַזאַ פֿאָרום איז זייער וויכטיק הײַנט פֿאַר אַ נײַעם דיאַלאָג צווישן ישׂראל און אייראָפּע.

ס'איז נישט קיין סוד, אַז נישט געקוקט אויף דעם שרעקלעכן חורבן, וואָס האָט פֿאַקטיש אויסגערייניקט אייראָפּע פֿון ייִדן, שלעפּט זיך דאָרט ביז הײַנט דער חייִשער עק פֿון קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם. איצט זײַנען די אייראָפּעיִשע לענדער פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט מוסולמענער, וואָס אַ היפּשער טייל פֿון זיי גיט צו זייער אייגענע פּאָרציע שׂינאה קעגן ייִדן בכלל און ישׂראל בפֿרט, און דינט אַליין ווי אַ מקור פֿאַר קסענאָפֿאָבישע אויפֿברויזן אין דער געזעלשאַפֿט.

ביז אַהער האָבן די ייִדן אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע ממשיך געווען צו מאַכן זייער שבת — יעדער קהילה פֿאַר זיך, אין די גרענעצן פֿון זייער לאַנד. קיין אַלגעמיינע שטאַרקע שטימע האָט זיך נישט געהערט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס'האָט עקזיסטירט אַזאַ אַלגעמיינע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, ווי "אייראָפּעיִשער ייִדישער ראַט".

מיט וואָס זשע איז געווען די איצטיקע פּאַריזער אַסיפֿה אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? ערשטנס, ווערט געפֿירט די אַרבעט אין באַזונדערע סעקציעס, וווּ עס קומען פֿאָר פּראָפֿעסיאָנעלע דיסקוסיעס און ס׳ווערן באַטראַכט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן: דערציִונג, מוזיק, פּאָליטיק, ישׂראל־פּראָבלעמען, ייִדישע אינטערנעץ וכּדומה. וויכטיק איז, אַז צווישן די דעלעגאַטן זײַנען דאָ אַ סך יונגע מענטשן, געקומען פֿון דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, האָלאַנד, בעלגיע, רוסלאַנד, אוקראַיִנע — פֿרישע פּנימער פֿון ייִדישער טעטיקייט אין אייראָפּע.

צווייטנס, צו דער אַרבעט פֿונעם פֿאָרום אין פּאַריז איז אײַנגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע טעלעפֿאָן־ליניע, וואָס דערמעגלעכט די מענטשן פֿון 28 אייראָפּעיִשע לענדער זיך פֿאַרבינדן בחינם מיטן פֿאָרום און זיך טיילן מיט זייערע פּראָבלעמען און פֿאַקטן וועגן קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם.

דריטנס, עס איז אַרומגערעדט געוואָרן אַ בשותּפֿותדיקע קאָנצעפּציע פֿונעם ייִדישן לעבן אין אייראָפּע — פֿון שאַפֿן יוגנטלעכע קעמפּס ביז אַ געאייניקטער דערציִונג־סיסטעם, וואָס אָן איר איז אוממעגלעך צו פֿאָרמירן אַ פֿולבלוטיק ייִדיש לעבן. עס וועט אויך געשאַפֿן ווערן אַ ספּעציעלע אויסגאַבע.

דער עיקר אָבער פֿון דעם פֿאָרום איז, אַז אין אייראָפּע איז געבוירן געוואָרן אַ נײַע ייִדישע פֿאַראייניקונג — אייראָפּעיִשער ייִדישער פּאַרלאַמענט, וואָס וועט זײַן נענטער צום אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. עס וויל זיך זייער גלייבן, אַז דער נײַער אָרגאַניזאַציע וועט זיך אײַנגעבן צו פֿאַרטיידיקן סײַ די אינטערעסן פֿון די באַזונדערע קהילות אין אייראָפּע און סײַ לאָבירן די אינטערעסן פֿון ישׂראל, ווי עס האָט אַמאָל געטאָן אין אַמעריקע דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס.