זײַן וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען איז Prunus amygdalus; ער געהערט צום זעלביקן מין, Prunus, וואָס די פֿלוים, די קאַרש, דער ווײַנשל, די פֿערשקע און דער אַפּריקאָס. דער מין איז אַ טייל פֿון דער משפּחה רויזנבלומיקע. דער לאַטײַנישער נאָמען פֿונעם מין קערט זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "פֿלוים", אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה. דער נאָמען פֿונעם זגאַל איז אַרײַן אין לאַטײַניש פֿון גרעקיש און ווײַטער זיך צעשפּרייט איבערן קאָנטינענט. נאָר פּונקט ווי דער וועלטשענער נוס, ווערט דער מאַנדל נישט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ נוס ממש, נאָר פֿאַר אַ ביינדלפֿרוכט. נאָר מיר האַלטן זיך, ווי געזאָגט, בײַ דער פֿאָלקס־באָטאַניק.
כּידוע איז אַ מאַנדל נישט נאָר אַ פּרי, נאָר אויך אַ טייל פֿונעם גוף, אַ קליינער אָרגאַן וואָס געפֿינט זיך הינטערן גומען און וואָס העלפֿט אָפּצוהיטן דעם גוף פֿון פֿאַרשיידענע קרענק. ער הייסט "מאַנדל", וואָרן זײַן פֿאָרעם דערמאָנט אין דער פּרי מיט דעם נאָמען.
דער מקור פֿון כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען איז, ווי געזאָגט: גרעקיש -amygdal. אין הײַנטיקן גרעקיש איז amygdalo דער מאַנדל וואָס מע עסט, בשעת
amygdali איז דער גוף-טייל.
כאָטש אַלע נעמען זיי זיך פֿון איין מקור, קען מען די אייראָפּעיִשע טערמינען פֿאָרט צעטיילן אין עטלעכע גרופּעס. די ערשטע גרופּע: די ווערטער וואָס זענען כּמעט אידענטיש מיטן אָבֿ — דאָס רומענישע migdală, דאָס פּוילישע migdał און דאָס אוקראַיִנישע ‘migdal. דאָ גייט אַרײַן אויך דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט נישט פֿאַרן נוס, נאָר פֿאַרן גוף-טייל: amygdale (אַרויסגערעדט מיט אַ שטומען g). אַנדערש ווי אין פֿריִערדיקע פֿאַלן זעען מיר, אַז דאָ האָט רומעניש באַקומען זײַן וואָרט נישט פֿון דער מאַמע לאַטײַן, נאָר פֿון גרעקיש דורך סלאַוויש.
די צווייטע גרופּע נעמט אַרײַן די וואָס זענען מיט איין טראָט גערוקט פֿונעם מקור — דאָס רוסישע ‘mindal, דאָס דײַטשישע Mandel, דאָס ייִדישע "מאַנדל", דאָס איטאַליענישע דיאַלעקטישע mandula, דאָס אונגערישע mandula און דאָס טשעכישע mandle. די מעשׂה דערפֿון איז אַוודאי דאָס, וואָס דאָס אַרויסרעדן /gd/ קומט אָן שווער, איז פֿון /g/ געוואָרן /n/. דאָס גרעקישע y רעדט מען הײַנט אַרויס /i/, אָבער אַ מאָל האָט מען אים אַרויסגערעדט /ü/, איז דאָס אפֿשר פֿאַר וואָס אין טייל לשונות גילט /u/. איז דאָס וואָרט אין גערעדטן לאַטײַניש amandula (איין מקור טענהט, אַז דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳עסן׳, mandere, נאָר דאָס איז מוטל בספֿק), כאָטש דער וויסנשאַפֿטלעכער טערמין איז, ווי געזאָגט, גאָר amygdalus. פֿון דעם, amandula, נעמען זיך די ווערטער פֿון דער צווייטער גרופּע.
אין דער לעצטער גרופּע גייען אַרײַן אַלע אַנדערע ווערטער, די וואָס זענען מער ווי איין טראָט גערוקט פֿונעם מקור: דאָס ענגלישע almond און דאָס פֿראַנצויזישע amande, וואָס זיי פֿעלט דער לעצטער טראַף מיטן l, דאָס שפּאַנישע almendra מיטן איטאַליענישן כּלל-שפּראַכיקן mandorla — ביידע מיט אַן איבעריקן r — און דאָס פּאָרטוגאַלישע amêndoa, וווּ דער l איז מער נישטאָ, אָבער דער דריטער טראַף איז געבליבן. דער טראַף -al אינעם שפּאַנישן, און אפֿשר אויך אינעם ענגלישן, נעמט זיך דערפֿון, וואָס דאָס פֿאָלק האָט דאָס וואָרט על־פּי טעות אַרויסגעפֿירט פֿון אַראַביש, כאָטש אין דער אמתן איז אַראַביש דאָ גאָר נישט קיין מחותּן.
אין די דאָ אַרומגערעדטע לשונות איז דאָס וואָרט פֿאַרן גוף-טייל בדרך-כּלל אידענטיש מיט דעם פֿאַרן נוס. אויף פֿראַנצויזיש, ווי געזאָגט, זענען דאָ צוויי ווערטער פֿון איין שטאַם; אויף לאַטײַניש, אָבער, האָט מען דאָס פּאָרל גוף־טיילן גערופֿן tonsillæ, איז דאָס וואָרט אַרײַן אין איטאַליעניש (tonsille) און פֿראַנצויזיש (tonsilles). נאָר כאָטש דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט האָט זיך נישט דערהיטן, איז עס דאָך אַרײַן אין ענגליש (tonsilles) און אַזוי געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. דאָס לשון-קודשדיקע וואָרט, "שקד", וואָס אין חומש איז עס געווען דער טײַטש פֿונעם נוס, האָט אין דער הײַנטיקער תּקופֿה אויך איבערגענומען דעם טײַטש פֿונעם גוף-טייל; אַזוי אויך דאָס אַראַבישע lauza — קודם דער נוס, ערשט שפּעטער דער גוף-טייל. דאָס טשיקאַווע דערבײַ איז, וואָס די נטיה צו פֿאַרבינדן די צוויי טײַטשן האָט אָנגעשפּאַרט אַזש צו די אַראַבער.
אויף ייִדיש זענען אויך דאָ פֿאַמיליעס פֿון דעם שורש: "מאַנדל" און "מאַנדלבוים". פֿאַראַן אויך אַ פֿאַמיליע "מיגדאַל", וואָס ס׳טראָגן סײַ ייִדן, סײַ פּאָליאַקן. די ייִדן וואָס האָבן דעם נאָמען — צווישן זיי, אַ צאָל פֿון דער משפּחה מײַנער — ווילן גלייבן, אַז דער נאָמען איז אַ לשון-קודשדיקער: "מגדל" ׳טורעם׳. אָבער וויפֿל אַשכּנזים האָבן דען לשון-קודשדיקע פֿאַמיליע־נעמען, חוץ אַזעלכע ווי "כּהן" און "לוי", ווי אויך די ראָשי-תּיבֿות "כּץ", "שץ", "סגל" אד"גל? לייגט זיך אין גאַנצן נישט אויפֿן שׂכל דער לשון-קודשדיקער אָפּשטאַם. ס׳איז גיכער דער סלאַוויש-שטאַמיקער עקוויוואַלענט פֿונעם דײַטשיש-שטאַמיקן "מאַנדל".
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: דאָס ייִדישע וואָרט "מענדל". ס׳ערשטע, דער נאָמען, וואָס ער בינדט זיך מיט "מנחם", האָט געקענט אויפֿקומען אין מערבֿ-ייִדיש, וווּ "מנחם" האָט געקלונגען ווי "מאַנכן" ׳מאַנעלע, מענדעלע׳. ס׳צווייטע, "מענדל און ווײַבל", דימינוטיוון אַרויסגעפֿירטע פֿון "מאַן און ווײַב", וואָס ס׳איז טײַטש ׳דאָס העקעלע מיטן לעכעלע, וווּ ס׳העקלט זיך׳. ס׳לעצטע, אַ הײַנט ווינציק באַקאַנט וואָרט וואָס איז טײַטש ׳פֿופֿצן (פֿון עפּעס)׳, וואָס האָט ענטפֿערס אויף דײַטשיש (Mandel), טשעכיש (mandel) און פּויליש (mendel). די ווערטער נעמען זיך פֿון גאָר אַן אַנדער מקור וואָס דער מאַנדל — אפֿשר פֿון אַ קעלטיש וואָרט פֿאַר ׳גאַרבן׳ — און זענען פֿון דײַטשיש ווײַטער אַריבער צו די סלאַוון און ייִדן. איז מיט אונדזער הויפּטטעמע האָבן זיי נישט קיין שײַכות, אָבער געבן אַן עליה אַ האַלב פֿאַרגעסן וואָרט איז תּמיד כּדאַי.