איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם ייִדישן זשורנאַליסט א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס איז אין 1901 געקומען קיין אַמעריקע, געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און אַנדערע צײַטשריפֿטן. אין די יאָרן 1905—1914 האָט ער געוווינט אין וואַרשע און ווילנע, געדרוקט אַ סך אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אין געווען אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. אין 1914 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך אויך ווײַטער אָפֿט באַווײַזן אין דער צײַטונג.
אין 1918 איז ליטווין אַרויס מיט צוויי אַרטיקלען, אין וועלכע ער האָט פֿאָרגעלייגט אַ רעפֿאָרם פֿון ייִדישן אויסלייג: "זיי ווילן מאַכן אַ טאָלק אין ׳ספּעלן׳ ייִדיש" (דעם 23סטן פֿעברואַר) און "ווי אַזוי זאָל מען אויסלייגן אַ ייִדישן בריוול?" (דעם 7טן אַפּריל). די יצר-הרע צו בײַטן דעם אויסלייג איז געווען שטאַרק בײַ אַ סך ייִדישע ליטעראַטן, אַזוי אַז ליטווין איז ניט געווען קיין אויסנאַם.
זײַנע פֿאָרשלאָגן האָט ליטווין כּלומרשט געבויט אויף אַ פּראַקטישן יסוד. ער האָט געטענהט, אַז ער האָט בכּיוון אויסגעמיטן אידעאָלאָגישע אַרגומענטן פֿאַר אַ מאָדערניזירטער אָרטאָגראַפֿיע, ווײַל ער האָט ניט געוואָלט מע זאָל אים באַשולדיקן אין "ייִדישיזם". מאַכן פּשוטער, לאָגישער דעם אויסלייג, ווי אויך סטאַנדאַרטיזירן אים, איז געווען וויכטיק, ווי עס האָט געשריבן ליטווין, ווײַל דאָס וואָלט גרינגער געמאַכט די אַרבעט אי פֿאַר די לערער, אי פֿאַר די זעצער, אי פֿאַר די שרײַבער, רעדאַקטאָרן און קאָרעקטאָרן.
ליטווין האָט געהאַלטן, לשמל, אַז "עי" און "אַי" זײַנען געווען בעסער פֿון צוויי יודן. (ווי אַ ליטוואַק, האָט ער אַפֿילו ניט געטראַכט וועגן "וי".) ער האָט געשריבן (אין זײַן אייגענעם אויסלייג):
פֿון מענדעלעס צאַיטן איז באַי אונ[ד]ז אַינגעפֿירט אויף אַיסצודריקן דעם צונויפֿגעזעצטן וואָקאַל "עי" און "אַי" — צוויי יודן. אָט דער עינפֿיר האָט ניט קעין שום לאָגישן און גראַמאַטיקאַלישן גרונד. דאָס איז אַן אַינפֿיר פֿון די הפֿקרות, וואָס די אַלטע משׂכּילים האָבן זיך [ד]ערלויבט מיט דעם זעי פֿאַרהאַסטן "זשאַרגאָן". די צוויי יודן מוזן אויסגעשמיסן ווערן. אויף זעיער אָרט אַינפֿירן דעם נאַטירלעכן און פּשוטן צונויפֿגעזעצטן וואָקאַל "עי" און "אַי". אַזוי צ. ב.: צוועי, דראַי אַנשטאָט צוויי, דרײַ.
ווײַט-גייענדיקע פּלענער האָט ליטווין געהאַט אויך וועגן העברעיִשע ווערטער (איך נוץ ווײַטער, פֿון דעסטוועגן, אונדזער איצטיקן אויסלייג, ווײַל אַנדערש איז שווער צו לייענען זײַן טעקסט):
אינעם געברויך [באַנוץ] פֿון די העברעיִשע ווערטער הערשט בײַ אונדז אַ גרויסער מיש-מאַש, וואָס ברענגט פֿיל שאָדן דער רייניקייט פֿון דער שפּראַך. עס מוזן דאָ געשאַפֿן ווערן געוויסע כּללים, וואָס זאָלן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל גענוי באַשטימען די ראָלע פֿון העברעיִזמען אין ייִדיש.
בײַם באַשאַפֿן אָט די כּללים מוז מען געדענקען צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז העברעיִש האָט זיך שוין פֿון אַלטע צײַטן אָן אַזוי צונויפֿגעוואַקסן מיט ייִדיש, אַז ס׳וואָלט געווען אַ פֿאַרברעכן און אַן אומזין אַרויסצורײַסן די לשון-קודש-ווערטער פֿון אונדזער מאַמע-לשון. די ייִדישע שפּראַך וואָלט דאַן, אָן אַ שום ספֿק, פֿאַרלוירן זייער פֿיל פֿון איר געשמאַקייט, פֿון איר זאַלץ. פֿון דער אַנדער זײַט אָבער ווערן זייער אָפֿט געברויכט העברעיִשע ווערטער גאָר אָן אַ שום נויטווענדיקייט. די אָריגינעלקייט און געשמאַקייט פֿון ייִדיש קאָן, אַ שטייגער, אויף קיין פֿאַל ניט לײַדן ווען מיר שרײַבן אַנשטאָט "החלטה" — באַשלוס; אַנשטאָט "יקר-המציאות" — זעלטנקייט, אַנטיק-זאַך; אַנשטאָט "מושווה-ווערן" — דורכקומען, זיך אויסגלײַכן. עס מוז, אַלזאָ, געמאַכט ווערן פֿאַר אַ כּלל: אויסמײַדן ווי ווײַט מעגלעך אַלע לשון-קודש-ווערטער, אויב אויף זייער פּלאַץ איז דאָ אין ייִדיש ווערטער, וואָס זײַנען אַלעמען פֿאַרשטענדלעך און זיי דריקן פֿולקום אויס דעם זין פֿון די העברעיִשע ווערטער.
אַ צווייטער כּלל מוז געמאַכט ווערן וועגן דעם אויסלייג פֿון די לשון-קודשדיקע ווערטער, וואָס מוזן אַרײַנקומען אין ייִדיש. איך וואָלט פֿאָרמולירט דעם כּלל אַזוי: אַלע העברעיִשע ווערטער, וואָס זײַנען שוין לאַנג געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿון ייִדיש, מוזן בלײַבן מיט זייער העברעיִשן אויסלייג. אַ שטייגער ווי: שבת, יום-טובֿ, פּסח, שבֿועות, סכות, עין-הרע, רכילות. אַזוינע ווערטער אָבער ווי בעל-הבית, בעל-מלאכה, סך, קונדס, שגץ, חנפֿענען, זאָל ווײַטער געשריבן ווערן מיט דעם ייִדישן אויסלייג: באַלעבאָס, באַלמעלאָכע, סאַך, קונדעס, שייגעץ, חאַנפֿענען, ווי אַ סך האָבן שוין אָנגעפֿאַנגען אַזוי צו שרײַבן. דעם דאָזיקן כּלל וואָלט איך פֿאָרגעשלאָגן צו מאַכן פֿאַר אַ דערווײַליקן, ווײַל נאָך מײַן מיינונג, איז אָט די פֿראַגע איינע פֿון די גרונד-פֿראַגן אין דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. פֿעסטע באַשלוסן קאָנען דאָ אָנגענומען ווערן בלויז אויף אַן אַלגעמיינעם שפּראַך-קאָנגרעס פֿון ביידע זײַטן אָקעאַן.
ווי אַ צײַטווײַליקן מיטל וואָלט איך אויך דערלויבט אַלע העברעיִשע ווערטער אויסצולייגן לויט דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע...
ווי מיר ווייסן, וועט מען מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1920, אין סאָוועטן-רוסלאַנד, די העברעיִשע ווערטער אָנהייבן שרײַבן לויט די אַלגעמיינע ייִדישע כּללים. צי הייסט עס, אַז די סאָוועטישע רעפֿאָרמאַטאָרן האָבן עפּעס "אונטערגעקוקט" בײַ ליטווינען? איך מיין, אַז ניט. אָן אים זײַנען אויך געווען ניט ווייניק לײַט, וועלכע האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט פּראָיעקטן פֿון מאָדערניזירן דעם ייִדישן אויסלייג. זייערע אידעען זײַנען אָפֿט מאָל צונויפֿגעפֿאַלן, ווײַל אַ סך ייִדן האָב אַזוי שוין סײַ-ווי-סײַ געשריבן.