‫פֿון רעדאַקציע

לעצטע וואָך האָט מען געפֿײַערט דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיר, ייִדן, ווייסן באַזונדערס גוט, וואָס ס‘וואָלט דער­וואַרט אונדזער פֿאָלק, ווען אַזאַ נצחון וואָלט, חלילה, נישט געשען. דעריבער איז דער יום־טובֿ אַזוי טײַער די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן דערלעבט דורכ­צומאַרשירן איבער די ישׂראל־גאַסן אין פֿאַר­שידענע שטעט פֿונעם לאַנד. די קאָלאָנעס געוועזענע שלאַכטמענער און שלאַכט­פֿרויען, מיט פֿינקלענדיקע מעדאַלן און אָרדנס אויף די אַלטמאָדישע בגדים, האָבן אפֿשר אויסגעזען עקזאָטיש; עס האָט אָבער געצאַפּלט און געפֿרייט זיך דאָס האַרץ — נישט נאָר גאַנץ אייראָפּע, נאָר ביזן מיטעלן מיזרח זײַנען זיי דערגאַנגען, מיט זייער גלויבן סײַ אין דעם פֿאָטערלאַנד, וווּ זיי זײַנען געבוירן געוואָרן, געוואַקסן און עס פֿאַרטיידיקט און סײַ פֿאַר דער נאַציאָנאַלער מדינה, וואָס אויך אַ דאַנק זייער נצחון איז דערמעגלעכט געוואָרן אויפֿצושטעלן. זאָלן אַ סך פֿון זיי דעמאָלט אַפֿילו נישט געווען חלומען וועגן דעם.

און אין די זעלבע טעג שפּילט זיך אין רוסלאַנד אָפּ אַ פֿאָרשטעלונג, וווּ דער "טאָג פֿון זיג" ווערט אויסגענוצט ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע־מיטל צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם רעזשים פֿון די הײַנטיקע באַלעבאַטים אין קרעמל. אַלע מלוכישע טעלעוויזיע־קאַנאַלן זײַנען פֿאַרפֿלייצט געווען מיט אַן אויף־גיך־צונויפֿגעקלאַפּטער סחורה: פֿילמען, וווּ די נאַציאָנאַל־פּאַטריאָטישע אידעען דערשטיקן סײַ דעם אמת פֿון לעבן און סײַ דעם אמת פֿון קונסט. די "יום־טובֿדיקע" פּראָגראַמען האָבן באַזונגען די העלדישקייט פֿונעם "רוסישן פֿאָלק", גלײַך ווי אין דער דאָזיקער מלחמה, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען "פֿאָטערלענדישע", האָבן זיך נישט באַטייליקט אַלע פֿעלקער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד?!

פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף אַזאַ כוואַליע פֿון אידעאָלאָגיזירטער אָפּשאַצונג און פּאָפּוליסטישן אופֿן עס אונטערצוטראָגן, האָבן די שטימונג באַלד דערשמעקט די כּלערליי נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען, ווי למשל, "סלאַוויאַנסקי סאָיוז" (סלאַווישער פֿאַרבאַנד), וואָס שעמט זיך נישט צו רופֿן זיך פּראָסט און פּשוט "עס־עס", טאַקע ווײַל קלינגט ענלעך צו יענעם נאַצישן "עס־עס"; "באַוועגונג קעגן אומלעגאַלער אימיגראַציע", "רוסישע נאַציאָנאַלע אייניקייט" און אַנדערע ציווילע און רעליגיעזע שוואַרץ־מאהניקע מחנות, וואָס ציִען זייער ייִחוס פֿון די ווײַטע צאַרישע צײַטן.

ווי עס ווײַזט אָן די סטאַטיסטיק פֿון דער מאָסקווער מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע, איז די צאָל נעאָ־נאַציסטן געשטיגן אין די לעצטע יאָרן פֿון 7־8 טויזנט ביז 65־70 טויזנט אָנהענגער. דאָס מיינט, אַז די צאָל "גאָלעקעפּ" אין רוסלאַנד איז כּמעט די זעלבע, וואָס אין דער איבעריקער גאָרער וועלט צוזאַמענגענומען. וואָס שייך די קרבנות פֿון די צעווילדעוועטע יאַטן, האָבן אין די ערשטע פֿיר חדשים הײַיאָר געליטן פֿון זייערע אַטאַקן 172 מענטשן, 23 פֿון זיי זײַנען דערהרגעט געוואָרן.

די איצטיקע רוסלענדישע רעגירונג פּרעדיקט ווידער מלחמה־שטימונגען. ווי אַ באַווײַז דערפֿון, האָבן איבערן "רויטן פּלאַץ" זיך דורכגעטראָגן קאָלאָנעס שלאַכט־מאַשינען מיט באַליסטישע ראַקעטן, און דעם מאָסקווער הימל האָבן פֿאַרשטעלט מאָדערנע עראָפּלאַנען. דער גײַסט פֿון סטאַלינס צײַטן האָט זיך צעגאָסן אין דער לופֿט...

יאָ, פּונקט ווי אויף די גאַסן פֿון ירושלים, אַשדוד און רחבֿות, האָבן אויף די גאַסן פֿון מאָסקווע, פּעטערבורג און אַנדערע שטעט אין רוסלאַנד מאַרשירט די שוואַכע, אָבער שטאָלצע מלחמה־וועטעראַנען... איין אונטערשייד, הינטער די מידע, אײַנגעבויגענע רוקנס פֿון זייערע ייִדישע מלחמה־פֿרײַנד, וועלן זיך שוין מער נישט הערן די פֿאַשיסטישע אויסגעשרייען: "אַרויס פֿון רוסלאַנד!", "רוסלאַנד נאָר פֿאַר רוסישע!".

צי האָבן זיי טאַקע וועגן אַזאַ זיג און אַזאַ פּאַראַד געחלומט, פֿאַרגיסנדיק זייער בלוט אין די שלאַכטן פֿון זייער "פֿאָטערלענדישער מלחמה"?