ליטעראַטור, מוזיק
ראָבערט קוקסאָן
ראָבערט קוקסאָן

אַבֿרהם סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויע­נער פּאַנאַמע" (אַרויסגעגעבן אינעם בוך "גרינער אַק­וואַ­ריום", 1975) האָט אינספּירירט דעם קלאַסישן קאָמ­פּאָזי­טאָר און ייִדיש־שרײַבער ראָבערט קוקסאָן צו שאַפֿן סײַ אַן אָרקעסטער־ווערק, סײַ אַן עסיי, וואָס די ביידע ווערק צעשפּיגלען זיך נאָענט מכּוח דעם אינהאַלט און סטיל. נייגעריק צו הערן וועגן דעם, האָבן מיר — גוטע פֿרײַנד זײַנע — געפֿרעגט דעם מחבר, צי מע מעג אים אינ­טערוויויִרן, און ער איז מסכּים געווען.

אין אַ צײַט פֿון מינימאַליזם, איז קוקסאָן אַ מאַקסימאַליסט: רײַכע, מיסטעריעזע האַרמאָניעס, בריליאַנטענע טאָן־פֿאַרבן, פֿאַרוויקלטע סטרוקטורעלע פֿאָרעמס, טיפֿע פּאָליפֿאָניע, זייער ברייטע אַלוזיעס סײַ מוזיקאַליש, סײַ קולטורעל, און אַ שטאַרק רירנדיקע עמאָציאָנעלקייט.

מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיט קוקסאָנען הײַיאָר, דעם 17טן מערץ, אין דער אונגערישער קאַפֿע — אַ באַליבט טרעפֿונגס־אָרט פֿון סטודענטן און שרײַבער — וואָס געפֿינט זיך אויף אַמסטערדאַם עוועניו לעבן דער 111טער גאַס, אין מאַנהעטן. ער האָט געענטפֿערט אויף אונדזערע פֿראַגעס מיט אַ שטיקל באַשרײַבונג פֿון זײַן לעבן און אַרבעט בכלל און זײַן שאַפֿן אין שײַכות מיט סוצקעווערס מעשׂה בפֿרט.

ראָבערט קוקסאָן, געבוירן אין 1942 אין וויילס, איז דערצויגן געוואָרן אין אויסטראַליע. ער איז אַן אַמעריקאַנער בירגער. זײַן פֿרוי מיי איז אַ פּיאַניסטין און זייער טאָכטער מיראַנדאַ — אַ פֿידלערין, אַן אינטערנאַציאָנאַלער שטערן.

קוקסאָנס פֿיל קלאַסישע קאָמפּאָזיציעס, אַרײַננעמענדיק אַזעלכע וואָס ווערן אינספּירירט פֿון אַ סך לענדער און צײַטן, ווערן געשפּילט איבער גאָר דער וועלט. זיי שפּיגלען אָפּ זײַנע זייער ברייטע אינטערעסן און געלערנטקייט, וואָס נעמט אַרײַן די פֿאַרשיידנסטע וועלט־קולטורן, שפּראַכן און וויסנשאַפֿט; פֿון דער מאַטעמאַטישער לאָגיק צו פּוילישע מינהגים. עטלעכע פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס האָבן אַ דירעקטן שײַכות צו דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, צו ווערק פֿון מענדעלע, שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, אַנאַ מאַרגאָלין און בונם העלער.

וועגן סוצקעווערס מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע" האָט קוקסאָן געשאַפֿן אַן אָרקעסטער־ווערק נאָך אין יוני 2000. שפּעטער, אין נאָוועמבער, פֿילנדיק, אַז מיט דעם ווערק האָט ער נאָך נישט אַלץ דערזאָגט וועגן סוצקעווערס מעשׂה, האָט ער אָנגעשריבן אַן עסיי אויף ייִדיש, וואָס איז דערשינען אינעם זשורנאַל "יוגנטרוף", נומער 97, אין 2002. פֿון 2000 אָן פֿאַרעפֿנטלעכט קוקסאָן רעגולער זײַן בעלעטריסטיק אין "יוגנטרוף". צווישן זײַנע פּראָזע־ווערק געפֿינען זיך נאָך עסייען אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, און מעשׂיות וואָס זײַנען משלים פֿון דער פֿאַנטאַזיע און דער פֿאַקטאַזיע (וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַנטאַסטיק).

סײַ אינעם אָרקעסטער־ווערק, סײַ בנוגע סוצקעווערס "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע" ווײַזט קוקסאָן אָן אויף אַ קאָנטראַסט צווישן דעם צוגאַנג צו דער געשיכטע מצד סוצקעווערן און מצד די קינסטלער פֿון אַ פֿריִערדיקער צײַט, אויף אָט דעם שטייגער:

אַ טײַערער אידעאַל פֿון די פֿילאָסאָפֿן פֿון 18טן יאָרהונדערט איז געווען די אייניקייט פֿון קונסט און לעבן. אָט דער אידעאַל האָט באַגײַסטערט די גרעסטע שעפֿער, ווי שילער און בעטהאָווען. מענטשן האָבן געגלייבט, אַז אַזאַ אייניקייט געשעט אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן. אַ קינסטלער דאַרף בלויז נאָכגיין זײַן, אָדער איר, אײַנגעבוירענעם אינסטינקט, וועט ער, אָדער זי, געטרײַ זײַן צום לעבן.

דער דאָזיקער אידעאַל איז אזוי טײַער הײַנט ווי ער איז געווען דעמאָלט. אָבער דאָס פּראַקטישע לעבן האָט באַוויזן דער מענטשהייט, אַז אָט די אייניקייט צווישן קונסט און לעבן איז נישט קיין אויטאָמאַטישע געשעעניש. די קלאַנגען פֿון קלאַסישע סימפֿאָניעס און פּאָעזיע האָבן אויך באַגלייט די פֿאַרברעכנס פֿון 20סטן יאָרהונדערט. קינסטלער וואָס ווילן אויף אַן אמת צוזאַמענברענגען די קונסט און דאָס לעבן, דאַרפֿן נעמען אין באַטראַכט סײַ די מענטשלעכע הצלחות פֿון דער געשיכטע, סײַ די מענטשלעכע טראַגעדיעס.

פֿאַר פֿרידריך שילערן אין זײַנער אַ באַוווּסטער פּאָעמע פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, איז אַ גלאָק וואָס קלינגט אויף צו באַצייכענען די וויכטיקסטע געשעענישן אינעם לעבן פֿון מענטש, געווען אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר דער אמתער קונסט. פֿאַר אַבֿרהם סוצקעווערן אין זײַן מעשׂה "די פֿרוי אין דער שטרויענער פּאַנאַמע", דאַרף אַ גלאָק אויך זײַן עפּעס וואָס קלינגט, ווען דאָס לעבן גייט נישט נאָך די אידעאַלן פֿון דער קלאַסישער קונסט. דער הײַנטיקער קינסטלער מוז זײַן אַזאַ מין גלאָק.