- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"דער געלער" — אַזוי האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די שרײַבער און אַזוי האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן אין איינעם פֿון זײַנע לידער. דער נאָמען אַהרן ווערגעליס איז גוט באַקאַנט געווען אויף דער ייִדישער גאַס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. אַ פּאָעט, פּובליציסט, פּראָזאַיִקער האָט ער ערלעך געדינט דער סאָוועטישער סיסטעם, וואָס האָט אים אויסגעפֿורעמט און פֿאַרטרויט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם "הויפּט־ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד". געבוירן געוואָרן איז ווערגעליס דעם 7טן מײַ 1918 אינעם אוקראַיִנישן שטעטל לובאַר. ביז הײַנט נעמען זיך אין באר־שבֿע צונויף די אָפּשטאַמיקע פֿון דעם דאָזיקן שטעטל און בײַ יעדער אַזאַ טרעפֿונג דערמאָנען זיי זייער גוטן לאַנדסמאַן און לייענען אויף ייִדיש זײַנע לידער. אָנגעהויבן האָט אָבער ווערגעליס שרײַבן לידער אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געוווינט אַ שטיקל צײַט. דאָרט, אויפֿן ווײַטן מיזרח, האָט די אָרטיקע צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" אָפּגעדרוקט אין 1935 עטלעכע לידער פֿון דעם נאָך גאָר יונגן איבערוואַנדלער. שפּעטער מיט יאָרן האָט ווערגעליס זיך נישט איין מאָל אומגעקערט אין זײַן שאַפֿונג צו דער טעמע ביראָבידזשאַן, און אַפֿילו אָנגערופֿן אַ בוך "ביראָבידזשאַנער דור" (1948). פֿון ביראָבידזשאַן איז ער געקומען זיך לערנען קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט דעם ליטעראַרישן פֿאַקולטעט בײַם שטאָטישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אויף לענינס נאָמען. בעת דער מלחמה איז ער געווען אויפֿן פֿראָנט, געקעמפֿט און צום סוף זיך באַטייליקט אינעם אויפֿשטעלן די ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר אויסלאַנד, געפֿירט אין ייִדיש. דאָרט האָט ער שוין געאַרבעט ביז די טראַנסמיסיע איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. אַהרן ווערגעליס איז געווען צווישן די געציילטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס זײַנען בשעת די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס אין די יאָרן 1948־1953 נישט אַרעסטירט געוואָרן. נאָך מער, ווען דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָט אין יאָר 1961 אָנגענומען דעם באַשלוס צו גרינדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", האָט מען דווקא ווערגעליסן געשטעלט פֿאַרן הויפּט־רעדאַקטאָר. אַזאַ אויסגאַבע האָט געזאָלט ווײַזן דער וועלט, אַז קיין שום אַנטיסעמיטיזם איז אין סאַוועטן־פֿאַרבאַנד נישטאָ, און אַז די ייִדישע קולטור בליט און צוויט באַגלײַך מיט אַנדערע נאַציאָנאַלע קולטורן. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די אַלע אידעאָלאָגיש־פּאָליטישע קונצן, האָט ווערגעליס געשאַפֿן אַ הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע פּובליקאַציע, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די קינסטלערישע און אַלגעמיינע פּראָצעסן פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער זשורנאַל האָט געשאַפֿן אַ ממשותדיקע אינטעלעקטואַלע סבֿיבֿה פֿון שרײַבער, ליטעראַטור־קריטיקער, מאָלער, געלערנטע, מוזיקער, אַקטיאָרן... יעדע אַרבעט איז געווען באַצאָלט און דער בכּבֿודיקער אָפּצאָל איז פֿאַר די מחברים געווען אַ פֿאַרלאָזלעכער פּרנסה־קוואַל. "דער געלער" פֿלעגט ברייט שטיצן טאַלאַנטירטע ייִדישע אַקטיאָרן, זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס זײַנען פֿאַקטיש געבליבן אָן אַ בינע, און געהאָלפֿן זיי סײַ צוצוגרייטן אַ ייִדישן רעפּערטואַר און סײַ מיט אים אויפֿטרעטן. יעדעס מאָל, בעת קיין מאָסקווע פֿלעגן קומען פֿון אויסלאַנד "חשובֿע געסט", וואָס האָבן זיך אינטערעסירט מיט ייִדישע פּראָבלעמען, האָט מען זיי אָנגערופֿן צוויי אַדרעסן: די אַרכיפּאָווע־גאַס, וווּ עס שטייט ביז הײַנט די כאָראַל־שיל און די קיראָוו־גאַס, וווּ ס‘איז געווען די רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". ווערגעליס, ווי עס שרײַבט דער רוסלענדישער קינאָ־טוער באָריס שיינין, האָט דערמאָנט מיט זײַן ענערגיע אַ קײַלעכבליץ. "ער האָט געהאַט ריזיקע פּלענער און גרויסע מעגלעכקייטן. גרויסע, מיינט אָבער נישט, אָן אַ שיעור." אין אַ שמועס וועגן די צווישנבאַציִונגען פֿון ליטעראַטור און מאַכט האָט ווערגעליס דערציילט זײַן רוסישן איבערזעצער מיכאַיִל סינעלניקאָוו, אַז בעת אַן אונטערנעמונג אינעם צענטראַלן שרײַבער־הויז האָט ער אָנגעטראָפֿן אויף אַ הויכגעשטעלטן אַפּאַראַטשיק פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט, פּאָליקאַרפּאָוו, וואָס האָט פֿאַרוואַלטעט מיטן קולטור־אָפּטייל. האָט אים ווערגעליס דערמאָנט וועגן דעם בריוו, וואָס ער האָט אים געהאַט געשיקט און, וווּ עס גייט די רייד וועגן אַרויסלאָזן ייִדישע ביכער, און אפֿשר אַפֿילו צו שאַפֿן אַ באַזונדערן ייִדישן ביכער־פֿאַרלאַג? פּאָליקאַרפּאָוו האָט אויף אים אַ קוק געטאָן מיט אַ זויערער צורה און געענטפֿערט בזה־הלשון: "ווייסט איר וואָס, מאַכט שוין אַן עק צו אײַער ליטעראַטור! און הערט שוין אויף צו שרײַבן בריוו!" צוריק גערעדט, איז ווערגעליס געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וואָס איז במשך פֿון די 1960־1980ער יאָרן געשיקט געוואָרן קיין אויסלאַנד מיט פּראָפּאַגאַנדיסטישע אויפֿגאַבעס צו דערווײַזן און איבערצײַגן די "חבֿרים" און "שׂונאים", אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז קיין אַנטיסעמיטיזם נישטאָ. ווערגעליסעס לידער־זאַמלונגען "פֿון אלף ביז תּוו" (1970), "צויבערגאַנג" (1985, 1989); וועג־נאָטיצן "רײַזעס" (1976) און "16 לענדער, אײַנגעשלאָסן מאָנאַקאָ" (רוסיש, 1979, 1982, 1990), — זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן בפֿירוש ווי אַ מין "סאָציאַלע באַשטעלונג", און שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע אַספּעקטן, פֿאַרבונדן מיט ייִדן אַזוי, ווי עס האָט געלוינט די סאָוועטישע פּאַרטיייִשע און מלוכישע אָרגאַנען. אין דער זעלבער צײַט, האָט "דער געלער" באמת אויפֿגעטאָן וויכטיקע זאַכן צו אַנטוויקלען די נאַציאָנאַלע קולטור און שפּראַך. גראָד לויט זײַן איניציאַטיוו און ברכה האָבן זיך אינעם זשורנאַל באַוויזן די ערשטע ווערק פֿון די יונגע שרײַבער: אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, באָריס סאַנדלער, לעוו בערינסקי, גענאַדי עסטרײַך, וועלוול טשערנין, משה לעמסטער, מיכאל פֿעלזענבאַום, זיסי ווייצמאַן; דאָס האָט ווערגעליס זיך דערשלאָגן עס זאָל אויפֿגעשטעלט ווערן די ייִדישע גרופּע בײַם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף גאָרקיס נאָמען. ער האָט געהאַלטן אַן אויג, אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זאָלן רעגולער אַרויסגיין ייִדישע ביכער און ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַ רוסישער איבערזעצונג; פּלאַטן מיט ייִדישע לידער, לערנביכער פֿון ייִדיש (אַ. ווערגעליס, "לייען־בוך פֿאַר שילער פֿון דער אָנפֿאַנג־שול", כאַבאַראָווסק, 1989). בלי־ספֿק, ווערגעליס איז געווען אַ טאַלאַנטירטער פּאָעט, וואָס האָט מיט ליבע און אָפּשײַ זיך באַצויגן צום אונטערגייענדיקן ייִדישן שטייגער און טיף איבערגעלעבט די טראַגעדיע פֿונעם חורבן. ער האָט פֿאַראייביקט אין זײַנע עסייען די געשטאַלטן פֿון אָשר שוואַרצמאַן, איזי כאַריק, אַהרן קושניראָוו, פּרץ מאַרקיש און אַנדערע. ווערגעליס האָט געלאָזט אַ לאַנגע רשימה פֿון זײַנע ווערק; זײַנע ביכער פֿלעגן כּסדר דערשײַנען אין מאָסקווע, אין אויסלאַנד און זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף אַנדערע שפּראַכן. פֿון איין זײַט, האָט ווערגעליס געטרײַ געזונגען "זמירות" דעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און פֿון דער אַנדערע זײַט, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" אַרויסגעוויזן געוויסע סימנים פֿון ליבעראַליזם בײַם פּובליקירן אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, ווערק פֿון די אויסגעשאָסענע ייִדישע שרײַבער בעת די סטאַלין־רדיפֿות, וועגן דער גבֿורה פֿון די ייִדישע קעמפֿער קעגן נאַציזם. קיין איין אַנדערע אויסגאַבע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דעמאָלט וועגן דעם נישט געשריבן. נאָך דעם ווי דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וואָס פֿלעגט אויסגעהאַלטן ווערן פֿון דער מלוכה, האָט זיך געשלאָסן, האָט ווערגעליס אָנגעהויבן אַליין אַרויסלאָזן דעם זשורנאַל "די ייִדישע גאַס" (1992־1998). צום באַדויערן, עטלעכע חדשים פֿאַר זײַן טויט (1999) האָט מען ווערגעליסן פֿאַרפֿירט און אָפּגענאַרט: אַ קאָמערץ־פֿירמע האָט פֿאַקטיש פֿאַרכאַפּט און צוגענומען בײַ אים דעם בנין אויף קיראָוו־גאַס, וואָס האָט געהערט צו דער רעדאַקציע. אַ היפּשע צײַט האָבן זיך אין הויף געוואַלגערט ייִדישע מאַנוסקריפּטן און פּאַפּירן... דערמיט איז געשלאָסן געוואָרן אַ וויכטיק קאַפּיטל אינעם לעצטן בוך פֿון דער סאָוועטישער (רוסלענדישער) ייִדישער ליטעראַטור. די טעג וואָלט אַהרן ווערגעליס געוואָרן אַ בן־תּישעים. איז לאָמיר דערמאָנען אים ווי אַ טאַלאַנטירטן רעדאַקטאָר און פּאָעט, וואָס האָט ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט פֿאַרן ייִדישן וואָרט און אַ ייִדישער טעטיקייט אין אַ לאַנד, וווּ דאָס אַלץ איז פֿאַרשוויגן און פֿאַרווערט געוואָרן. יאָ, ער פֿלעגט שאַפֿן און זיך באַטייליקן אין אָרגאַניזאַציעס, וואָס דער קאָמוניסטישער אַפּאַראַט האָט אים געהייסן; ער האָט געשטעלט צום שאַנד־סלופּ דעם ציוניזם און מדינת־ישׂראל, וואָס ער האָט נישט געוואַגט צו באַזוכן; ער האָט געטאָן סײַ גוטס און סײַ שלעכטס... גאָט זאָל אים זײַן אַ שופֿט! פֿאַר מיר פּערזענלעך, ווי אויך פֿאַר אַ סך אַנדערע מענטשן, וועט ער בלײַבן אַ סימבאָל פֿון אונדזער טראַגישן און שאַפֿערישן ייִדיש־לעבן. Far vus iz idish in Rusland durchgefalenSubmitted by leonlab on Wed, 2008-05-21 01:52.
Idish kont nisht ekzistirn on zain eigen land. Idn konen nisht leben tzvishn di goim vi idn in Rusland hobn gelebt un farzuchn tzu redn idish. Damit idish kont ekzistirn vi a shprach idn muzn leben opgezondert fun di goim in zeier eigen gebit. Stalin hot gehat a gutn ainfal ven er hot gegebn idn Birobidzhan, ober derfon hot zich a boidem oisgelozt. |