- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, וועלכע האָט געהאַט אויך פּערזענלעכע "געאָרגאַפֿישע" מאָטיוון: מײַן היים-שטאָט, זאַפּאָראָזשיע, איז אַ נאָענטער שכן פֿון יעקאַטערינאָסלאַוו (אָדער קאַטערינאָסלאַוו, ווי מע האָט אָפֿט געשריבן אויף ייִדיש), וואָס האָט דערנאָך באַקומען זײַן סאָוועטישן נאָמען — דנעפּראָפּעטראָווסק. ניט לאַנג צוריק, זוכנדיק גאָר אַנדערע זאַכן (ווי עס מאַכט זיך זייער אָפֿט), האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ געשיכטע פֿון דער דאָזיקער מערקווערדיקער לערן-אינסטיטוציע. באַשריבן האָט זי אַלעקסאַנדר באַסטריאַקאָוו, (אַ פּנים) אַ היסטאָריקער פֿון דער שטאָט. פֿאַר די וואָס לייענען רוסיש איז עס צוטריטלעך, ווי אַ קאַפּיטל פֿון אַ בוך, אין אינטערנעץ: www.geocities.com/karkaina22/bstrkov/bstr-4.html. דער היסטאָרישער קאַפּיטל, פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, שפּיגלט אָפּ די שטרעבונג פֿון שאַפֿן קוואַליפֿיצירטע קאַדרען, וואָס איז געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון "פּראָדוקטיוויזירן" די ייִדישע באַפֿעלקערונג — אַ בשותּפֿותדיקער לאַנגיאָריקער פּראָיעקט פֿון ייִדישע און רוסישע אינטעלעקטואַלן. ביידע צדדים אין אָט דעם פּראָיעקט האָבן געוואָלט, אין תּוך אַרײַן, דאָס זעלבע: אינטעגרירן וואָס מער ייִדן אין דעם הויפּט-שטראָם פֿונעם רוסישן לעבן. אמת, צווישן די ייִדישע אינטעלעקטואַלן האָבן זיך אַלץ מער, בפֿרט צום אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אַנטוויקלט באַזונדערע, סאָציאַליסטישע און נאַציאָנאַליסטישע, פּראָגראַמען פֿון אינטעגראַציע, וועלכע זײַנען גאָר ניט צונויפֿגעפֿאַלן מיט די אידעען פֿונעם מלוכישן אַפּאַראַט. ווי אַ ייִדישער צענטער, האָט יעקאַטערינאָסלאַוו גענומען שפּילן אַ באַזונדערס ממשותדיקע ראָלע בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט דעם, וואָס אַ סך ייִדישע פּליטים פֿון ליטע און ווײַסרוסלאַנד האָבן זיך באַזעצט אין און אַרום דער שטאָט. למשל, קיין נאָוואָמאָסקאָווסק, וואָס געפֿינט זיך גאָר ניט ווײַט פֿון דער שטאָט, האָט זיך עוואַקויִרט דער ווילנער ייִדישער לערער-אינסטיטוט. אין דער שטאָט האָט אַ געוויסע צײַט געלעבט דער ייִדישער דיכטער לייב נײַדוס. אונטער זײַן השפּעה האָט אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער חנה לעווין, אַ טאַלאַנטירטע דיכטערין. ס׳איז אויך וויכטיק צו דערמאָנען, אַז יעקאַטערינאָסלאַוו איז געווען אַן אַקאַדעמישער צענטער, מיט אַן אייגענעם אוניווערסיטעט און אַן אינסטיטוט וואָס האָט געגרייט באַרג-אינזשענירן. פּראָפֿעסאָרן פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט האָבן זיך אויך באַטייליקט אין דעם נײַעם ייִדישן אינסטיטוט, וואָס האָט זיך באַוויזן אין דער שטאָט אָנהייב 1917. צוויי באַקאַנטע ייִדישע אינזשענירן האָבן איניציִיִרט דעם דאָזיקן פּראָיעקט: אַלעקסיי פּרעס און לאַזאַר ראַבינאָוויטש. זיי האָט, מיט אַ ביוראָקראַטישער אָפּשלעפּעניש, אונטערגעהאַלטן דאָס רוסלענדישע בילדונג-מיניסטעריום. דער אינסטיטוט האָט אין קורצן אָנגענומען 207 סטודענטן, אַרײַנגערעכנט אַכט פֿרויען. אין האַרבסט איז די צאָל פֿרויען אויסגעוואַקסן ביז בערך 40. די סטודענטן האָבן זיך געלערנט אויף צוויי פֿאַקולטעטן — עלעקטראָ-מעכאַנישן און אינזשענירישן. די שפּראַך פֿון אונטערריכטן איז געווען רוסיש, אָבער מע האָט אויך געלערנט "די ייִדישע שפּראַך" (ס׳איז ניט קלאָר — ייִדיש צי העברעיִש). דערווײַל האָט זיך די וועלט איבערגעקערט: די רוסישע אימפּעריע איז אונטערגעגאַנגען, דערנאָך איז אונטערגעגאַנגען אויך די רוסישע רעפּובליק, יעקאַטערינאָסלאַוו איז געוואָרן אַ שטאָט אין דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנישער מלוכה. אין אַפּריל 1918, האָט דאָס בילדונג-מיניסטעריום פֿון אוקראַיִנע סאַנקציאָנירט די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט אין "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט" מיט דרײַ פֿאַקולטעטן: פֿילאָסאָפֿיש-הומאַניטאַרישן, פֿיזיק-מאַטעמאַטישן און אינזשענירישן. מע האָט פּלאַנירט צו עפֿענען אויך אַ פֿאַקולטעט פֿאַר צוגרייטן אַרכיטעקטן. אָבער אין קורצן האָט מען זיך אומגעקערט צום נאָמען "פּאָליטעכנישער אינסטיטוט". ס׳איז דאָך געווען שווער אונטערצוהאַלטן די אינסטיטוציע אַפֿילו אין איר פּאָליטעכנישן פֿאָרמאַט. ווען מע לייענט די געשיכטע פֿון דעם ייִדישן אינסטיטוט, פֿאַרשטייט מען, אַז די פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן האָבן זיך אָפֿט מאָל אויפֿגעפֿירט לויטן היפּער-אָפּטימיסטישן פּרינציפּ: "די שטוב ברענט און דער זייגער גייט". אַרום זיי האָט זיך די וועלט געהאַלטן אין איין איבערקערן — דער בירגער-קריג, דער נצחון פֿון די באָלשעוויקעס. אַזוי אַז דער זייגער האָט לאַנג ניט געקענט גיין. אָפּגעשטעלט האָט ער זיך אין יאָר 1921, ווען דעם ייִדישן אינסטיטוט האָט מען באַשלאָסן אַרײַנצוגיסן אין דעם היגן באַרג-אינסטיטוט. מיר ווייסן ניט, וועמעס באַשלוס עס איז געווען. אָבער די אַלגעמיין-סאָוועטישע לאָגיק פֿילט זיך אין דער ליקווידאַציע פֿונעם אינסטיטוט. פֿאַר די סענסיטיווע קאָמוניסטישע נעזער האָט אַזאַ אינסטיטוציע געשמעקט מיט נאַציאָנאַליזם. פֿאַרטראָגן האָט עס דער נײַער רעזשים פּשוט ניט געקענט. צוריק גערעדט, קיין גרויסע לאָגיק צו האַלטן אַזאַ אינסטיטוט איז טאַקע ניט געווען. ער איז דאָך אויפֿגעקומען אין אַ לאַנד, וווּ דער צוטריט פֿאַר ייִדן אין אַלגעמיינע לערן-אַנשטאַלטן איז געווען באַגרענעצט דורך אַ פּראָצענט-נאָרמע. אין די סאָוועטישע באַדינגונגען איז די דאָזיקע נאָרמע אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. אַלעקסאַנדר באַסטריאַקאָוו האָט געפֿונען אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿון דעם יעקאַטערינאָסלאַווער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. אַ סך פֿון זיי האָבן דערנאָך פֿאַרנומען אָנגעזעענע פּאָזיציעס אין דעם אַקאַדעמישן לעבן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דאָס איז בכלל אַ באַזונדערע טעמע: ייִדישע אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין צאַרישן רוסלאַנד און האָבן זיך שפּעטער אַרײַנגעגאָסן אין דער סאָוועטישער סיסטעם. |