אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
ליִאָן פֿויכטוואַנגער
ליִאָן פֿויכטוואַנגער

איך האָב די טעג געלייענט קאָרעקטורן פֿון אַ נײַ בוך, וואָס האָט אַ טוץ מחברים. האָב איך עס איבערגעלייענט און אָפּגעשיקט, און נאָר אין אַ פּאָר טעג אַרום זיך געכאַפּט, אַז מיר אַלע האָבן פֿאַרזען אַ טעות: דער נאָוועליסט פֿויכטוואַנגער טראָגט בײַ אונדז דעם נאָמען לעאָן, וואָס איז ניט ריכטיק. זײַן אמתער נאָמען איז געווען ליִאָן. מע וועט עס, מירטשעם, פֿאַרריכטן, דאָס בוך איז נאָך ניט אַוועק אין דרוקערײַ. אָבער איך מיין, אַז דער דאָזיקער גרײַז און דער פֿאַקט אַליין, וואָס אַזוי פֿיל גוט-אָנגעלייענטע אויגן האָבן עס דורכגעלאָזט, אַנטפּלעקט דעם מצבֿ פֿון פֿויכטוואַנגער און זײַנע ווערק אין דעם הײַנטיקן לעבן: ליִאָן פֿויכטוואַנגער (1884—1958) איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, בפֿרט אין דער ענגליש-שפּראַכיקער סבֿיבֿה.

דער עלטערער דור געדענקט אים, פֿאַרשטייט זיך. אייניקע האָבן אים אפֿשר געלייענט אויף ייִדיש. פֿון דעם, וואָס איך האָב אָנגעטאַפּט אין ביבליאָטעק-קאַטאַלאָגן, איז נאָך אין 1928 אַרויס די ייִדישע איבערזעצונג (לכל-הפּחות אין אַ בוך-פֿאָרעם). דאָס איז געווען דער ערשטער פּאָפּולערער ראָמאַן פֿון דעם דײַטש-שפּראַכיקן ראָמאַניסט — "ייִד זוס" (1925). די איבערזעצונג האָט געמאַכט דער ריגער שרײַבער און זשורנאַליסט מאַרק ראַזומני, וועמענס אַרטיקלען, בפֿרט רײַזע-נאָטיצן, פֿלעגן זיך אין יענע יאָרן גאַנץ אָפֿט באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס". און די כראָנאָלאָגיש לעצטע ייִדישע איבערזעצונג, פֿון פֿויכטוואַנגערס ראָמאַן "די ייִדישע טאָכטער פֿון טאָלעדאָ", איז אַרויס אין דעם וואַרשעווער פֿאַרלאַג "ייִדיש-בוך" אין יאָר 1960. דער איבערזעצער, מאַרק ראַקאָווסקי, האָט אויפֿגעטאָן זייער אַ סך כּדי מאַכן די וועלט-ליטעראַטור צוטריטלעך דעם ייִדישן לייענער.

באַזונדערס באַליבט איז פֿויכטוואַנגער געווען, און אין אַ היפּשער מאָס בלײַבט, בײַ רוסיש-לייענענדיקע ייִדן. אין די סאָוועטישע צײַטן, זײַנען פֿויכטוואַנגערס ראָמאַנען, בפֿרט אויף ייִדישע טעמעס, געוואָרן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם קולטורעלן באַגאַזש, וועלכן עס האָבן געטראָגן אינטעליגענטע סאָוועטישע ייִדן. אין טויזנטער דירות, באַפֿעלקערטע דורך רוסישע ייִדן, שטייען די 13 בענד פֿון פֿויכטוואַנגערס געזאַמלטע ווערק, וועלכע זײַנען כּמעט מיט 50 יאָר צוריק אַרויס אין מאָסקווע. דער רוסישער ביכער-געשעפֿט אויף אינטערנעץ, www.kniga.ru, האָט מיר אַרויסגעגעבן אַ רשימה פֿון 34 פֿרישע, אייניקע הײַיאָריקע, אויסגאַבעס פֿון פֿויכטוואַנגערס ביכער. צו פֿאַרגלײַכן: די אינטערנעץ-אימפּעריע amazon.com לייגט פֿאָר נאָר צוויי גענוצטע ביכער — אויסגאַבעס פֿון יאָר 1957 און 1962, און דער דײַטשישער נוסח פֿון "אַמאַזאָן" רעקלאַמירט, דער עיקר, אַ פּאָר ביכער וועגן דעם שרײַבער.

אין 1938 איז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרויס דער פֿילם "משפּחה אָפּענהיים", באַזירט אויף פֿויכטוואַנגערס ראָמאַן "משפּחה אָפּערמאַן". דער פֿילם, מיט שלמה מיכאָעלס צווישן די אַקטיאָרן, האָט דערציילט וועגן דער טראַגישער דאָליע פֿון דײַטשישע ייִדן אין דעם היטלער-לאַנד. צו יענער צײַט האָט פֿויכטוואַנגער שוין אין משך פֿון פֿינף יאָר געוווינט אין עמיגראַציע, אין פֿראַנקרײַך. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אָנהייב 1937, און אויפֿן סמך פֿון זײַנע אײַנדרוקן אָנגעשריבן אַ גאַנץ ענטוזיאַסטיש בוך "מאָסקווע 1937" — צו שטאַרק איז געווען דער פֿאַרלאַנג צו גלייבן, אַז סטאַלינס מלוכה האָט געקענט פֿאַרטיידיקן די וועלט פֿון דער נאַציסטישער מגפֿה.

דעם 30סטן יאַנואַר 1933 איז פֿויכטוואַנגער געווען אויף אַ וועטשערע, וואָס דער דײַטשישער אַמבאַסאַדאָר, פֿרידריך ווילהעלם פֿאָן פּריטוויץ, האָט געגעבן לכּבֿוד דעם פּאָפּולערן נאָוועליסט. אין דער פֿרי האָט פֿאָן פּריטוויץ, וואָס איז גלײַך אַוועק פֿון זײַן שטעלע, געוואָרנט דעם שרײַבער, ער זאָל זיך ניט אומקערן קיין דײַטשלאַנד. אין גיכן האָט די נײַע רעגירונג אָפּגענומען בײַ פֿויכטוואַנגערן זײַן בירגערשאַפֿט. אַזוי איז אים שוין באַשערט געווען צו לעבן אָן אַ בירגערשאַפֿט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. אין אַמעריקע האָט ער און זײַן ווײַב, מאַרטאַ, ניט געוואָלט בלײַבן — אייראָפּע האָט זיי געצויגן צוריק.

אָבער אין אָקטאָבער 1940 זײַנען די פֿויכטוואַנגערס געקומען קיין אַמעריקע. מיט עטלעכע חדשים פֿריִער האָט מען דעם שרײַבער אַרעסטירט ווי אַ דײַטשישן ייִד און פֿאַרשפּאַרט אין אַ פֿראַנצויזישן לאַגער לעבן מאַרסעל. געראַטעוועט האָבן אים די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן פֿון דעם קאָנסולאַט אין מאַרסעל. זיי האָבן דעם שרײַבער אַרויסגעגנבֿעט פֿון דעם לאַגער און געהאָלפֿן אים אַרויסצופֿאָרן קיין ליסאַבאָן, פֿון וואַנען ער האָט געקענט — מיט געוויסע שוועריקייטן און אונטער אַ פֿאַלשן נאָמען — זיך זעצן אויף אַ שיף, וואָס האָט אים געבראַכט קיין ניו-יאָרק. די גאַנצע געשיכטע פֿון זײַן אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע לייענט זיך ווי אַ שפּאַנענדיקע דעטעקטיוו־געשיכטע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטיילט אַ צאָל מענטשן, אַרײַנגערעכנט עלעאָנאָר רוזוועלט — דעם פּרעזידענטס פֿרוי — האָט זיך צונויפֿגערעדט וועגן אויספֿאַרטיקן דאָקומענטן פֿאַרן שרײַבער, אויפֿן נאָמען פֿון Wetcheek, וואָס איז געווען אַ בוכשטעבלעכע איבערזעצונג פֿון "פֿויכטוואַנגער" — "פֿײַכטע באַק".

ביזן סוף פֿון זײַן לעבן איז פֿויכטוואַנגער געווען אַ קאַליפֿאָרניער תּושבֿ. דאָס לאַנד האָט ער ניט פֿאַרלאָזט, ווײַל ער האָט געהאַט מורא, אַז צוריק וועט מען אים ניט אַרײַנלאָזן. צוליב זײַנע לינקע פּאָליטישע סימפּאַטיעס, האָט ער אויסגעזען געפֿערלעכער פֿון אַזעלכע לײַט ווי איוואַן דעמיאַניוק, אַזוי אַז מע פֿלעגט אים יעדעס מאָל אָפּזאָגן פֿון נאַטוראַליזאַציע. דאָס לעצטע מאָל האָט ער אַזאַ בקשה אָנגעגעבן אין דעצעמבער 1958, אַ וואָך פֿאַר זײַן טויט. דעמאָלט האָט מען אים געגעבן אַ דערלויבעניש, אָבער צו אַזאַ באַשלוס איז מען געקומען צו שפּעט — אַ טאָג נאָך זײַן טויט.