|
דזשוליוס און עטל ראָזענבערג |
Getty Images |
מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז געשטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָוועטישער אויסשפּירער, וואָס האָט געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מיליטערישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַלוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוסלאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-געבוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל.
אין 1932 איז קאָוואַל געקומען, מיט די קאָמוניסטיש-געשטימטע עלטערן, צו בויען ביראָבידזשאַן, אָבער ער האָט געבראַכט מער נוץ דעם סאָוועטישן רעזשים, ווי אַן אַגענט אין אַמעריקע.
הײַיאָר האָט מען אויך געהאַט גענוג תּירוצים פֿאַר אומקערן זיך צום ראָזענבערג-ענין. אָנהייב אַפּריל (אָבער באַוווּסט איז עס געוואָרן נאָר סוף יוני) איז אַוועק פֿון דער וועלט רות גרינגלאַס, די פֿרוי פֿון דוד גרינגלאַס, עטל ראָזענבערגס ברודער און אַן אַרבעטער אין דעם אַטאָמישן "מאַנהעטען-פּראָיעקט", איז דוד גרינגלאַס געווען דער צענטראַלער עדות אינעם געריכט, וואָס האָט פֿאַרמישפּט די ראָזענבערגס צום טויט. אַ באַזונדערס טראַגישע ראָלע האָט גרינגלאַסעס עדות זאָגן געשפּילט פֿאַר זײַן שוועסטער. ער האָט באַשטעטיקט, אַז עטל ראָזענבערג האָט איבערגעקלאַפּט אויף אַ שרײַב-מאַשינקע די מאַטעריאַלן כּדי זיי איבערשיקן קיין מאָסקווע.
אַ סך שפּעטער, אין אַן אינטערוויו, וואָס דוד גרינגלאַס האָט אין יאָר 1996 געגעבן דעם זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" סעם ראָבערטס, האָט ער זיך מודה געווען אין פֿעלשן די אינפֿאָרמאַציע. ער האָט עס געטאָן, כּדי אויספּועלן פֿאַר זיך אַ רעלאַטיוו ווייכן שטראָף — מע האָט אים פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה "אין גאַנצן" אויף צען יאָר, און כּדי ראַטעווען זײַן ווײַב, רות, וועלכע איז (אַ פּנים) געווען די פֿרוי, וואָס האָט טאַקע איבערגעקלאַפּט אויף אַ מאַשינקע די אויסשפּיר-מאַטעריאַלן.
וועגן די ראָזענבערגס האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאַרגעסן, ווען אין אַפּריל איז אַנטפּלעקט געוואָרן, אַז דער שטילער עלטערער אַמעריקאַנער פּענסיאָנער בן-עמי קדיש, אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש, פֿלעגט איבערגעבן סענסעטיווע אינפֿאָרמאַציע אין די הענט פֿון די ישׂראלדיקע אַגענטן. ווידער האָט מען אין דער פּרעסע באַרירט די פֿראַגע פֿון "טאָפּלטער לאָיאַלקייט".
דעם 19טן יוני איז געוואָרן 55 יאָר זינט דעם טאָג, ווען די ראָזענבערגס האָט מען געטייט אויף אַן עלעקטרישער שטול. זיי זײַנען געווען די ערשטע, און די איינציקע, ציווילע לײַט, וועלכע זײַנען "געזעצלעך" אומגעבראַכט געוואָרן אין אַמעריקע פֿאַר שפּיאָנאַזש. ס׳קלאָר, אַז דזשוליוס ראָזענבערג, אַן איבערגעגעבענער קאָמוניסט, האָט טאַקע געאַרבעט פֿאַר דעם סאָוועטישן צד. דאָס האָבן געטאָן אויך אייניקע אַנדערע אַמעריקאַנער קאָמוניסטן. אָבער ס׳איז קלאָר, אַז אומגעבראַכט האָט מען אים און זײַן פֿרוי ניט אַזוי פֿאַר איבערגעבן די סודות, ווי צוליב פּאָליטישע סיבות. אין דעם אידעאָלאָגישן קלימאַט פֿון דער קאַלטער מלחמה איז געווען נייטיק צו האָבן אַזאַ היסטערישן פּראָצעס מיט אַ טויט-אורטייל, וואָס האָט געמוזט ווײַזן דעם אַמעריקאַנער עולם די סכּנה פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע.
באַזונדערס שוואַך זעט אויס דער ענין קעגן עטל ראָזענבערג. אין זײַן בוך, "דער ברודער: די פֿריִער ניט דערציילטע געשיכטע פֿון ראָזענבערגס ענין", ציטירט סעם ראָבערטס די ווערטער פֿון רותס מאַן, דוד גרינגלאַס: "דעם אמת זאָגנדיק, מיין איך, אַז מײַן ווײַב האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט איבערדרוקן [די מאַטעריאַלן], אָבער איך געדענקט עס ניט. איר דאַרפֿט וויסן, אַז איך נוץ זייער זעלטן דאָס וואָרט ׳שוועסטער׳. כ׳האָב עס פּשוט אויסגעמעקט פֿון מײַן זכּרון."
די לעצטע צײַט האָט זיך באַוויזן אַ האָפֿענונג צו באַקומען סוף-כּל-סוף די מאַטעריאַלן פֿון ראָזענבערגס געריכט. די רייד גייט וועגן די באַווײַזן פֿון 44 עדות. מיטן לעגאַלן פּראָצעס פֿון מאַכן צוטריטלעך די דאָזיקע טעקסטן באַשעפֿטיקט זיך דער "אַרכיוו פֿון נאַציאָנאַלער זיכערקייט", אַן אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז אַפֿיליִיִרט בײַם דזשאָרדזש וואַשינגטאָן-אוניווערסיטעט. דער דאָזיקער אַרכיוו דרוקט די מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען געווען קלאַסיפֿיצירט ווי סודותדיקע, אָבער דערנאָך "דע-קלאַסיפֿיצירט" געוואָרן. ווי אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אַרכיוו איז אַרויסגעטראָטן דוד טשאַרני־וולאַדעק, אַ פּראָפֿעסאָר און אַדוואָקאַט. זײַן זיידע, ברוך טשאַרני־וולאַדעק, דער אָנגעזעענער כּלל-טוער, איז געווען דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין 1918—1938.
דער ריכטער האָט דערלויבט צו מאַכן צוטריטלעך 39 פֿון די 44 עדות זאָגן. צווישן די פֿינף "ניט צוטריטלעכע" איז פֿאַרבליבן אויך דאָס עדות זאָגן פֿון דוד גרינגלאַס. די סיבה איז, אַז ער האָט אויף דעם ניט געגעבן קיין דערלויבעניש. ווי דער ריכטער האָט געזאָגט, "ער [גרינגלאַס] קען זײַן אַן אויסוווּרף, ער קען זײַן אַ צבֿועק, ער קען זײַן אַ ליגנער", אָבער — לויטן געזעץ — האָט ער די רעכט צו האַלטן פֿאַרחתמעט דאָס וואָס ער האָט געהאַט געזאָגט בעת דעם געריכט, ווײַל אַזאַ איז געווען זײַן תּנאַי און מע האָט אים עס דעמאָלט צוגעזאָגט.