דער צווייטער באַנד פֿון "ישו הנוצרי" פֿונעם פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן , איז דערשינען דעם 10טן מערץ 2011. אינעם בוך שרײַבט דער מחבר, אַז נישט אַלע ייִדן טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן טויט פֿון יעזוס. |
Credit: Getty Images |
איך לייען איצט אַ זאַמלבוך דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿון דעם באַוווּסטן סאָוועטישן שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן. מע האָט עס מיר צוגעשיקט כ’זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע, אַזוי, אַז איך לייען עס "מיט כּוונה". מע האָט די אויסגאַבע שוין געלויבט, און זי פֿאַרדינט עס, כאָטש אייניקע קאָמענטאַרן רופֿן אַרויס אַ שמייכל. למשל, מע דערציילט אַ באָבע-מעשׂה, אַז ס’רובֿ מענטשן האָבן אין רוסלאַנד גענוצט אָנעטשעס (אַ וואַרעם שטיק שטאָף, אַרומצוּוויקלען די פֿיס) אַזש ביז די 1950ער יאָרן, ווען מע איז אַריבער אויף שקאַרפּעטקעס. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.
צום סוף פֿונעם בוך איז געגעבן געוואָרן די כראָנאָלאָגיע פֿון געשעענישן אין גראָסמאַנס לעבן גופֿא, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו זײַן ביאָגראַפֿיע. כאַראַקטעריש, אַז דער דאָזיקער "פּינקס" הייבט זיך אָן פֿון 1881, כאָטש גראָסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1905. דאָך, האָט מען באַשלאָסן, אַז די פֿאָרגעשיכטע פֿון זײַן לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דעם 13טן מאַרץ 1881, ווען ס’איז דערהרגעט געוואָרן דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צווייטער.
אַזאַ חשבון איז, בלי-ספֿק, זייער אַמעריקאַניש. דער טעראָריסטישער אַקט מיט 130 יאָר צוריק לעבט נאָך אַלץ אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן זכּרון. מע האָט פֿאַרגעסן וועגן זייער אַ סך וויכטיקע געשעענישן, אָבער דווקא די דאָזיקע דאַטע ווערט ניט אויסגעמעקט. ווײַל כּמעט יעדע אַלטגעזעסענע ייִדישע משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גיט איבער פֿון דור צו דור די מסורה אירע — אַז זייער עלטער-זיידע צי עלטער-באָבע איז געקומען פֿון רוסלאַנד נאָך די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן אין יענער צײַט, נאָך דעם צאַרס טויט. היסטאָריקער ווייסן, אַז די אמתע סיבות פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע זײַנען, בדרך-כּלל, געווען אַנדערע — דער עיקר, עקאָנאָמישע. אָבער אַזוי האָט מען זיך שוין זייער פֿעסט אײַנגערעדט, און בײַטן די דאָזיקע אײַנגערעדטע זאַך, זעט אויס, איז פּשוט אוממעגלעך.
אַן אַנדער — אַ סך מער געפֿערלעכע — באָבע-מעשׂה האָט אָנהייב מאַרץ געפּרוּווט בײַטן דער פּויפּסט בענעדיקט. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער שולד, וואָס מיר, ייִדן, כּלומרשט טראָגן אויף זיך פֿאַר ישוס טויט. און מע פֿרייט זיך שוין! איין קלייניקייט, דער פּויפּסט אַליין זאָגט, אַז די ייִדן זײַנען ניט שולדיק. אין וואַטיקאַן האָט מען וועגן דעם גערעדט נאָך אין יאָר 1965. נאָך דעמאָלט האָט מען אַראָפּגענומען די קאָלעקטיווע שולד; אַזוי, אַז צו מײַן בר-מיצווה (וואָס אין די סאָוועטישע באַדינגונגען איז קיין ריכטיקע בר-מיצווה ניט געווען) בין איך שוין געווען אַ רעהאַביליטירטער, צוזאַמען מיט מיליאָנען אַנדערע, ביז יענער צײַט, "שולדיקע" ייִדן.
אָבער אַלץ זעט אויס שוין ניט אַזוי פֿויגלדיק, ווען מע לייענט איבער — מיט כּוונה — די היסטאָרישע ווערטער פֿון דעם פּראָגרעסיוון פּויפּסט בענעדיקט. ער האַלט דאָך אין איין טענהן, אַז ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿאַרמישט אין דעם טרויעריקן סוף פֿון יעזוסן, אָבער נאָר אַ גרופּע קאָכלעפֿל. הייסט עס, אַז זיי, די ייִדישע מערדער, זײַנען פֿאַרבליבן שולדיק, און זייערע קינדס־קינדער אויך. און וווּ שטייט עס געשריבן, אַז איך, אַ שטייגער, שטאַם ניט פֿון איינעם פֿון אַזעלכע קאָכלעפֿל? צי איר טראָגט ניט אין זיך זײַן גענעטישן קאָד און די שרעקלעכע שולד ווי אַ בײַלאַגע? אַזוי, אַז ס’איז נאָך ווײַט פֿון געלעכטער. די אַרכעאָלאָגן קענען נאָך עפּעס אויסגראָבן אַזוינס, אַז אַ סך פֿון אונדז וועט מען אין עפּעס אַן "אַש-מיטוואָך" צונויפֿקלײַבן און פֿאַרשיקן אין אַ וואַטיקאַנישן "גולאַג".
און נאָך איין רוח פֿון דעם עבֿר האָט זיך "אַקטואַליזירט" אין די טעג. דאָס איז די אַמענדירונג פֿון דזשעקסאָן-וועניק, וועלכע מע האָט אין אַמעריקע אָנגענומען אין יאָר 1974, כּדי דורך עקאָנאָמישע סאַנקציעס אָנקוועטשן אויף דער סאָוועטישער רעגירונג, זי זאָל דערלויבן די ייִדן צו עמיגרירן קיין ישׂראל. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך דער מצבֿ, לחלוטין, געביטן. עס זײַנען שוין אַריבער מער ווי צוואַנציק יאָר זינט עמעצן זאָל מען געווען אָפּשטעלן בײַם אַרויספֿאָרן פֿון רוסלאַנד. אָבער די אַמענדירונג לעבט! אַן אַנדער זאַך, אַז איין מאָל אין אַ יאָר נעמט מען אָן אַ באַשלוס אָנצוהאַלטן זי ווײַטער, פֿאַרפֿרוירן, נאָך אויף אַ יאָר. אָבער אין גאַנצן שאַפֿט מען עס ניט אָפּ.
אין דער רוסישער פּרעסע האָט מען אַפֿילו פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז שולדיק זײַנען די ליובאַוויטשער חסידים, ווײַל זיי לאָבירן כּלומרשט אַ שטיקל געשעפֿט, דהײַנו: דער אַמעריקאַנער צד וועט אָפּשאַפֿן די פֿאַרעלטערטע אַמענדירונג, אויב דער סאָוועטישער צד וועט אומקערן די חסידים די ביבליאָטעק, וואָס האָט געהערט צו דער משפּחה פֿון דעם ליובאַוויטשער רבי. ס’איז שווער צו זאָגן, צי אין דעם קלאַנג איז דאָ אַ שמץ פֿון אמת. אָבער די אַנטיסעמיטן האָבן דערווײַל סחורה פֿאַר זייערע שרײַבערײַען.
דער וויצע-פּרעזידענט דזשאָזעף בײַדען איז די טעג געווען אין מאָסקווע. האָט ער צוגעזאָגט, אַז די רעגירונג וועט זיך באַמיִען אָפּצושאַפֿן דאָס פֿאַרעלטערטע געזעץ; בפֿרט נאָך, אַז עס שטערט דעם פּראָצעס פֿון אַרײַננעמען רוסלאַנד אין דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיסחר. אַ סבֿרא, אַז אין דעם ווײַסן הויז וויל מען עס טאָן. אָבער איך האָב דערווײַל ניט געהערט, ווי אַזוי ס׳וועט די דאָזיקע ירושה פֿון דער קאַלטער מלחמה אָפּגעשאַפֿן ווערן אין די קרײַזן פֿון דער "טיי-פּאַרטיי". אפֿשר מיינען זיי, אַז דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק (וועמענס מיינונג זיי האָבן זיך אַרויסגערופֿן פֿאָרצושטעלן) וויל דווקא זיך ניט געזעגענען מיט אַזאַ ירושה.