|
צײַטונג "הילף דורך אַרבעט" |
|
דער בעל-מלאָכה איז געווען אַ ליבלינג בײַ די משׂכּילים, ווײַל ער האָט אין זיך פֿאַרקערפּערט דעם פּראָדוקטיוון עלעמענט פֿון תּחום-המושבֿ. אָבער אין דער טראַדיציאָנעלער שטעטלדיקער געזעלשאַפֿט איז דער סטאַטוס פֿון מלאָכה געווען זייער אַ נידעריקער. י. ל. פּרץ האָט געשריבן אין זײַן עסיי "איבער פּראָפֿעסיאָנען" (ד״ה. "וועגן פּראָפּעסיעס"), אַז "ביז אַהער איז די מלאָכה געוועזן ניבֿזה בײַ אונדז ייִדן; אַזוי ווי פֿאַרצײַטנס איז געוועזן ניבֿזה דאָס זעלנערײַ,
און מען פֿלעגט אָפּגעבן פֿאַר זעלנער נאָר גנבֿים, אַזוי איז בײַ אונדז ייִדן געוועזן אַ מאָדע די ערגסטע קינדער, די קינדער וואָס האָבן גאָר ניט געקענט לערנען, אָדער נישט געוואָלט לערנען, אָדער זייער שלעכט געוועזן בטבֿע — אָפּצוגעבן פֿאַר בעלי-מלאָכות, עס איז געוועזן אַ מין קאַרע, אַ שטראָף."
מע קען (און מע מוז) שרײַבן וועגן אַ סך משׂכּילישע פּראָיעקטן, געצילט אויף אונטערשטיצן די בעלי-מלאָכות. איך וועל דאָ דערמאָנען נאָר איין זייער וויכטיקן פּראָיעקט, וואָס האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס מיט 105 יאָר צוריק, אין ווילנע. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיטן היגן דאָקטער, בנימין פֿין, וועמעס פֿאָטער, שמואל-יוסף פֿין, איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַ פֿירנדיקער ווילנער משׂכּיל. אַ חוץ דעם זון, האָט שמואל-יוסף פֿין געהאַט אויך אַ טאָכטער, וואָס איז געוואָרן אַ קאַטוילישע מאָנאַשקע. ווײַל ד״ר פֿין איז געווען אַן אַלטער בחור, אָן קינדער, האָט מען געהאַט מורא, אַז זײַן ירושה וועט אַריבערגיין צו דער שוועסטער, וועלכע וואָלט עס זיכער אָפּגעגעבן אויף קריסטלעכע זאַכן. האָט מען צוגערעדט ד״ר פֿין איבערצולאָזן זײַן ירושה אויף פֿילאַנטראָפּישע אונטערנעמונגען. אַזוי איז טאַקע געווען: נאָך ד״ר פֿינס טויט אין 1899 איז פֿאַרבליבן אַ גרויס הויז און 25,000 רובל — אַ גאַנצער מטמון אין יענע צײַטן.
אַ דאַנק דער דאָזיקער ירושה איז אויסגעוואַקסן די געזעלשאַפֿט "הילף דורך אַרבעט", וואָס האָט געדינט ווי אַ מאָדעל פֿאַר ענלעכע געזעלשאַפֿטן אין אַנדערע שטעט. דער פּראָצעס פֿון באַקומען אַ דערלויבעניש אויף צו עפֿענען די אָרגאַניזאַציע איז געווען אַ לאַנגער. געהאָלפֿן האָט דער פּעטערבורגער קרײַז פֿון ייִדישע געשעפֿטלײַט און אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן זיך גרופּירט אַרום דעם באַנקיר באַראָן גינזבורג. סוף-כּל-סוף, האָט מען זומערצײַט 1903 באַקומען די בשׂורה-טובֿה, אַז די רעגירונג האָט דערלויבט דער געזעלשאַפֿט אָנהייבן איר טעטיקייט. אין סעפּטעמבער האָט מען דורכגעפֿירט די ערשטע פֿאַרזאַמלונג, אויסגעקליבן די פֿאַרוואַלטונג און גענומען אַנטוויקלען כּלערליי ריכטונגען פֿון אַרבעט לטובֿת ייִדישע בעלי-מלאָכות.
אַ סך ענערגיע און פֿאַנטאַזיע איז אינוועסטירט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע מינים פּראָפֿעסיאָנעלער בילדונג — שולן, אָוונט-קורסן, מוסטער-וואַרשטאַטן וכ׳. ניט צופֿעליק האָט מען דווקא אין ווילנע דורכגעפֿירט די צוויי צוזאַמענפֿאָרן פֿון לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדישע פּראָפֿעסיאָנעלע שולן אין דער רוסישער אימפּעריע: אין דעצעמבער 1908 האָט מען זיך צונויפֿגעקליבן צו אַנאַליזן דעם מצבֿ פֿון די שולן פֿאַר ייִנגלעך, און אין אַ יאָר אַרום — פֿון די שולן פֿאַר מיידלעך. אַ גרויסע ראָלע האָט אין אָט דעם אַלץ געשפּילט אַ מענטש, וואָס האָט געהייסן "אינזשעניר אַבֿרהם קלעבאַנאָוו". קיין פּרטים פֿון זײַן לעבן איז מיר ניט אויסגעקומען צו לייענען.
|
פֿאַרוואַלטונג פֿון דער געז׳ "הילף דורך אַרבעט" פֿון רעכטס — 1טע ריי: ש. ווילענסקי, א. קלעבאַנאָוו, ד״ר ג. גערשון, א. נײַשול, ב. עפּשטיין, א. סופֿר, ט. בונימאָוויטש; 2טע ריי: י. שעסקין, ב. זאַלקינד, ל. פּרנס, ל. ספּיראָ, א. פּאָליאַק, וו. מאַקאָווער, י. אוצעכאָווסקי, ד״ר א. שאַפּיראָ |
|
מע האָט געפּרוּווט צו געפֿינען אַן אָרט פֿאַר בעל-מלאָכה אין דער קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיע. דאָס האָט געהאַט אַ צאָל וויכטיקע אונטערשיידן פֿון דער האַנטווערקערישער אַרבעט אין דער פֿעאָדאַלער עקאָנאָמיע. ס׳איז געווען נייטיק, אַ שטייגער, אַרבעטן ניט נאָר ווען עמעצער האָט באַשטעלט עפּעס אַ פּראָדוקט (למשל, אַ פּאָר שיך, אַ פּעלץ צי אַ טיש), אָבער אויך זיך אויסלערנען צו אַרבעטן פֿאַר אַנאָנימע קונים, וועלכע וועלן קומען צו קויפֿן די פּראָדוקטן אין אַ קראָם, אפֿשר אַפֿילו אין אַן אַנדער שטאָט.
ווײַל ווילנע איז געווען באַקאַנט מיט איר מעבל, האָט מען געעפֿנט אַ לאַגער, וווּ אַ מײַסטער האָט געקענט ברענגען זײַנע בענקלעך, שאַפֿעס וכ׳ און באַקומען פֿאַר דעם גלײַך 70 פּראָצענט פֿונעם מקח. אמת, מע האָט גענומען נאָר גוטע מעבל, אויסגעאַרבעט פֿון טרוקענע האָלץ. מע האָט אויך געהאַט אַ סקלאַד, וווּ די בעל-מלאָכות האָבן געקענט קויפֿן ביליק האָלץ פֿון הויכער קוואַליטעט.
אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ווילנע איז געווען אָקופּירט דורך די דײַטשן, האָט די געזעלשאַפֿט "הילף דורך אַרבעט" באַנײַט איר טעטיקייט. דער אינזשעניר קלעבאַנאָוו איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט באַקומען אַ שטיצע פֿון די דײַטשישע ייִדן, ווי אויך פֿון אַנדערע קוואַלן. די תּלמידים האָט מען געלערנט ניט נאָר דער מלאָכה, אָבער מע האָט זיי אויך געגעבן אַן אַלגעמיינע בילדונג. אין דער דאָזיקער צײַט איז מען אַריבער פֿון רוסיש אויף ייִדיש, ווײַל די דײַטשן האָבן פֿאַרבאָטן אַלע פֿאָרמען פֿון רוסישער בילדונג.
ד״ר יעקבֿ וויגאָדסקי, אַ זייער בכּבֿודיקע פֿיגור אין דער ווילנער קהילה, האָט געשריבן אין זײַן בוך "אין שטורעם: זכרונות פֿון די אָקופּאַציע-צײַטן" (1926): "נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין ווילנע פֿאַר דער מלחמה האָט זיך מער פֿאַר אַלץ געהערט דאָס רוסיש ריידן, איז באַלד, ווי די רוסן זײַנען אַרויס, די דאָזיקע שפּראַך ווי פֿאַרפֿאַלן געוואָרן: רוסיש האָט נאָר גערעדט אַ געוויסע טייל פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ..."
אין דער צווישן-מלחמהדיקער תּקופֿה איז ווילנע נאָך רײַכער געוואָרן מיט אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס, וואָס האָבן געשטיצט מלאָכה. וועגן דעם קען מען (און דאַרף מען) אָנשרײַבן אַ גאַנצע פֿאָרש-אַרבעט. בפֿרט נאָך, אַז מאַטעריאַלן וועגן דעם — זכרונות, באַריכטן, פּובליקאַציעס אין דער פּרעסע, אַרכיוו-דאָקומענטן — זײַנען דאָ זייער אַ סך. עס וועט, בלי-ספֿק, העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער דעם "פֿענאָמען ווילנע".