פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס.

טאָמער האָבן איר, דער מדינה, אַנדערע צרות געפֿעלט.

די וואָרענונג האָט דירעקט באַקומען דער פּרעמיער־מיניסטער גופֿא — מצד דער פּאָליציי, בעת זי האָט אים פֿאָריקע וואָך, ערבֿ דעם מלוכישן יובֿל, געפֿאָרשט "אונטער אַ וואָרענונג", לויטן נוסח פֿון דעם אָפֿיציעלן קאָמוניקאַט פֿון דער מלוכישער פּראָקוראַטור. דאָס הייסט, אַז די געהיימע נאָכפֿאָרשונג, וואָס די פּאָליציי האָט געפֿירט שוין אַ יאָר צײַט אויף דעם אָנקלאָג פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, איז אַרײַן אין אַ דרינגענדיק ערנסטער פֿאַזע.

דאָס איז געווען דער נײַסטער פֿון דער סעריע סקאַנדאַלן, וואָס דער פּרעמיער־מיניסטער איז שוין איבערגעקומען — בשלום און נישט אַזוי בשלום — און איז שוין אַריבערגעגאַנגען צום סדר־היום פֿון זײַנע אַמטלעכע זאָרגן און פֿונקציעס. ווי אַ געניטער אַקראָבאַט האָט ער ביז איצט מצליח געווען צו שפּאַנען אויף דער דינער שטריק פֿון איין סקאַנדאַל צום אַנדערן, פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע מיט אירע מסקנות וועגן זײַן אחריות פֿאַר די דורכפֿאַלן אין דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, צו די באַשולדיקונגען וועגן דעם פּראָטעקציאָנעלן פֿאַרקויף און פּריוואַטיזאַציע פֿון "באַנק לאומי", און פֿון דאַנען צו דער אויספֿאָרשונג וועגן דעם הויז, וואָס ער האָט אײַנגעקויפֿט מיט אַ פּראָטעקציאָנעלער הנחה אויף דער קרעמיע־גאַס אין ירושלים — און וואָס אַלץ איז אים נישט געוואָרן צוגעשריבן! עס האָט זיך אָבער גאָרנישט פֿון דעם צוגעקלעפּט צו אים און צוזאַמען מיט זײַן גאָר נידעריק געפֿאַלענער פּאָפּולאַריטעט, איז ער אָבער פֿון דער אַקראָבאַטישער שטריק נישט אַראָפּגעפֿאַלן.

איז איצט געקומען אויף אים דער נײַער קלאַפּ אין די זעלבע טעג, ווען דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג האָט אַרײַנגע­טראָגן אין געריכט דעם באַשולדיקונגס־אַקט קעגן זײַן ביז נישט לאַנג נאָענטסטן חבֿר און פֿאַרטרויונגס־מאַן, דעם פֿריִערדיקן פֿינאַנץ־מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער ווערט באַשולדיקט אין גניבֿה און שווינדלערײַ. קורץ פֿאַר דעם איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף צוויי יאָר תּפֿיסה פֿאַר גניבֿה, שווינדל, קאָרופּציע און פּראָטעקציע נאָך אַ געוועזענער מיניסטער — שלמה בניזרי פֿון ש"ס. און אין דער רעגירונג וואַרט אויפֿן המשך פֿון דער "אײַנגעפֿרוירענער" פּאָליציייִשער אויספֿאָר­שונג נאָך אַ וויכטיקער מיניסטער, צחי הנגבי, אונטערן פֿאַרדאַכט פֿון וואַל-קאָרופּציע, דורך צוזאָגן און טיילן רעגירונגס־שטעלעס אין דער צײַט, ווען ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער פּאַרטיי־צענטראַלע פֿון "ליכּוד".

נאָכן אויפֿהייבן דעם פֿאָרהאַנג איבער דער דראַמע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין דער וואָך פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, איז דער ערשטער אײַנדרוק געווען, אַז דער באַרג האָט געבוירן אַ מויז: סוף־כּל־סוף, איז עס דאָך נישט מער ווי וועגן עבֿירות פֿון אַמאָל, פֿון די יאָרן 1993 ביז 2003, ווען ער און הירש­זאָן און נאָך אַנדערע מנהיגים פֿון "קדימה" האָבן נאָך געהערט צו יענער פּאַרטיי און צו איר "צענטראַלע", וואָס איז אין יענע יאָרן געווען די נעסט און דער ראָיענדיקער בינ­שטאָק פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער, פּאַר­טיייִשער און מלוכישער קאָרופּציע. מע איז שוין געווען צוגעוווינט צו די דאָזיקע נאָר­מעס, און פֿאַר איבערשטרײַטן די געזעצן פֿון די וואַל־הוצאָות און פֿון די מלוכישע סובסידיעס פֿאַר די פּאַרטיייִשע פֿאָנדן זענען די פּאַרטייען ביז איצט אָפּגעקומען מיט געלט־שטראָפֿן. וואָס־זשע איז דער גאַנצער טאַראַ­ראַם?

האָט זיך עס אָבער גאָר גיך אַרויסגעוויזן, אַז אויך אַ מויז — אַזוי ווי דאָס קליינע "מײַזל" פֿון דעם קאָמפּיוטער — קען גורם זײַן אַ גרויסע ערד־ציטערניש. און זי איז טאַקע געקומען און האָט באַגליקט דאָס פֿאָלק אין ישׂראל מיט דעם נײַעם סקאַנדאַל.

ווען דאָס העכסטע געריכט האָט אין אָוונט נאָך דעם "חג העצמאות", דעם אומאָפּ­הענגיקייט־יום־טובֿ, אויף דער אָנקלאַגע פֿון די צײַטונג־רעדאַקציעס מבֿטל געמאַכט דעם געריכטלעכן פֿאַרבאָט און האָט דערלויבט דער פּרעסע צו פֿאַרעפֿנטלעכן די פּרטים פֿון דער אויספֿאָרשונג — כאָטש נאָך אַלץ מיט געוויסע צענזורעלע באַגרענעצונגען — האָט דער עולם שוין געוווּסט דעם אינהאַלט פֿון דער דראַמע מיט די נעמען פֿון אירע "גיבורים". איר גאַנצער מהות איז שוין גע­ווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם אַמעריקאַנער "ניו־יאָרק פּאָסט" און דערנאָך אין אַנדערע צײַטונגען אין אויסלאַנד, ווי אויך אין דער אינטערנעץ. בלויז די אײַנוווינער פֿון ישׂראל האָבן ביז דעמאָלט נישט געטאָרט וויסן וועגן איר, ווײַל דאָס געריכט האָט פֿאַרווערט דער מעדיאָ צו פֿאַרעפֿנטלעכן וועלכע עס איז פּרטים פֿון דעם נײַעם סקאַנדאַל, "כּדי נישט צו פֿאַרשטערן די אויספֿאָרשונג". און אַ געהיי­מע דראַמע הינטער די קוליסן פּראָדוצירט גע­וויינלעך כּלערליי פֿאַנטאַסטישע קלאַנגען און אויסטראַכטענישן, און זי זעט אַלעמאָל אויס צו זײַן שטאַרקער ווי אויף דער אָפֿענער בינע.

אין דעם מאָמענט אָבער, ווען דאָס געריכט האָט מבֿטל געמאַכט דעם גרעסטן טייל פֿון דעם פֿאַרעפֿנטלעכונג־פֿאַרבאָט, דעם אָוונט גלײַך נאָך דער צענטראַלער מלוכישער יובֿל־פֿײַערונג מיטן פֿאַרטיילן דעם "פּרס ישׂראל" פֿאַר 14 פֿאַרדינסטפֿולע פּערזאָנען און אינסטי­טוציעס, האָט דער הויפּט־גיבור פֿון דער נײַער דראַמע, דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, אויף אַ ספּעציעל גערופֿענער פּרעסע־קאָנפֿערענץ מגלה געווען, אין וואָס ער ווערט פֿאַרדעכטיקט. ער האָט אָנגעוויזן, אַז די פֿאַרדאַכטן באַציִען זיך צו דער תּקופֿה, ווען ער איז געווען אַקטיוו אין "ליכּוד" און דער "מאַכער", ר' מאָריס טאַלאַנ­סקי פֿון לאָנג־אײַלענד (ניו־יאָרק) פֿלעגט אים ברענגען די געזאַמלטע קאַמפּיין־געלטער (אין מזומן) צו די וואַלן פֿון שטאָט־פּרעזידענט פֿון ירושלים און שפּעטער צו זײַנע "פּרײַמע­ריס" צו דער אָנפֿירונג פֿון "ליכּוד". אַזוי אויך דערנאָך, ווען ער איז געווען מיניסטער פֿאַר האַנדל און אינדוסטריע אין דער רעגירונג פֿון "ליכּוד". אָלמערט האָט דערבײַ דערקלערט, אַז ער האָט נישט גענומען קיין כאַבאַר, נישט גענומען אין זײַן אייגענעם טאַש אַרײַן קיין איינציקן סענט פֿון די געלטער, וואָס ער האָט באַקומען פֿון דעם אַמעריקאַנער "מאַכער", און ער איז זיכער אין זײַן אומשולד. ער האָט דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז טאָמער און ווען עס וועט קעגן אים דערלאַנגט ווערן אַ באַשול­דיקונג־אַקט, וועט ער דעמיסיאָנירן פֿון אַמט.

דער סאַמע וועזנטלעכסטער אָנדײַט אין זײַן אויפֿטריט פֿאַר די פּרעסע־לײַט איז אָבער געווען זײַן דערקלערונג, אַז די געלטער זענען געוואָרן איבערגעוויזן און געזעצלעך דאָקומענטירט דורך זײַן ראַטגעבער און פֿאַרטרויונג־מאַן, אַדוואָקאַט אורי מעסער, אין וועמעס ערלעכקייט ער איז איבערצײַגט און אויף אים האָט ער זיך פֿולשטענדיק פֿאַרלאָזט בנוגע די איבערגעוויזענע געלטער.

די דאָזיקע ווערטער האָבן גלײַך דער­מאָנט די ענלעכע פֿאַרדאַכטן, וואָס זענען געפֿאַלן אויף זײַן פֿאָרגייער אַריאל שרון, וואָס פֿאַר זײַנע חטאָים צאָלט איצט זײַן זון עומרי מיט אָפּזיצן דעם אורטייל פֿון זיבן חדשים תּפֿיסה. דער "קליינער" אונטער­שייד איז בלויז דער, וואָס עומרי שרון האָט גענומען אויף זיך די חטאָים פֿון זײַן פֿאָטער און אים באַפֿרײַט פֿון דער חרפּה — אין דער צײַט ווען דער אַדוואָקאַט מעסער, אָלמערטס געוועזענער שותּף פֿון זייער אָדוואָקאַטן־ביוראָ און אַ געטרײַער חבֿר זײַנער שוין איבער דרײַסיק יאָר, דער­שײַנט איצט ווי דער הויפּט־עדות קעגן זײַן לאַנג־יאָריקן חבֿר. לויט ווי עס ווערט דערציילט, האָט ער זיך "אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן" אין רעזולטאַט פֿון אַ דורכגעמאַכטן פּערזענלעכן קריזיס.

דער אַנדערער עדות, דער "מאַכער" מאָריס טאַלאַנסקי, וועלכער איז איינער פֿון די אינוועסטאָרן פֿאַר דעם שפּיטאָל "שערי צדק" אין ירושלים, איז פֿאַרדעכטיק אין ווערן באַלוינט פֿון אָלמערטן מיט טובֿת הנאה פֿון זײַנע געלט־זאַמלונגען, ווי אַ שותּף צום כאַבאַר, און די פּראָקוראַטור וויל דאָס דערווײַזן דורך דער אויספֿאָרשונג. די פּאָליציי האָט אויסגענוצט טאַלאַנסקיס באַזוך בײַ זײַנע קינדער אין ישׂראל, און ער איז גערופֿן געוואָרן אײַליק צו דער אויספֿאָרשונג, איידער ער קערט זיך אום צוריק קיין אַמעריקע.

ערשט אין דעם מאָמענט, מיטן אויפֿדעקן דעם סוד פֿון דער פּאָליציייִשער וואָרענונג, האָט דער פּאָליטישער יאַריד זיך אויפֿגע­וועקט און איז אַרײַן אינעם געווירבל פֿון דעם נײַעם סקאַנדאַל. אויף צומאָרגנס נאָכן יום־טובֿ, און אויך אין די ווײַטערדיקע טעג, זענען די הויפּט־קעפּ און די זײַטן פֿון די צײַטונגען פֿול געווען מיט די ידיעות, אַרטיק­לען, קאָמענטאַרן און "נבֿואות" — וועגן דעם נײַעם מלוכישן סקאַנדאַל — כאָטש עס האָבן נישט געפֿעלט גראָד אין די זעלבע טעג קיין אַנדערע, נישט ווייניקער ברויזנדיקע ידיעות פֿון לאַנד און פֿון דער אַרומיקער וועלט.

אויפֿן דרום האָבן די קאַסאַם־ראַקעטן פֿון "כאַמאַס" דערגרייכט ביז אַשקלון, און דרײַ טעג נאָך דעם ווי אין דעם קיבוץ כפֿר־עזה איז דערהרגעט געוואָרן אַן אָרטיקער תּושבֿ, האָט אַ "קאַסאַם" אין אַ צווייטן ייִשובֿ אויפֿן נגבֿ, אין מושבֿ ישע, אומגעברענגט אַ פֿרוי וואָס איז געקומען אַהין צו גאַסט. די זאַך איז געשען גענוי אין דער צײַט, ווען דער מצרישער פֿאַרמיטלער סוליימאַן, דער שעף פֿון דעם עגיפּטישן געהיים־דינסט, האָט איבערגעגעבן אין ירושלים דעם פֿאָרשלאַג מיטן פּלאַן פֿון אַ פֿײַער־שטילשטאַנד צווישן ישׂראל און דעם "כאַמאַס" אין עזה.

אין צפֿון האָט "כעזבאָלאַ" דורכגעפֿירט אַ באַוואָפֿנטן פּוטש קעגן דער רעגירונג פֿון לבֿנון, דערנענטערנדיק די איראַנישע העגע­מאָניע ביז צו די ברעגן פֿון מיטלענדישן ים.

און אין לאַנד — אין לאַנד האָט דער אָליגאַרך אַרקאַדי גײַדאַמאַק ערבֿ דעם "יום־העצמאות" געקויפֿט — יאָ, ממש געקויפֿט — אַ האַלבע פֿראַקציע פֿון דער פּענסיאָנערן־פּאַרטיי, ווי אַ יום־טובֿ־מתּנה פֿאַר דער דעמאָ­קראַטישער מדינה... נאָכן באַזעצן זיך אין דעם געביט פֿון ספּאָרט דורך אײַנקויפֿן אַלץ וואָס עס לאָזט זיך און וואָס עס לוינט זיך, גרייט ער זיך איצט צו די מוניציפּאַלע וואַלן צו באַזעצן מיט זײַנע מענטשן — און מיט דער הילף פֿון זײַן ממון — די אָרט־ראַטן, און שטרעבט צו דעראָבערן די קרוין פֿון ירושלים. דאָס וועט אָבער פֿאַר אים נישט זײַן גענוג. איצט, נאָכן אַרײַנשטעלן דעם פֿוס אין דער כּנסת, טראַכט ער שוין געקרוינט צו ווערן ווי דער מלך פֿון ייִדישן פֿאָלק: ער האָט דערויף די געהעריקע קוואַליפֿיקאַציעס און ער איז גרייט, זאָגט ער, צו ווערן מיניסטער פֿאַר די ענינים פֿון די תּפֿוצות...

די פֿערטע פֿון די פֿיר "הויפּט־אַקטיאָרן" אין דער דראַמע פֿון דעם נײַעם אָלמערט־סקאַנדאַל איז די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע שולה זקן (לייען: זאָקען), וועלכע איז בערך 35 יאָר געווען זײַן געטרײַע ביוראָ־פֿאַרוואַלטערין אויף אַלע זײַנע אַמטן, ביז וואַנען זי האָט מיט אייניקע חדשים צוריק, נאָך פֿאַר דער נישט-בכּבֿודיקער דעמיסיע פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטער הירשזאָן, געמוזט פֿאַרלאָזן איר אַמט, זײַענדיק פֿאַרמישט ווי אַ פֿאַרמיטלערין אין אַ סקאַנדאַל פֿון קאָרופּציע און פּראָטעק­ציע אין די העכסטע שפּיצן פֿון דעם שטײַער־אַמט בײַם פֿינאַנץ־מיניסטעריום.

שולה זקן איז אויך געפֿאָרשט געוואָרן אין דער איצטיקער "פּרשה" ווי אַן עדות "אונטער אַ וואָרענונג". זי האָט אָבער זיך באַנוצט מיטן לעגיטימען "רעכט צו שווײַגן" — און זי שווײַגט.

ווי מיר זעען, איז געווען דאָרט גענוג "פֿריילעך" בײַם רודער פֿון דער מלוכישער שיף. אָלמערט איז אָבער זיכער אין זײַן אומ­שולד און זויבערקייט.

דער יורידישער כּלל איז, אַז יעדער מענטש איז אומשולדיק כּל־זמן זײַן שולד ווערט נישט דערוויזן. עס איז אויך פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז עס איז דער חובֿ פֿון דער פּאָליציי צו פֿאָרשן יעדן פֿאַרדאַכט, אומאָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן, געזעלשאַפֿטלעכן אָדער מלוכישן ראַנג. עס פֿרעגן אָבער לײַטן: וואָס באַהאַלט זיך פֿאַק­טיש הינטערן פֿאָרהאַנג פֿון דער דאָזיקער דראַמע? צי איז געווען דאָ עמעצנס אַ פּאָלי­טישע כּוונה? ווער איז דאָס געווען פֿאַראינ­טערעסירט אין אויפֿוועקן דווקא איצט דעם ענין, ווען די מדינה שטייט אויפֿן פּאָליטישן קרייצוועג — סײַ פֿון גרויסע געפֿאַרן און סײַ פֿון זעלטענע געלעגנהייטן?

אָלמערט, וועלכער איז די לעצטע טעג פֿאָטאָגראַפֿירט געוואָרן אין די צײַטונגען אַ שטאַרק פֿאַרמאַטערטער, מיט אויגן וואָס ראַנגלען זיך מיטן שלאָף אויף די זיצונגען פֿון דער רעגירונג, גלייבט אָבער אין זײַן פֿעיִקייט "איבערצולעבן" אויך דעם איצטיקן קריזיס. אין דער כּנסת איז קיינער נישט גרייט צו קיין צוגעאײַלטע וואַלן, ווײַל יעדער האָט מורא צו פֿאַרלירן זײַן אָרט אין דעם פּאַרלאַמענט.

פּראָפֿ' יחזקאל דרור, וועלכער איז געווען אַ מיטגליד אין דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעקומען מיט אַן אָריגי­נעלן פֿאָרשלאַג צו פֿאַרמײַדן אַ דויערנדיקן קריזיס צוליב אַ לאַנג־דויערנדיקער אויספֿאָר­שונג פֿון דעם פּרעמיער און צו דערמעגלעכן אָנצופֿירן אומגעשטערט מיט די ענינים פֿון דער מדינה דורך אַ פֿאַרקירצטן פּראָצעס פֿון אונטערזוכן די באַווײַז־מאַטעריאַלן און אויס­הערן די עיקרדיקע עדות און פֿאָרשטייער פֿון די צדדים. זאָל דער פֿאָרזיצער פֿון העכסטן געריכט באַשטימען אַ פֿאָרום פֿון דרײַ העכסטע ריכטער וואָס זאָלן באַשליסן אויף וויפֿל די פֿאַרדאַכטן קעגן דעם פּרעמיער זענען זאַכלעך און ערנסט. אויב זיי וועלן באַשליסן אַז יאָ, זאָל דער פּרעמיער פֿאַר­האָנגען ווערן אין זײַנע פֿונקציעס ביזן סוף פֿון דער אויספֿאָרשונג און דעם מישפּט. אויב נישט, זאָל די אויספֿאָרשונג ווערן "אײַנגע­פֿרירט" ביזן סוף פֿון זײַן קאַדענץ.

וואָס וועלן אָבער זאָגן די פּאָליטיקער?

תּל־אָבֿיבֿ, דער 13טער מײַ 2008