- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לעצטע וואָך האָט מען געפֿײַערט דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיר, ייִדן, ווייסן באַזונדערס גוט, וואָס ס‘וואָלט דערוואַרט אונדזער פֿאָלק, ווען אַזאַ נצחון וואָלט, חלילה, נישט געשען. דעריבער איז דער יום־טובֿ אַזוי טײַער די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן דערלעבט דורכצומאַרשירן איבער די ישׂראל־גאַסן אין פֿאַרשידענע שטעט פֿונעם לאַנד. די קאָלאָנעס געוועזענע שלאַכטמענער און שלאַכטפֿרויען, די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס. די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט. (צום 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ) לעצטנס, האָב איך אומגעריכט אָנגעטראָפֿן, בעת אַן אוידיציע פֿון ראַדיאָ "רק"ע" ("רעקאַ" — די פּראָגראַם אויף "קול ישׂראל" אויף רוסיש), אויף אַ וווּנדערשיינעם קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. פֿון דעם געזאַנג האָט אַ הויך געטאָן מיט פֿרישקייט און קלינגעוודיקייט פֿון יונגע שטימען. די מחברטע פֿון דער אוידיציע, דניאלה לינאור, האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס טרעטן אויף שילער פֿון דער געזאַנג־סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ, וועלכע זי האָט באַשיידן אָנגערופֿן "סדנה" (וואַרשטאַט). אין גיכן וועט די דאָזיקע סטודיע פֿײַערן איר 10טן יאָרטאָג. "דער געלער" — אַזוי האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די שרײַבער און אַזוי האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן אין איינעם פֿון זײַנע לידער. דער נאָמען אַהרן ווערגעליס איז גוט באַקאַנט געווען אויף דער ייִדישער גאַס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. אַ פּאָעט, פּובליציסט, פּראָזאַיִקער האָט ער ערלעך געדינט דער סאָוועטישער סיסטעם, וואָס האָט אים אויסגעפֿורעמט און פֿאַרטרויט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם "הויפּט־ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד". הײַיאָר איז אַ שמיטה-יאָר. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה: די ייִדן אין ארץ-ישׂראל מוזן יעדע זיבן יאָר אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד, און די גערעטעניש טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן. אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז די מיצווה פֿון שמיטה איז געגעבן געוואָרן "בהר סיני". "אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק, די קלאַנגען פֿונעם אַקאָרדעאָן האָבן זיך געטראָגן פֿונעם ראָג דיזינגאָף־גאָרדאָן. איך האָב נאָך נישט געזען ווער עס שפּילט דאָרט, כ‘וואָלט אָבער געקאָנט שווערן, אַז ס‘איז מײַן חבֿר מאָניע שוואַרץ, ווײַל נאָר ער, מאָניע שוואַרץ, קען אַזוי שפּילן פֿראַנצויזישע וואַלסן און אַרגענטינער טאַנגאָס. דעמאָלט, אין די מיט־1950ער, האָבן מיר זיך געלערנט צוזאַמען אין דער מוזיק־שול. לערנען דאָס קינד שפּילן אַקאָרדעאָן, האָט געהייסן באַוואָרענען עס מיט אַ "גאָלדן שטיקל ברויט". אַבֿרהם סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע" (אַרויסגעגעבן אינעם בוך "גרינער אַקוואַריום", 1975) האָט אינספּירירט דעם קלאַסישן קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־שרײַבער ראָבערט קוקסאָן צו שאַפֿן סײַ אַן אָרקעסטער־ווערק, סײַ אַן עסיי, וואָס די ביידע ווערק צעשפּיגלען זיך נאָענט מכּוח דעם אינהאַלט און סטיל. נייגעריק צו הערן וועגן דעם, האָבן מיר — גוטע פֿרײַנד זײַנע — געפֿרעגט דעם מחבר, צי מע מעג אים אינטערוויויִרן, און ער איז מסכּים געווען. אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, טײַערע חזנטע, איך בין אַ געגטער, וואָס זוכט שטענדיק די "פֿרוי פֿון מײַנע חלומות". איך בין צופֿרידן מיט מײַן לעבן און קאַריערע און האָב אַ וווּנדערלעכע משפּחה, קינדער און פֿרײַנד. אָבער ביז איך געפֿין "זי", פֿיל איך אַ פּוסטקייט און נישט־דערגאַנצקייט. אינעם איצטיקן מאָמענט האָב איך קיינעם נישט אין זינען. אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.
3/4 טעפּל מעל
|