|
נחמה ליפֿשיץ |
|
(צום 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ)
לעצטנס, האָב איך אומגעריכט אָנגעטראָפֿן, בעת אַן אוידיציע פֿון ראַדיאָ "רק"ע" ("רעקאַ" — די פּראָגראַם אויף "קול ישׂראל" אויף רוסיש), אויף אַ וווּנדערשיינעם קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. פֿון דעם געזאַנג האָט אַ הויך געטאָן מיט פֿרישקייט און קלינגעוודיקייט פֿון יונגע שטימען. די מחברטע פֿון דער אוידיציע, דניאלה לינאור, האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס טרעטן אויף שילער פֿון דער געזאַנג־סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ, וועלכע זי האָט באַשיידן אָנגערופֿן "סדנה" (וואַרשטאַט). אין גיכן וועט די דאָזיקע סטודיע פֿײַערן איר 10טן יאָרטאָג.
איך דערמאָן זיך דעם ערשטן שלוס־קאָנצערט פֿון דער סטודיע אין מײַ 1999, בײַ וועלכן איך בין בײַגעווען. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון דעם פּראַכטפֿולן נײַעם בנין פֿון דעם מוזיק־צענטער א"נ פֿון פֿעליציאַ בלומענטאַל (די שטיצערין פֿון דער סטודיע). אין יענעם ערשטן יאָר זײַנען געווען 6 שילער; הײַנט איז זייער צאָל אויסגעוואַקסן ביז 21.
פֿון דער ערשטער מינוט אָן ביז הײַנט צו טאָג פֿירט די אַרבעט צוזאַמען מיט נחמה ליפֿשיץ איר אַקאָמפּאָניאַטאָרין, רעגינע דריקער. וועלנדיק העלפֿן נחמהן, פֿירט זי אויס פֿיל צוגאָב־פֿונקציעס: אַראַנזשירט לידער, רעזשיסירט קורצע סצענעס.
כאָטש ס׳רובֿ שילער זײַנען יונגע־לײַט, קומען אָנטייל צו נעמען אויך מענטשן פֿון מיטעלן און טייל מאָל אַפֿילו פֿון אַ חשובֿן עלטער. צוזאַמען מיט יוגנטלעכע איז בײַם אָנהייב געקומען אַ פֿרוי אין די יאָרן, אַ געוועזענע קעמפֿערין אין די שלאַכטן קעגן די נאַציס, גיטע קאַזאַקאָוו, וועלכע פֿלעגט נאָך אין דער היים זינגען ייִדישע לידער. נחמה האָט "גיטעלען" אויפֿגענומען מיט אָפֿענע אָרעמס, און יענע האָט זיך שיין אַרײַנגעפּאַסט אין דעם קאָלעקטיוו פֿון יונגוואַרג מיט איר באַזונדערן, געשמאַקן אַרט זינגען אַ ייִדיש ליד. די יאָרן גייען אָבער, גיטע איז נאָך עלטער געוואָרן, געבליבן אין ישׂראל אַליין, און איר זון האָט זי צוגענומען צו זיך קיין רוסלאַנד. זי האָט אָבער ביז יענער מינוט באַוויזן אַ לאַנגע צײַט צו זינגען און צו ברענגען אין דער סטודיע נאָך אַן אָנטייל־נעמערין, סוועטלאַנע שפּיראָ, וועלכע זינגט דאָ ביז הײַנט צו טאָג.
אָבער ווער זײַנען זײַ, די 21 מאַן פֿון דער "סדנה", ווי האָבן זיי געפֿונען דעם וועג צו איר און ווי פֿאַרבינדן זיי זייערע שטודיעס, די פּראָפֿעסיאָנעלע טעטיקייט, משפּחה־פֿליכטן און טאָג־טעגלעכע זאָרגן מיטן רעגולערן אָנטייל אין לערנען ייִדיש געזאַנג?
אייניקע זינגען שוין אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ, צווישן זיי, די זינגערין וויראַ לאָזינסקי (טאָכטער פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום), ד"ר זשאַנאַ יאַנקאָווסקי, די חזנטע שולמית רעזניק (וואָס וווינט ווײַט, אין רעננה, האָט אַ קליין קינד און געפֿינט צײַט און כּוח צו קומען קיין תּל־אָבֿיבֿ); צווישן זיי איז אויך דער לאַנג־יאָריקער אָנטייל־נעמער, איינער פֿון די ערשטע זעקס, וואָס קומט ביז הײַנט צו טאָג — אַריה פֿרידמאַן. ער איז אַ דאָקטאָר פֿון וויסנשאַפֿט אין געביט פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, איז עולה געווען פֿון מאָסקווע און געדענקט נחמה ליפֿשיץ פֿון יענע צײַטן, ווען זי, אַ יונגע זינגערין און דרייסטע קעמפֿערין פֿאַר ייִדיש און ייִדישן ליד, איז אויפֿגעטראָטן אויף דער מאָסקווער בינע.
— נחמה איז געווען פֿאַר אונדז אַ לעבעדיקע לעגענדע, — דערציילט אין אַ שמועס מיט מיר אַריה פֿרידמאַן. — ווען איך בין אין מאָסקווע געווען אַ סטודענט, האָב איך ניט דורכגעלאָזט קיין איינעם פֿון אירע קאָנצערטן. מיט יעדן ליד, מיט יעדער באַוועגונג פֿלעגט זי געבן צו פֿאַרשטיין אירע ייִדישע צושויער, וווּ ס'איז זייער אָרט; זי פֿלעגט געניט איבערכיטרעווען די צענזור, אָנדײַטנדיק די צושויער, וואָס זי וויל זיי זאָגן צווישן די שורות.
|
אַפּלאָדירט בעתן קאָנצערט פֿון אירע שילער; דער פֿינאַל פֿונעם קאָנצערט |
|
איך אַליין, — דערציילט ווײַטער אַריה פֿרידמאַן, — האָב געקענט ייִדיש פֿון מײַן באָבען און שוין נאָך אַ קינד געזונגען. אָבער ווען עמעצער וואָלט מיר אין מאָסקווע געזאָגט, אַז איך וועל זײַן אין נחמהס סטודיע, וואָלט איך ניט געגלייבט. וועגן דעם האָב איך אַפֿילו טרוימען ניט געקענט...
נחמה און רעגינע האָבן אָבער צוגעגעבן אַריהן דרייסטקייט. האָבנדיק שוין אין זײַן רעפּערטואַר רוסישע ראָמאַנסן, איטאַליענישע לידער, באַרײַכערט ער אים מיטן ייִדישן ליד.
אַריה פֿרידמאַן דערציילט, אַז צווישן די שילער פֿון דער סטודיע זײַנען שוין פֿאַראַן ניט בלויז עולים פֿון ערטער, וווּ מען האָט כאָטש אין דער פֿאַרגאַנגענהייט גערעדט ייִדיש, נאָר אויך פֿון געגנטן, וווּ מען האָט קיין ייִדיש ניט געקענט. צוויי מיידלעך — די כעמיקערין גאַלי דאַווידאָוו און אַ געוועזענע סאָלדאַטקע פֿון צה"ל עלינאַ פֿײַל שטאַמען ביידע פֿון באַרג־ייִדן. זיי זײַנען געקומען אין נחמהס סטודיע ניט קענענדיק איינע די אַנדערע און זײַנען דערגאַנגען צו ייִדיש יעדע איינע אויף איר אופֿן. צוויי קרובֿים — גי־רות דאַווידזאָן און אודי דאַווידזאָן זײַנען סאַברעס. ביידע האָבן, באַזוכנדיק אַ קאָנצערט פֿון דער סטודיע, זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש, געקומען, אָנגעהויבן לערנען טעקסטן פֿון לידער און אַקטיוו זינגען אין דעם קאָלעקטיוו. אַ סאַברע איז אויך דער סקולפּטאָר מאָטי מיזרחי — אַ ספֿרדישער ייִד.
נאַדיאַ סופֿר איז געקומען אין דער סטודיע אויך, ווי עלינאַ, זײַענדיק נאָך אַ סאָלדאַטקע, דערנאָך אָנגעהויבן שטודירן, חתונה געהאַט (איצט הייסט זי סופֿר־ווײַבלאַט). זי אַרבעט שוין און הערט ניט אויף צו קומען זינגען.
אַריה פֿרידמאַן וויל דערציילן וועגן יעדן פֿון די 21, וואָס לערנען זיך אין דער סטודיע: וועגן פּנחס חנוך (כאַנאָך), אַ דאָקטער; וועגן דער שוין דערמאָנטער זשאַנע יאַנקאָווסקי פֿון חדרה, וואָס האָט געבוירן אַ קינד, האַלט זי לעצטע ספּעציאַליזאַציע־עקזאַמענס אין מעדיצין און האָט צײַטווײַליק איבערגעריסן די געזאַנג־רעפּעטיציעס. אָבער זי וועט זיך געוויס אומקערן; וועגן יורי כּץ, אַ געלערנטן פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועגן נתן קריידערמאַנען (אַ נײַער, זייער פֿעיִקער יונגער אַקטיאָר); ער דערמאָנט די כעמיקערין אַלאַ מאָנאַשקינאַ, וואָס האָט געצווייפֿלט — קומען צי ניט — צוליב די שוועריקייטן מיט ייִדיש, אָבער מיט גרויס פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט זיך גענומען צום לערנען און איז אַן אַקטיווע אָנטייל־נעמערין; וועגן אָלגאַ מאַנדעלשטאַם — אַ רוסישע פֿרוי, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישן פֿידלער, געקומען מיט אים אַהער, נאָך זײַן פּטירה געבליבן דאָ מיט אַ טאָכטער און אייניקל און האַלט, אַז אויב דער גורל האָט זי פֿאַרבונדן מיט מדינת־ישׂראל, דאַרף זי קענען ייִדיש. אין רוסלאַנד איז זי געווען אַן אָפּערעטע־זינגערין.
אַריה דערציילט וועגן דיאַנען טשערקיס, וואָס איז געקומען אין דער סטודיע, זײַענדיק אַ יונג מיידעלע. מיט דער צײַט זײַנען פֿאָרגעקומען ענדערונגען אין איר משפּחה־לעבן, איצט איז זי אַ מאַמע פֿון פֿיר קינדער (די לעצטע צוויי זײַנען אַ צווילינג), זי וווינט אין חיפֿה, אָבער סײַ דער קאָלעקטיוו פֿון דער סטודיע, סײַ זי אַליין האָפֿן, אַז זי וועט נאָך קומען זינגען. ער דערמאָנט מיכאלן אַווערבוך, וואָס קומט פֿון באר־שבֿע, בתיה פֿאָנדאַ — אַ לערערין, אַן עולה פֿון אויסטראַליע, זייער אַן אַקטיווע אָנטייל־נעמערין, ווי אויך אַדאַן פּאַשאַיעוו, אַן ענערגישע פֿרוי, וואָס וווינט אויף די שטחים און קומט יעדעס מאָל צו פֿאָרן פֿון דאָרטן.
...אין זייער אַרבעט איבער דעם ייִדישן ליד באַמיִען זיך נחמה ליפֿשיץ און רעגינע דריקער צו לייגן אַכט ניט אויף באַקאַנטע ייִדישע שלאַגערס, נאָר אויף לידער פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון פֿאָלק אין פֿאַרשיידענע צײַטן. אינעם לעצטן קאָנצערט "מלאָכה — מלוכה", וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי אָפּטיילונגען, האָבן געקלונגען אַרום 35 לידער, פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז די שאַפֿונגען פֿון הײַנטצײַטיקע מחברים.
איצט, ווען ייִדיש ווי אַ גערעדטע שפּראַך איז באַגרענעצט אין איר פֿאַרשפּרייט, איז די טעטיקייט פֿון דער סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ ניט צו דערשאַצן.