- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין סעפּטעמבער 1937, בעת דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז, האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער דוד איגנאַטאָוו פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אַן "אומפּאַרטיייִשער פּאַרטיי", וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, שוין לאַנג עקזיסטירט אויף דער ייִדישער גאַס: "... כאָטש מען קען ניט אָנגעבן דאָס יאָר און דעם טאָג, ווען זי איז געגרינדעט געוואָרן, ווי מע קען דאָס אָנגעבן וועגן די אַנדערע פּאַרטייען, מע האָט ניט ווייניק געשריבן וועגן דעם, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען פֿאַרשווײַגן דעם חורבן. מע האָט טאַקע ניט געהאַט קיין קאַטעדרעס, מוזייען און אינסטיטוטן, וועלכע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די געטאָס, די זאָנדערקאָמאַנדעס און אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון דער נאַציסטישער אויסראָטונג-מאַשין. אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער האָט מען וועגן דעם גערעדט זייער אָפּגעהיט, נאָר אַזוי ווי עס האָט געפֿאָדערט דער אַזוי-גערופֿענער אַגיטפּראָפּ (די אויפֿזעער פֿון אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע). הײַיאָר איז שוין ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן טשערנאָוויץ, וואָס איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני־באַרג, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש און מאָדערנער ייִדישער קולטור. אַזוי יעדנפֿאַלס זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער ווי אויך פֿריִערדיקער זשורנאַליסטישער פּראָדוקציע. און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך און אַפֿילו געזעצמעסיק פֿאַר יעדער יוביליי-קאַמפּאַניע, און פֿאַר יעדער קאַמפּאַניע בכלל. אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט. אין יאַנואַר 1992 האָב איך אַ סך צײַט פֿאַרבראַכט אין דעם געוועזענעם צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו, אין מאָסקווע. דער מאַטעריאַל איז מיר זייער צוניץ געקומען פֿאַר מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע און, שפּעטער, פֿאַר מײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם סאָוועטישן ייִדיש. די אַרכיוויסטן האָבן מיך דעמאָלט פֿאַרגעדענקט. זיי האָבן געוווּסט, אַז כ'בין געקומען פֿון אָקספֿאָרד און האָב געקענט רעדן ענגליש. אַזוי אַז ווען צו זיי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", האָט מען מיך אַרויסגערופֿן פֿונעם לייענזאַל און געבעטן איך זאָל זיך דורכשמועסן מיטן אויסלענדער, וועלכער האָט, דאַכט זיך, קיין רוסיש ניט געקענט. וועגן דעם שמועס האָב איך גלײַך פֿאַרגעסן און ער וואָלט אפֿשר קיין מאָל ניט אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון, אָבער אין אַ צײַט אַרום האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון ניו-יאָרק, פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז"ל. אין דעם קאָנווערט איז געלעגן אַן אויסשניט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", וווּ דעם 22סטן יאַנואַר 1992 האָט מען מיך דערמאָנט: מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז געשטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָוועטישער אויסשפּירער, וואָס האָט געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מיליטערישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַלוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוסלאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-געבוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל. ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט געהערט צו אונדזער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנשטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנדערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז. דער בעל-מלאָכה איז געווען אַ ליבלינג בײַ די משׂכּילים, ווײַל ער האָט אין זיך פֿאַרקערפּערט דעם פּראָדוקטיוון עלעמענט פֿון תּחום-המושבֿ. אָבער אין דער טראַדיציאָנעלער שטעטלדיקער געזעלשאַפֿט איז דער סטאַטוס פֿון מלאָכה געווען זייער אַ נידעריקער. י. ל. פּרץ האָט געשריבן אין זײַן עסיי "איבער פּראָפֿעסיאָנען" (ד״ה. "וועגן פּראָפּעסיעס"), אַז "ביז אַהער איז די מלאָכה געוועזן ניבֿזה בײַ אונדז ייִדן; אַזוי ווי פֿאַרצײַטנס איז געוועזן ניבֿזה דאָס זעלנערײַ, ס׳איז געווען כּמה-וכּמה יאָרן צוריק, אינעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין אוקראַיִנע. כ׳בין געקומען מיט מײַנע עלטערן צו אונדזערע קרובֿים, און דאָרטן זײַנען שוין געווען עטלעכע געסט, אָנגעקומענע אַזש פֿון מאָסקווע צי לענינגראַד. איינע פֿון זיי, אַן עלטערע פֿרוי, האָט געהערט צו אַזאַ טיפּ פּערזאָנען וואָס איז שוין ניט בנימצא. מע זעט זיי נאָר אויף די אַלטע פֿאָטאָס צי אין קאָסטומירטע דראַמעס — אינטעליגענטע פּנימער, צו וועלכע עס האָט זיך קיין שמינקע (שוין אָפּגעשמועסט פֿון פּלאַסטישע אָפּעראַציעס) ניט צוגערירט. אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רעדע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַגירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן. טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָצענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָצענטניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)". |