פֿון רעכטס: עראָ פּולי, ספּאָרט־ און פֿאָר-רעדאַקטאָר פֿון פֿינלאַנדס פֿירנדיקער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער צײַטונג; אַב. קאַהאַן; ד״ר לויִס הענדין (שטייט פֿון הינטן); אַדאָלף סאַלומי, געהילף-רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטיקער פֿינישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער טאָגצײַטונג "רײַווײַאַ". |
Forward Association |
אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", ווי אויך פֿון דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור, פֿאַרנעמט אַ ממשותדיק אָרט דער ייִדישער שרײַבער-פֿאַראיין, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון י. ל. פּרצן. ייִדישע פּענמענטשן האָבן, בכלל, געהאַט אַזאַ נטיה — צו פֿאַראייניקן זיך, כּדי העלפֿן איינער דעם אַנדערן. אָפֿט מאָל פֿלעגט מען שאַפֿן אָרגאַניזאַציעס צוזאַמען מיט ייִדישע קינסטלער, ווײַל דאָס איז געווען אַ קרובֿישע סבֿיבֿה. אין מײַן פֿאָרשונג איז מיר אויסגעקומען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט עטלעכע אַזעלכע קרײַזן — אין מאָסקווע, בערלין וכ’. גוט באַקאַנט — אַ דאַנק זכרונות און פֿאָרשונגען (בפֿרט פֿון דעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער נתּן כּהן) — איז דער פֿאַראיין פֿון פּויליש-ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן. אַ סך זאַכן זײַנען געווען ענלעך אין אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, אָבער יעדע פֿון זיי איז אויך געווען אייגנאַרטיק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט איר צײַט און אָרט.
די ניו-יאָרקער אָרגאַניזאַציע איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר ,1915 ווי אַ געמיש פֿון אַ קולטור-פֿאַראייניקונג און אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין. (וועגן דער טעטיקייט פֿון דעם פֿאַראיין דערציילן זײַנע אַרכיוון-מאַטעריאַלן, וואָס היטן זיך אָפּ אין ייִוואָ.) ווען דער קאָמוניסטישער שטראָם האָט זיך אויסגעפֿורעמט און פֿאַרפֿעסטיקט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, האָט מען אַלע ליטעראַטן פֿון אָט דער ריכטונג אַרויסגעטריבן פֿונעם פֿאַראיין. עס זײַנען פֿאַרבליבן אַרום צוויי הונדערט מיטגלידער, ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דרײַ ניו-יאָרקער צײַטונגען — "פֿאָרווערטס", "דער טאָג" און "מאָרגן-זשורנאַל". אַחוץ דעם, האָבן צו דעם פֿאַראיין געהערט זשורנאַליסטן פֿון דער ייִדישער טעלעגראַף-אַגענץ, ווי אויך אַנדערע, "אומאָפּהענגיקע" שרײַבער. זינט די 1930ער יאָרן איז דער פּרץ-פֿאַראיין געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן "פּען-קלוב", וואָס האָט אויך ניט צוגעלאָזט קיין קאָמוניסטן. יענע — די פּראָ-סאָוועטישע — האָבן געהאַט אַנדערע פֿאַראייניקונגען, אַזעלכע ווי "פּראָלעטפּען".
אָנגעשטעלטע פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן געשאַפֿן די גרעסטע גרופּע מיטגלידער פֿון דעם פּרץ-פֿאַראיין. מע זעט עס, למשל, לויט דער סומע מיטגליד-אָפּצאָלן פֿאַר פֿאַרשיידענע יאָרן. למשל, אין 1945, האָט דער פֿאַראיין באַקומען די אָפּצאָלן פֿון די "פֿאָרווערטס"-שרײַבער — 1,723 דאָלאַר, פֿון די "טאָג"-שרײַבער — 1,194 דאָלאַר, פֿון די "מאָרגן-זשורנאַל"-שרײַבער — 1,015, און פֿון די "אומאָפּהענגיקע" — 1,051 דאָלאַר. קיין חידוש ניט, אַז מענטשן פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן געשפּילט אָנגעזעענע ראָלעס אין דער ליטעראַרישער אָרגאַניזאַציע.
שוין דער ערשטער פֿאָרזיצער (מע האָט דעמאָלט גענוצט דאָס וואָרט "טשערמאַן") פֿון דעם פֿאַראיין איז געווען אַ "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט — הלל ראָגאָף, וועלכער וועט אין 36 יאָר אַרום, נאָכן טויט פֿון אַב. קאַהאַן, פֿאַרנעמען זײַן אָרט פֿון שעף-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. ווען ראָגאָף איז אַוועק אויף פּענסיע אין יאָר 1962, האָט דעם רעדאַקטאָרישן פּאָסטן אין משך פֿון זעקס יאָר אָנגעהאַלטן לאַזאַר פֿאָגעלמאַן — ער איז אויך אַ געוויסע צײַט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פּרץ-פֿאַראיין. די זעלבע שטעלע אין דעם פֿאַראיין האָבן פֿאַרנומען אויך די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס" ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן), מענדל אָשעראָוויטש און ל. הענדין.
ל. הענדין — אָדער Dr. Louis Hendin (ער האָט זיך בשעתּו אויסגעלערנט אויף אַ ציינדאָקטער) — האָט אָנגעפֿירט מיטן פֿאַראיין גאַנץ לאַנג: פֿון 1942 ביז 1951, און דערנאָך אויך אין 1956. אין "פֿאָרווערטס" האָט הענדין געאַרבעט זינט די 1930ער יאָרן. לויט דעם, וואָס איך האָב געלייענט, איז ער פֿריִער געווען אַקטיוו בײַ די קאָמוניסטן, און שפּעטער געוואָרן אַ ביטערער אַנטיקאָמוניסט. אַזעלכע אידעאָלאָגישע מעטאַמאָרפֿאָזן זײַנען געווען כאַראַקטעריש פֿאַר אַ צאָל "פֿאָרווערטס"-שרײַבער. צווישן זיי איז געווען אויך שמעון וועבער — דער שעף-רעדאַקטאָר אין די שפּעטערע יאָרן.
אין דעם אַרכיוו פֿונעם פֿאַראיין קען מען לייענען אַ בריוו פֿון וועבערן צו הענדינען, אין וועלכן וועבער קלאָגט זיך אויף זײַן דעמאָלטיקן שעף, דעם זשורנאַליסט לעאָן קרישטאַל. אין מײַ 1949 האָט קרישטאַל אויסגעזידלט וועבערן, און געטאָן עס אַזוי, אַז אַ סך מענטשן האָבן עס געהערט. וועבער האָט געפֿאָדערט פֿונעם פֿאַראיין אַ פֿאַרטיידיקונג פֿון אַזעלכע אָנפֿאַלן.
אָבער דער הויפּט-ענין, מיט וועלכן עס האָט זיך די גאַנצע צײַט באַשעפֿטיקט דער פֿאַראיין, איז געווען פּרנסה פֿון זײַנע מיטגלידער. די אַרכיוו-מאַטעריאַלן זײַנען פֿול מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן די שׂכירות, וועלכע עס האָבן באַקומען די אָנגעשטעלטע פֿון ייִדישע צײַטונגען. מיר דערוויסן זיך, אַ שטייגער, אַז אין יאָר 1953 פֿלעגט ראָגאָף, דער רעדאַקטאָר, באַקומען 330 דאָלאַר אַ וואָך, און צבֿיון, מיטן געהאַלט פֿון 192 דאָלאַר, איז געווען דער גרעסטער פֿאַרדינער צווישן אַלע זשורנאַליסטן, וואָס פֿלעגן, בדרך-כּלל, קריגן אַרום 120—140 דאָלאַר אַ וואָך. אַ סך ווייניקער האָבן פֿאַרדינט די טיילצײַטיקע מיטאַרבעטער, אַזעלכע ווי יעקבֿ לעשטשינסקי און מאַקס ווײַנרײַך. דער פֿאַראיין האָט געפֿאָדערט פֿון די רעדאַקציעס זיי זאָלן אונטערהאַלטן אַ געהעריקן ניוואָ פֿון שׂכירות און פֿון צײַט צו צײַט געסטראַשעט מיט שטרײַקן. מע האָט אויך פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון די זשורנאַליסטן, וועלכע זײַנען באַזײַטיקט געוואָרן.
דער שרײַבער-פֿאַראיין האָט עקסיסטירט ביז די 1980ער יאָרן, אָבער אין דער לעצטער צײַט איז ער שוין געווען מער אַ קולטור-אָרגאַניזאַציע איידער אַ יוניאָן.