מײַן קאָלעגע יעקבֿ לאָנדאָן און איך האָבן שוין ניט איין מאָל געשריבן וועגן דער מאַסן-עקזעקוציע פֿון פּוילישע בירגער, מערסטנטייל אָפֿיצירן, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע אונטער דעם נאָמען "קאַטין" — אַזוי הייסט דאָס רוסישע דאָרף אין דער סמאָלענסקער געגנט, לעבן וועלכן מע האָט מיט 70 יאָר צוריק אומגעבראַכט טויזנטער אָפֿיצירן, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך הונדערטער ייִדן. זינט אַפּריל 2010 איז דאָס דאָזיקע אָרט פֿאַרבונדן נאָך מיט איין טראַגעדיע: דער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי, זײַן פֿרוי און צענדליקער אַנדערע לײַט, דער עיקר הויכגעשטעלטע, זײַנען אומגעקומען אין אַן אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע, אויפֿן וועג צום קאַטינער מעמאָריאַל.
אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער סאָוועטישער צד קאַטעגאָריש געלייקנט, אַז דאָס איז געווען אַ פֿאַרברעכן פֿון סטאַלינען און זײַנע תּלינים. צום ערשטן מאָל האָט מען דאָס פֿאַרברעכן אָנערקענט ווי אַ סאָוועטישן ערשט אין אַפּריל 1990 — דעמאָלט האָט וועגן דעם גערעדט מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו. שפּעטער האָט וועגן קאַטין גערעדט אויך באָריס יעלצין, און די הײַנטיקע פֿירערס האָבן פֿון דעם ניט געמאַכט קיין גרויסן סוד. דאָך איז עס אַלץ געווען, אין אַ געוויסן זין, פּערזענלעך. דעם 26סטן נאָוועמבער האָט סוף-כּל-סוף די דומע (פּאַרלאַמענט) פֿון רוסלאַנד דעפֿינירט די קאַטינער טראַגעדיע ווי אַ סאָוועטיש פֿאַרברעכן.
בעסער שפּעטער איידער קיין מאָל ניט. אמת, בעסער וואָלט מען עס געטאָן פֿריִער, ווען מע האָט נאָך געקענט מישפּטן די תּלינים. איצט זײַנען זיי שוין, אַ פּנים, ניטאָ צי זײַנען אין אַזאַ עלטער און מצבֿ ווי איוואַן דעמיאַניוק. לעצטנס איז באַקאַנט געוואָרן דער נאָמען פֿון דעם הויפּט-תּלין: וואַסילי בלאָכין. (גאָט צו דאַנקען, ניט קיין ייִד, כאָטש גענעראַלן און אָפֿיצירן מיט ייִדישע נעמען ווערן דערמאָנט צווישן די אוניפֿאָרמירטע גזלנים-קאָמוניסטן.) בלאָכין פֿלעגט אָנטאָן אַ לעדערנעם פֿאַרטעך און לעדערנע הענטשקעס און אין משך פֿון אַ טאָג דערשיסן צוויי-דרײַ הונדערט מענטשן. פֿאַר אַזעלכע "אויפֿטוען" האָט ער זיך דערדינט ביז אַ גענעראַל, אָבער נאָך סטאַלינס טויט האָט מען בײַ אים דעם דאָזיקן טיטל צוגענומען. דער סוף איז געווען, אַז בלאָכין האָט זיך דערשאָסן אין 1955.
הקיצור, אין דעם זין איז הײַנט גרינגער פֿאַר דער רוסישער פּאָליטישער עליטע צו רעדן וועגן אַזעלכע זאַכן, ווי קאַטין, ווײַל קיין אייגענעם נירנבערגער פּראָצעס איז ניטאָ מיט וועמען צו פֿירן. צווייטנס, איז עס זייער אַ גוטער שטאָך קעגן די סטאַליניסטישע קאָמוניסטן, וועלכע האָבן נאָך מיליאָנען שטיצער אין רוסלאַנד. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט בכלל און פּוילן בפֿרט. די לעצטע צײַט קריכט פֿון דער הויט דער רוסישער פּרעזידענט מעדוועדיעוו, כּדי צו שאַפֿן גוטע באַציִונגען מיט אויסלאַנד. אפֿשר איז עס פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס נאַפֿט קאָסט הײַנט אויף אַ דריטל ווייניקער פֿון אַ פּרײַז, וואָס קען באַלאַנסירן דעם בודזשעט פֿון רוסלאַנד. און אפֿשר זײַנען דאָ אַנדערע סיבות — איך בין ניט קיין פּאָליטאָלאָג און פֿאַרשטיי ווייניק אין אַזעלכע זאַכן.
* * *
איך האָב נאָר וואָס פֿאַרענדיקט לייענען דעם באַנד "יד-ושם: פֿאָרשונגען", וואָס איז אַרויס הײַיאָר אויף רוסיש, אונטער דער רעדאַקציע פֿון דניאל ראָמאַנאָווסקי און דוד זילבערקלאַנד. איין טענה האָב איך צו די רעדאַקטאָרן, דהײַנו: אייניקע פֿון די אַרטיקלען זײַנען צום ערשטן מאָל אַרויס אויף העברעיִש צי ענגליש מיט דרײַסיק צי מער יאָר צוריק, אָבער זיי זײַנען ערשט איצט איבערגעזעצט געוואָרן, ממש ווי אַ ליטעראַרישער דענקמאָל, אָן שום צוגאָב-קאָמענטאַר, וועלכער וואָלט געקענט אָפּשפּיגלען די אַקאַדעמישע אַרבעט, דורכגעמאַכט אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן.
און דאָך בין איך צופֿרידן, וואָס כ׳האָב עס באַמערקט אין אַ ביכער-געשעפֿט, ווײַל דאָס בוך איז כּולל אַ צאָל וויכטיקע אַרטיקלען. איינער פֿון זיי, איז וועגן "ייִדן אין דער אַנדערס־אַרמיי, וועלכע איז פֿאָרמירט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". די דאָזיקע פֿאָרשונג פֿונעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער ישׂראל גוטמאַן איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1978, און — כאָטש זי זעט אויס אַ ביסל פֿאַרעלטערט (הײַנט שרײַבט מען אַזעלכע זאַכן אַנדערש), פֿאַרלירט זי ניט איר וויכטיקייט.
די רייד גייט וועגן די מיליטערישע טיילן, בראָש מיטן גענעראַל וולאַדיסלאַוו אַנדערס, וואָס די סאָוועטישע רעגירונג האָט דערלויבט צו פֿאָרמירן פֿון די פֿאַרבליבענע פּוילישע אָפֿיצירן און סאָלדאַטן, וועלכע מע האָט געהאַלטן אין לאַגערן, ווי אויך פֿון פּוילישע בירגער, וועלכע זײַנען געווען אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע. דער סוף איז געווען, אַז די דאָזיקע צענדליקער טויזנטער לײַט האָט מען אַרויסגעלאָזט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. זיי האָבן דורכגעמאַכט אַ וועג, דורך איראַן און ארץ-ישׂראל, און האָבן זיך דערנאָך, צוזאַמען מיט דער בריטישער אַרמיי, געשלאָגן קעגן די דײַטשן. דער סאָוועטישער צד איז געווען צופֿרידן פּטור צו ווערן פֿון דעם דאָזיקן מיליטערישן קאָנטינגענט, ווײַל זיי האָבן שוין געהאַט פּלענער וועגן שאַפֿן אַן אַנדער פּוילישע אַרמיי, אָנגעפֿירט דורך קאָמוניסטן און אַנדערע "מער פֿאַרלאָזלעכע" לײַט.
צווישן די עוואַקויִרטע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַנדערס-לײַט זײַנען געווען בערך 4,000 ייִדן, אָבער נאָר אַ פֿערטל פֿון זיי זײַנען פֿאַרבליבן אין דער פּוילישער אַרמיי, וועלכע איז אַוועק זיך שלאָגן מיט די דײַטשן. די איבעריקע האָבן דעזערטירט פֿון זייערע טיילן, ווען זיי זײַנען אָנגעקומען קיין ארץ-ישׂראל, כאָטש אַ טייל פֿון זיי האָט זיך פֿאַרשריבן אין דער ייִדישער בריגאַדע אין דער בריטישער אַרמיי.
די הויפּט-טעמע פֿון ישׂראל גוטמאַנס פֿאָרשונג איז די באַציִונג פֿון פּוילישע אָפֿיצירן, גענעראַלן און פּאָליטיקער צו די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט ווערן זעלנער אין דער "אַנדערס-אַרמיי". די פֿאָרשונג באַשרײַבט פֿילצאָליקע פֿאַלן פֿון אָפֿענעם אַנטיסעמיטיזם, וועלכער פֿלעגט אָננעמען ניט נאָר מיאוסע, נאָר אויך "פּראַקטישע" פֿאָרמען: די ייִדן האָט מען אָדער פּשוט ניט געוואָלט נעמען אין דער אַרמיי, אָדער גאַנץ אָפֿט זיך איזדיעקעוועט איבער זיי. פֿאָרשטייער פֿון דער פּוילישער רעגירונג, דיפּלאָמאַטן, האָבן געפּרוּווט מאַכן מילדער די פּאָזיציע פֿון די פּוילישע קאָמאַנדירן, צווישן וועלכע ס׳זײַנען געווען אויך לײַטישע מענטשן. אָבער דער "חייִשער אַנטיסעמיטיזם" (אַזוי שרײַבט גוטמאַן) פֿון די אָפֿיצירן האָט סײַ-ווי-סײַ דאָמינירט אין דער אַרמיי.
עפּעס וויכטיקס פֿעלט, פֿון דעסטוועגן, אין אָט דער פֿאָרשונג צי אין די (ניט-עקזיסטירנדיקע) קאָמענטאַרן צו איר. וואָס איז געווען דער אונטערשייד צווישן די 1,000 ייִדן, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אין דער אַרמיי, און די 3,000, וואָס האָבן דעזערטירט? האָבן די פֿאַרבליבענע זיך אויסגעלאַכט פֿון די אַנטיסעמיטישע אָפֿיצירן צי זייערע אָפֿיצירן זײַנען געווען לײַטישע? זײַנען די טויזנט זעלנער געווען ייִנגער, מער אַסימילירט, מער פֿאַרהאַרטעוועט אידעאָלאָגיש? צום באַדויערן, באַקומען מיר ניט קיין ענטפֿערס אויף אָט די פֿראַגעס. אַ שאָד.