טײַערע חזנטע,
איך בין אַ געגטער, וואָס זוכט שטענדיק די "פֿרוי פֿון מײַנע חלומות". איך בין צופֿרידן מיט מײַן לעבן און קאַריערע און האָב אַ וווּנדערלעכע משפּחה, קינדער און פֿרײַנד. אָבער ביז איך געפֿין "זי", פֿיל איך אַ פּוסטקייט און נישט־דערגאַנצקייט. אינעם איצטיקן מאָמענט האָב איך קיינעם נישט אין זינען.
איך האָב זיך צעשיידט מיט אַ ליבער פֿרוי כּמעט מיט אַ יאָר צוריק. מיר זענען געווען צוזאַמען אַ פּאָר חדשים, אָבער צוליב עטלעכע טעמים, האָט זי נישט געוואָלט ווײַטער פֿירן קיין באַציִונגען מיט מיר. איך בין געווען אַ ביסל פֿאַרטרויערט, אָבער אין דער זעלבער צײַט, אַ ביסל פֿרײַער געאָטעמט, ווײַל איך בין אַליין נישט געווען זיכער, צי די באַציִונג זאָל אָנגיין ווײַטער. מיר זענען געבליבן אין פֿאַרבינדונג, און זי האָט געהאַט דערנאָך אַ חבֿר. אָבער איך הער, אַז זיי זענען זיך אויך צעגאַנגען. איך טראַכט נאָך אַ מאָל זי בעטן צו זײַן מיט מיר. וואָס טראַכט איר?
עמעצער אָדער קיינער
טײַערער "עמעצער אָדער קיינער",
עס ווילט זיך וויסן, צי איר האָט געבענקט נאָך דער פֿרוי, צי איר האָט זיך געפֿילט עלנט, ווען איר זענט נישט געווען צוזאַמען? צי איז די באַציִונג מיט איר נאָר צוליב באַקוועמקייט, ווײַל קיין אַנדער ברירה איז דערווײַל בײַ אײַך נישטאָ? אויב אַזוי, האָט די באַציִונג נישט קיין זינען, נישט פֿאַר אײַך, און נישט פֿאַר איר. נישט האָבן קיין באַציִונג איז אַלע מאָל בעסער ווי צו האָבן אַ באַציִונג מיט דער נישט־פּאַסיקער פֿרוי, אויב איר זוכט טאַקע עפּעס טיפֿערס מיט דער "פֿרוי פֿון אײַערע חלומות". און געדענקט, אַז "אין דער איצטיקער מאָמענט" — בײַט זיך כּסדר.
טײַערע חזנטע,
אינעם "פֿאָרווערטס"־אַרטיקל וועגן אַבֿרהם מינץ (קאַספּי), איז געשטאַנען, אַז הײַנט עקזיסטירט שוין נישט קיין ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע בילדונג אויף ייִדיש.
דאָ האָט איר בײַ מיר אָנגערירט אַן אָנגעווייטיקטן ענין, און איך האָב גראָד בײַ אײַך געוואָלט בעטן הילף. איך באַטראַכט מיך פֿאַר אַן אמתן ייִדישיסט. איך האָב ליב ייִדיש אַהבֿת־נפֿש. איך האָב אַ סך לידער אָנגעשריבן אויף ייִדיש און איך האָב אויך זיך געלערנט די גראַמאַטיק. דאָס אַלץ געטאָן, כאָטש איך בין אַ פֿרומער ייִד פֿון באָראָ־פּאַרק, וווּ מײַנע אַמביציעס זענען אַ זעלטנהייט אין דער געזעלשאַפֿט, וווּ איך געפֿין זיך. קיין ענגליש קען איך נישט גענוג צו קענען לייענען די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור. איז אפֿשר וועט איר מיר דאָך קענען העלפֿן: ווי אַזוי קען איך זיך לערנען וויסנשאַפֿט אויף מאַמע־לשון? איך וועל זיך פֿרייען אויסצוגעפֿינען, וווּ מע קען זיך פֿאַרשאַפֿן די ביכער פֿאַר זעלבסט־בילדונג. כאָטש איך גיי נישט אין קיין אוניווערסיטעט צוליב מײַן געזעלשאַפֿט, האָב איך אין מיר אַ משונהדיקן פּאָטענציאַל — גיט מיר נאָר די געלעגנהייט אים אַרויסצוברענגען!
משוגע פֿאַר ייִדיש און וויסנשאַפֿט
טײַערער משוגע פֿאַר ייִדיש און וויסנשאַפֿט,
איר דאַרפֿט געפֿינען אַ ביכער־קראָם, וווּ מע פֿאַרקויפֿט אַלטע ייִדישע ביכער, ווי דער "ציקאָ" אין מאַנהעטן, 25 איסט 21סטע גאַס, (212-505-8305), אָדער אין "אַרבעטער־רינג־ביכער־צענטער" (6800־889־212), אָדער אינעם "נאַציאָנאַלן ביכער־צענטער" (4900־256־212). איר דאַרפֿט געדענקען, אַז די וויסנשאַפֿט, וואָס איר לייענט אין די אַלטע ביכער, איז, אָבער, צום גרעסטן טייל, פֿאַרעלטערט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אינעם "פֿאָרווערטס" קען מען אויך לייענען אויף ייִדיש, וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט !
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024