- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז געווען כּמה-וכּמה יאָרן צוריק, אינעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין אוקראַיִנע. כ׳בין געקומען מיט מײַנע עלטערן צו אונדזערע קרובֿים, און דאָרטן זײַנען שוין געווען עטלעכע געסט, אָנגעקומענע אַזש פֿון מאָסקווע צי לענינגראַד. איינע פֿון זיי, אַן עלטערע פֿרוי, האָט געהערט צו אַזאַ טיפּ פּערזאָנען וואָס איז שוין ניט בנימצא. מע זעט זיי נאָר אויף די אַלטע פֿאָטאָס צי אין קאָסטומירטע דראַמעס — אינטעליגענטע פּנימער, צו וועלכע עס האָט זיך קיין שמינקע (שוין אָפּגעשמועסט פֿון פּלאַסטישע אָפּעראַציעס) ניט צוגערירט. דאָס זײַנען געוויינטלעך פּנימער פֿון לערערקעס, סאָציאַליסטקעס און, בכלל, כּלל-טוערינס. וועגן דער דאָזיקער פֿרוי האָט מען דערנאָך דערציילט, אַז זי האָט זיך געהאַט געלערנט אין פּעטערבורג נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע. קיין "פּראַוואָזשיטעלסווע", דאָס הייסט, רעכט צו וווינען אין דער קרוינשטאָט, האָט זי ניט געקענט אויספּועלן. דערפֿאַר האָט זי זיך רעגיסטרירט ווי אַ פּראָסטיטוטקע, און דאָס האָט איר געגעבן די מעגלעכקייט צו בלײַבן אין דער שטאָט. ווי אַ פֿרוי מיט אַ "געלן בילעט", האָט זי געמוזט רעגולער גיין צו אַ דאָקטער, ווײַל איר אָפֿיציעלע באַשעפֿטיקונג (וועלכע זי האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געפֿירט) האָט געקענט זי אָנשטעקן מיט אַ ווענערישער קרענק, און די מלוכה האָט געהאַלטן אויף דעם אַן אויג. מיר איז מער ניט אויסגעקומען צו זען די פֿרוי. אָבער וועגן איר האָב איך זיך דערמאָנט יעדעס מאָל, ווען כ׳האָב געהערט צי געלייענט וועגן די מניעות, וואָס ייִדן האָבן געמוזט בײַקומען כּדי צו באַקומען אַ בילדונג אין דער רוסישער אימפּעריע. וועגן איר האָב איך זיך דערמאָנט אויך אין 1991, בײַם לייענען אין דער מאָסקווער לענין-ביבליאָטעק צוויי ביכעלעך — די סך-הכּלען פֿון אַנקעטירן ייִדישע סטודענטן אין קיִעוו, עטלעכע יאָר פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין 1992 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, Languages of “Yehupets" Students ("שפּראַכן פֿון יעהופּעצער סטודענטן"), הגם די אויספֿרעגן האָבן באַרירט ניט נאָר די סאָציאָ-לינגוויסטישע פֿראַגן. די סטאַטיסטיק פֿון יענער צײַט האָט געוויזן אַ טיפֿן פּראָצעס פֿון פֿאַרלירן ייִדיש אין די קרײַזן פֿון געבילדעטע יונגע מענער און פֿרויען. אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט אין יאָר 1910, האָט אַנטפּלעקט, אַז 15.5 פּראָצענט קיִעווער ייִדישע סטודענטן האָבן אין גאַנצן ניט געקענט קיין ייִדיש. בלויז 32 פּראָצענט האָבן אָנגערופֿן ייִדיש ווי אַ טאָג-טעגלעכע שפּראַך זייערע, און 46 פּראָצענט האָבן נאָר פֿון מאָל צו מאָל גערעדט ייִדיש. קיִעוו, אָדער "יעהופּעץ" — ווי שלום-עליכם האָט אָנגערופֿן די שטאָט, האָט אין רוסלאַנד געהאַט די גרעסטע קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע סטודענטן. דאָך, גרויסע ייִדישע סטודענטישע קאָלאָניעס, זײַנען געווען אויך אין אַנדערע אוניווערסיטעטישע שטעט. אַ ברייטערן אַנאַליז פֿון די סטאַטיסטישע מאַטעריאַלן, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם פּרצוף פֿון דער קאַטעגאָריע ייִדישער באַפֿעלקערונג, לייגט פֿאָר אַנאַטאָלי איוואַנאָווס מאָנאָגראַפֿיע Еврейское студенчество в Российской империи начала XX века: Каким оно было?, "די ייִדישע סטודענטנשאַפֿט פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט: וואָס האָט זי מיט זיך פֿאָרגעשטעלט?" (מאָסקווע, 2007). אין דער אמתן, פֿאַרנעמט די מאָנאָגראַפֿיע גופֿא ווייניקער פֿון אַ העלפֿט פֿונעם באַנד, וואָס איז אויך כּולל פֿאָטאָסטאַטיש איבערגעדרוקטע בראָשורן מיט סך-הכּלען פֿון אַנקעטירן די סטודענטן אין קיִעוו, מאָסקווע און אָדעס. די אויספֿרעגן האָבן געוויזן, אַז באַזונדערס אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדיש זײַנען געווען די מאָסקווער סטודענטן. אַ גרויסער טייל סטודענטן און, בפֿרט, סטודענטקעס (פֿון 33 ביז 43 פּראָצענט) זײַנען שוין אויסגעוואַקסן אין משפּחות, וווּ רוסיש איז געווען די איינציקע שפּראַך. באַזונדערס פֿאַרשפּרייט איז די רוסיפֿיקאַציע געווען צווישן די יונגע לײַט, וואָס זײַנען דערצויגן געוואָרן מחוץ דעם תּחום-המושבֿ. למשל, צווישן די מאָסקווע-געבוירענע סטודענטן זײַנען נאָר געציילטע לײַט געוואַקסן, הערנדיק אַרום זיך ייִדיש. די באַציִונג צו שפּראַכן איז ניט דירעקט פֿאַרבונדן מיטן ניוואָ פֿון קענען די דאָזיקע שפּראַכן. בערך אַ העלפֿט פֿון די אויסגעפֿרעגטע מאָסקווער סטודענטן האָבן געענטפֿערט פּאָזיטיוו אויף דער פֿראַגע "צי אָנערקענט איר, אַז איינע פֿון די ייִדישע שפּראַכן פֿאַרדינט צו האָבן גוט מזל?" די מערהייט סטודענטן האָבן עס אָנערקענט פֿאַר ייִדיש, בעת ס׳רובֿ מיידלעך האָבן אויסגעקליבן העברעיִש. די סטודענטן זײַנען געווען אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדיש אויך ווײַל זיי האָבן געשטאַמט, דער עיקר, פֿון די באַלעבאַטישע שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. כאַראַקטעריסטיש, אַז ווייניקער פֿון 4 פּראָצענט סטודענטן האָבן געהאַט עלטערן, וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט האַנטאַרבעט, בעת דער חלק פֿון בעל-מלאָכות אין דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז געווען כּמעט פֿיר מאָל העכער. כּדי צו ווערן אַ סטודענט, האָט מען געדאַרפֿט באַקומען אַ געהעריקע אויסשולונג. פֿאַר אַ קינד פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, ניט צו גלײַכן גרינגער באַקומען אַ צוטריט צו אַזאַ בילדונג. די ייִדישע סטודענטישע מאַסע איז געווען זייער פּאָליטיזירט. סײַ פֿאַר דער רעוואָלוציע, סײַ שפּעטער האָבן די דאָזיקע יונגע לײַט געשפּילט צענטראַלע ראָלעס אין כּלערליי אידעאָלאָגישע שטראָמען, בתוכם אין די גרופּירונגען, וועלכע האָבן געהאַט ייִדישיסטישע פּראָגראַמען. אַנאַטאָלי איוואַנאָווס בוך העלפֿט צו פֿאַרשטיין בעסער, וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די יונגע אינטעלעקטואַלן פֿון דעם דור, וועלכן ס׳איז אויסגעקומען צו לעבן אין דער צײַט פֿון דראַמאַטישע געשעענישן אין אַלגעמיינער און ייִדישער געשיכטע. Rusishe idnSubmitted by leonlab on Sun, 2008-06-29 11:28.
Es iz troierik az rusishe idn shoin mit 100 yor tzurik hobn nisht geshatzt zeier idishe shprach un kultur un zainen greit geven oif rusish tzu reden bai der ershter gelegenheit. Idn hobn geret idish nor azoi lang vi zei hobn gelebt in di shtetlach, ober vi nor zei hobn farlozt di shtetlach zei hobn zich umgeshalt oif rusish. Dos iz a bavaiz vi vichtig es iz fir idn tzu hobn zeier eigene territorie, vi Birobidzhan oder Kiryas Yoel tzum baishpil, um tzu bahalten zeier idishe kultur un shprach. |