אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע, 1941
ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע, 1941

אין יאַנואַר 1992 האָב איך אַ סך צײַט פֿאַרבראַכט אין דעם געוועזענעם צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו, אין מאָסקווע. דער מאַטעריאַל איז מיר זייער צוניץ געקומען פֿאַר מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע און, שפּעטער, פֿאַר מײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם סאָוועטישן ייִדיש. די אַרכיוויסטן האָבן מיך דעמאָלט פֿאַרגעדענקט. זיי האָבן געוווּסט, אַז כ'בין געקומען פֿון אָקספֿאָרד און האָב געקענט רעדן ענגליש. אַזוי אַז ווען צו זיי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", האָט מען מיך אַרויסגערופֿן פֿונעם לייענזאַל און געבעטן איך זאָל זיך דורכשמועסן מיטן אויסלענדער, וועלכער האָט, דאַכט זיך, קיין רוסיש ניט געקענט. וועגן דעם שמועס האָב איך גלײַך פֿאַרגעסן און ער וואָלט אפֿשר קיין מאָל ניט אויפֿגעקומען אין מײַן זכּרון, אָבער אין אַ צײַט אַרום האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון ניו-יאָרק, פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ז"ל. אין דעם קאָנווערט איז געלעגן אַן אויסשניט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", וווּ דעם 22סטן יאַנואַר 1992 האָט מען מיך דערמאָנט:

He is documenting how Yiddish was spoken by 97 percent of Slavic Jews a century ago, but is now remembered and attempted piecemeal by maybe 100 Jews.

(ער [דאָס הייסט אני-הקטן] דאָקומענטירט איצט ווי אַזוי ייִדיש איז געווען די גערעדטע שפּראַך פֿון סלאַווישע ייִדן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אָבער איצט געדענקען די שפּראַך און נוצן זי צו מאָל שטיקלעכווײַז "אפֿשר 100 ייִדן".)

ד"ר שעכטער האָט מיך געפֿרעגט, פֿון וואַנען איך האָב גענומען אַזאַ ווילדע סטאַטיסטיק? און ער איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, גערעכט, ווײַל דאָס איז געווען טויזנט מאָל ווײַט פֿון דער ווירקלעכקייט. איך האָב געזאָגט, אַז אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען דעמאָלט געווען בערך 100,000 ייִדיש-רעדערס (כ'האָב געהאַט אין זינען די ציפֿערן פֿון דער פֿאָלקסציילונג אין יאָר 1989), אָבער אין דער צײַטונג האָט מען דורכגעלאָזט די לעצטע דרײַ נולן און צוגעטשעפּעט עס צו "סלאַווישע ייִדן". איך האָף, אַז קיינער וועט זיך ניט פֿאַררופֿן אויף דער פֿאַרקריפּלטער אינפֿאָרמאַציע, כּדי צו אילוסטרירן דערמיט דעם מצבֿ פֿון ייִדיש. הקיצור, ניט אומזיסט זאָגט מען, אַז אַ נאָרמאַלער מענטש קען שטאַרבן פֿון אַ האַרצפֿעלער, און אַ שרײַבער — פֿון אַ דרוקפֿעלער.

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט דער איינציקער פֿאַרדראָס, וואָס איך האָב אַקומולירט פֿאַר די עטלעכע און צוואַנציק יאָר שרײַבן און פֿון זײַן דערמאָנט אין געדרוקטע קוואַלן. מע קען זיך פֿון דעם אויסלאַכן, און איך פּרוּוו עס טאַקע צו טאָן, אָבער אַ געדרוקט וואָרט איז אַ געפֿערלעכע סחורה, ווײַל אויף דעם קען מען זיך פֿאַררופֿן. די רייד גייט ניט נאָר וועגן פֿאַרקריפּלונגען, געמאַכט מצד אַנדערע מענטשן (למשל, די ניו-יאָרק-טײַמסניקעס), אָבער אויך וועגן דער אַחריות בכלל פֿון אַ פּען-מענטש.

דעם 5טן דעצעמבער 1942, האָט די צײַטונג "אייניקייט", אַרויסגעגעבן דורך דעם סאָוועטישן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון דוד בערגעלסאָן. געהייסן האָט עס "דער גורל ווערט באַשלאָסן". צווישן אַנדערע זאַכן, האָט בערגעלסאָן געשריבן, אַז אַ דאַנק דער סאָוועטישער רעגירונג, האָבן אַרום 80 פּראָצענט ייִדן געהאַט די מעגלעכקייט באַצײַטנס צו פֿאַרלאָזן די טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען בעת דער מלחמה אַרײַנגעפֿאַלן אין די דײַטשישע הענט.

דאָס איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ ליגן. קיין ספּעציעלע באַמיִונגען צו ראַטעווען די ייִדן, צו געבן זיי אַ מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן פֿון די מערבֿ-געגנטן, האָט די רעגירונג ניט געמאַכט. אָבער דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט אָדער באַקומען אַ קאָמאַנדע צו שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן אַזאַ פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע, אָדער דאָס איז געווען זייער אייגענע איניציאַטיוו, רעאַליזירט דורך בערגעלסאָנען. À la guerre comme à la guerre — אַבי אײַנצורעדן דעם עולם, בפֿרט אין אויסלאַנד, אַז סטאַלין און זײַן רעזשים פֿאַרגעסן ניט וועגן דעם גורל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

די ריכטיקע זאָרג פֿון דער סאָוועטישער מלוכה האָט זיך אַנטפּלעקט, ווען מע האָט אין די סוף 1940ער יאָרן דורכגעפֿירט אַ קאַמפּאַניע פֿון באַזײַטיקן און אויך אַרעסטירן די ייִדישע אינטעלעקטואַלן, פֿונקציאָנערן און מיליטער־לײַט. צווישן זיי איז געווען אויך דוד בערגעלסאָן, וועמעס לעבן האָט זיך טראַגיש איבערגעריסן אין אויגוסט 1952.

מיר איז ניט באַוווּסט, ווער און ווי אַזוי האָט דער ערשטער אויסגעגראָבן די "אַגיטקע", וואָס בערגעלסאָן האָט געהאַט אָנגעשריבן אין דעצעמבער 1942. ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין פּראָ-סאָוועטישע פּובליקאַציעס, אין ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, האָט מען עס אויסגענוצט ווי אַ באַווײַז פֿון דער כּלומרשט גוטער באַציִונג צו ייִדן מצד דעם קאָמוניסטישן רעזשים. אָבער אין יאַנואַר 1953 איז עס געוואָרן אַ וויכטיקער באַווײַז אויך אין די שמוציקע הענט פֿון די "רעוויזיאָניסטן" — די וואָס לייקענען דעם חורבן אָדער, לכל-הפּחות דעם פֿאַרנעם פֿונעם חורבן.

דער "טאַטע פֿון די אייראָפּעיִשע רעוויזיאָניסטן", פּאָל ראַסיניער, האָט ציטירט בערגעלסאָנס "אַגיטקע" אין זײַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין דער אַרגענטינער דײַטשיש-שפּראַכיקער צײַטונג "דער וועג". די (ליידער אויסגעטראַכטע) 80 פּראָצענט געראַטעוועטע ייִדן זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער רעוויזיאָניסטישער אַריטמעטיק. די לאָגיק איז געווען אַזאַ: אויב 80 פּראָצענט האָבן באַוויזן זיך אַרויסצורײַסן פֿון די אָקופּירטע טעריטאָריעס, האָבן די דײַטשן, אויב אַזוי, פּשוט ניט געקענט אויסהרגענען זעקס מיליאָן נפֿשות. פֿון דעמאָלט אָן גייט ניט אַראָפּ דוד בערגעלסאָנס נאָמען פֿון די אַלע מיאוסקייטן (אין אינטערנעץ בתוכם), וועלכע עס פּראָדוצירט די אינטערנאַציאָנאַלע כּנופֿיא פֿון חורבן-פֿאַרלייקענער.

כ'מיין, אַז די דאָזיקע געשיכטע נייטיקט זיך ניט אין קיין מוסר-השׂכּל.